ווען אייער סמארט-פאון/ לעפטאפ ווערט פארלוירן אדער געגנב'עט
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
ווען אייער סמארט-פאון/ לעפטאפ ווערט פארלוירן אדער געגנב'עט
אין דעם אשכול וועלן מיר אנאליזירן אלע סארט פראגראמען און עפפס, אז אפילו איר פארלירט אדער עס ווערט אייך געגנב'עט א לעפטאפ אדער סמארטפאון, זאלט איר עס נאך קענען צוריק באקומען.
לעצט פארראכטן דורך אייוועלט ארכיוו אום דאנערשטאג אוגוסט 25, 2011 1:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב פעלט אייך אן ענדרויד פאון איז דא אן עפפ פון Lookout און ס'הייסט Plan B לינק מען ברויך אויספאלגן די אנווייזונגען דארט און ביז צוואנציג מינוט וועט איר וויסן וואו די פאון געפינט זיך, זיי שיקן אימעילס צו די דיפאלט Gmail אקאונט פון די פאון.
אה, פיינעלי אן אשכול דערוועגן, לאמיר טאקע הערן צו איינער קען מיר העלפן אין מיין נויט.
איך האב באקומען אן אפגרעיט פון מיין סעלפאן קאמפאני צו אן ענדרויד, כ'האב געהייסן שיקן דורך א קוריער (כגון פעדעק'ס, יו.פי.עס. עטק.), זייי זענען געווען ביי מיין טיהר אין געקלאפט, איז פונקט קיינער נישט דארט געווען, האבן זיי עס אפגעטראגן ערגעץ ווייסעך ווי, און איבערגעלאזט א נויטיפיקאציע צעטעלע אוואו איך קען דאס אפיר קראצן, דער מקום איז געווען היפש ווייט פון מיין מושב, מילא האביך זיי אנגערופן עס צו רידיליווערן, פארשטייט זיך אז איך בינישט געווען אינדערהיים בשעת מעשה, האביך מיך א ביסל באווארנט (ליינט באנארישט) און איך האב ארויסגעהאנגן א צעטעלע אויף מיין טיר פון אינדרויסן, אנטשולדיגט מיסטער שיק יונגעל, לייג מיר אראפ דעם פעקל ביים טיהר אויב קיינער ענטפערט נישט, אינטערגעשריבן שמן למאור, און געגאנגען ווייטער, קום איך אהיים פארנאכטס, והפעקל איננו, רוף איך אהן דעם שיקער קאמפאני, זאגן זיי מיר אז זיי האבן עס דיליווערט און זיי האבן אפילו מיין אינטערשריפט פונעם צעטעלע.
זינט דאמאלטס דריי איך מיך ארום מיט מיין אלטען אפגעריבענע טעלעפאן, און איך האב נישט צו וועם צו רעדן, ווען איך בעט פון מייט טעלעפאן קאמפאני אן אפגרעיד שרייט ער מיר אהן אז איך האב דאך יעצט באקומען אן אפגרעיד, ווען איך בין זיי מסביר די מעשה זאגן זיי, נישטא וואס צו רעדן, יעדער קען דאך פאבראצירן די דאזיגע, זיי קענען מיר נישט העלפן, פרעג איך זיי וואס דעם העלפן זיי ביי א סטאלען פאון, זאגן זיי אז זיי לייגן ארויף א נאט אויפן אקואנט, און זיי שפארן דאס אפ, אבער לעניננו ברויך מען דאס נישט, ווייל איך האב עס נאכנישט אקטיווירט, ס"ה ביניך געבליבן אנגעזעצט מיט מיין ענדרויד...........
עני העלפ פאר אזא סטארי.............. ????????

מ'קען נוצן Prey אויפן ענדרויד אויך, נאר וויבאלד עס נוצט די GPS צו וויסן וואו דער כלי געפינט זיך און ס'רוב מענטשן האלטן די GPS פונעם פאון אויסגעלאשן ווייל עס נוצט בעטערי (דאס איז א מחלוקה פאר זיך, מאנכע טענה'ן אז עס נוצט אסאך בעטערי און אנדערע זאגן אז ס'הייבט זיך נישט אן, שוין...) און דאס איז די מעלה פון Plan B אז עס טוט אנצינדן דעם GPS רעמאוטלי.
ווען מען לייגט אראפ א (ענדרויד) פאון ערגעץ טשארדזשן ביי א שמחה וכדו' (כ'וואלט דאס נישט געראטן צו טון אויף קיין שום פאל, אבער אויב ס'איז א נויטפאל) איז גוט צו האבן איינע פון די פאלגענדע עפפס.
Don't Touch My Droid
Ripcord Alarm
AntiMobTheft
Don't Touch
Thief Repellent Lite
די אלע עפפס טוען בערך די זעלבע זאך, איר שטעלט אן דעם עפפ און לייגט אראפ דעם פאון און ווען איינער רירט נאר צו צום פאון נעמט עס מאכן קולות. עס ארבעט מיט א Proximity Sensor, געוויסע עפפס קען מען אפילו אנשטעלן די סענסעטיווקייט אדער די קולות.
RipCord Alarm ארבעט אז ווען מען טשארדזשט די פאון און מען שטעלט עס אן, וועט עס פייפן ווען מען שלעפט ארויס די פלאג, דהיינו עס הערט זיך אויף טשארדזשן (עס ארבעט נישט מיט קיין סענסאר).
המשך יבא אי"ה

שוין צייט פאר אן אפדעיט:
אלע עפל דעווייסעס - אנגעהויבן פון iOS 7 - האבן אן אריינגעבויטע Activation Lock, און צו דעם דארף מען א iCloud אקאונט. פאר אינסטרוקציעס און מער אינפארמאציע קליקט דא
ענדרויד פאונס פון ווערסיע 2.3 און העכער קענען נוצן די אומזינסטע Android Device Manager פון גוגל. הילף און מער אינפארמאציע
ווינדאוס פאון באנוצער קענען נוצן די windowsphone.com וועבסייט צו טרעפן זייער פאון. די עפפ קומט מיט יעדע ווינדאוס פאון
אויף א בלעקבערי קען מען אינסטאלן דעם BlackBerry Protect עפפ, זעהט דא פאר מער אינפארמאציע