בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 3:16 pm
דורך thefact
אלט אבער גוט!
א קאסטומער קאלט אריין אין "עי או על" טעק-סופארט (ווער געדענקט די אלטע עי או על דייעל-אפ סידי וואס פלעגט אנקומען אויף די פאסט יעדן שני וחמישי מיט פרי אינטערנעט אפפערס פאר זעקס חדשים?)
קאסטומער: איך טריי זיך צו קאנעקטן צו די אינטערנעט מיט אייער סידי, אבער עס ארבעט נישט, איך פאלג נאך די אינסטראקשענס פונקטליך איך פארשטיי נישט וואס איך האב געטאן ראנג?
טעקנישן: אקעי לאמיר זעהן... איר זענט זיכער איר האט אריינגעלייגט די סידי אין די סידי דרייוו, ריכטיג??
קאסטומער: יא! זיכער!
טעקנישן: און וואס פארא סארט קאמפיוטער האט איר?
קאסטומער: וואס קאמפיוטער? איך האב נישט קיין קאמפיוטער, עס ליגט אין די סידי פלעיער...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 3:38 pm
דורך thefact
טעקנישן: וואס קען איך אייך העלפן?
קאסטומער: איך דארף הילף צו שרייבן מיין ערשטע אימעיל.
טעקנישן: אקעי, און וואס זעהט אויס צו זיין די פראבלעם?
קאסטומער: אקעי, איך האב אריינגעשריבן די עי אין די אימעיל אדרעס, אבער איך ווייס נישט וויאזוי איך קען מאכן די רינגל ארום די עי...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 5:14 pm
דורך thefact
סעקערעטאר: א דאנק אייך פאר רופן, קען איך ביטע האבן אייער טעלעפאן נומבער די עריע קאוד קודם?
'עס איז געווארן שטיל פאר עטליכע סקונדעס און דערנאך איז געקומען א סעריע פון צען תקיעות.
סעקערעטאר: העלא!!!? וואס איז אייער טעלעפאן נומבער ביטע ?
'עודך... א פרישע סעריע תקיעות.
סעקערעטאר: העלא!!!?, קענט איר מיך הערן?
קאסטומער: יא.
סעקערעטאר: אה, פיין! סא קענט איר מיר ביטע 'זאגן' וואס איז אייער טעלעפאן נומבער כדי איך זאל קענען אריינגיין אין אייער אקאונט?
'עודך... א פרישע סעריע תקיעות.
סעקערעטאר: רבי איד! וואס איז אייער נאמען?
קאסטומער: מיין נאמען איז מיסטער שאפער
סעקערעטאר: מיסטער שופר?
קאסטומער: ניין! מיסטער שאפער
סעקערעטאר: אה, פיין! קענט איר מיר ביטע 'זאגן' אייער טעלעפאן נומבער?
'עודך... א פרישע סעריע תקיעות.
סעקערעטאר: איך בעט אייך מיסטער שאפער, פליז?! מיטן 'מויל' זאגט מיר אייער טעלעפאן נומבער.
קאסטומער: נאכאמאל?!!!
סעקערעטאר: יא! רבי איד, אויב איר קענט אזוי גוט זיין, אבער פליז?!!! נאר מיטן 'מויל'?
'עודך... א פרישע סעריע תקיעות.
קאסטומער: שרה! האסטו געזען אזאנס! דער מאשין איז דאך אזא גולם, אזא דום קאפ, איך גיי דרוקן זירא וועל איך קענען צוקומען צו א לעבעדיגן מענטש און פארטיג....
'תקיעה גדולה!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
סעקערעטאר: העלא!!!!! קענט איר מיר ביטע 'זאגן' אייער טעלעפאן נומבער?
'א זעץ אראפ דעם טעלעפאן,
'דייעל טאון.....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 6:54 pm
דורך געלעגער
איינס בעסער פונעם צווייטן. באלד וועט מען נאך מיינען אז 'וואטער קאמפיוטערס' לערנט אויס בדחנות.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 23, 2011 12:17 pm
דורך ווינקל
איינס בעסער פון צווייטן!
דאס לעצטע איז נאך די בעסטע!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 27, 2011 1:29 pm
דורך thefact
טעקנישן: מיט וואס קען מען אייך העלפען?
קאסטומער: אוודאי! איך האף איר וועט מיך יא קענען צופרידנשטעלן
טעקנישן: איך זעה... גוט, איך בין דא פאר אייך, איך וועל אייך פרובירן צו העלפן. וואס פאר פראבלעם האט איר?
קאסטומער: ס'איז נישט מיין פראבלעם! די 'קאמפיוטער' האט א פראבלעם, די קאמפיוטער וואס איך האב געקויפט זעקס וואכן צוריק און האלט נישט ביים ארבעטן! איך קען גארנישט טאן דערמיט!
טעקנישן: איך זעה... איר מיינט צו זאגן אז ס'צינדט זיך ניטאמאל אן? אדער די פראבלעם איז עפעס אנדערש?
קאסטומער: פרוביר מיך נישט ארומצושלעפן ווי א נאר! איך ווייס מיינע רעכטן!
טעקנישן: אנטשולדיגט, קענט איר מיר אפשר מסביר זיין די פראבלעם וואס איר האט אזוי וועל איך אייך קענען בעסער העלפן?
קאסטומער: איך האב שוין געקאלט יעדן אינטעל, דעל, ווערייזאן, מייקראסאפט, גוגעל, נעטגיער, און קיינער האט מיר נישט געקענט צופרידנשטעלן איך גלייב שווער דו וועסט יא קענען...
טעקנישן: אההה... איר מיינט צו זאגן אז איר האט א פראבלעם זיך צו קאנעקטן צו די אינטערנעט?
קאסטומער: הער אויס, ס'ארבעט נישט און פארטיג! איך ערווארט צופרידנקייט, אז דו קענסט מיר נישט העלפען זאג! ס'איז א שאד די צייט…
טעקנישן: אקעי, איך האף איר וועט נישט ברוגז זיין, אבער כדי אייך צו העלפן דארף איך פרעגן נאך עטליכע פראגן.
קאסטומער: פיין, אבער איך גלייב נישט אז דו וועסט מיר קענען העלפן...
טעקנישן: זענען אלע ווייער'ס פון אייער מאדעם אריינפלאגט געהעריג?
קאסטומער: וואס ווייער'ס? ס'איז א ווייערלעס מאדעם!!! ס'דארף בכלל ווייער'ס?....