בלאט 1 פון 1

נייע מעק אפערעיטינג סיסטעם: לייבעלע

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 9:41 am
דורך גרויזאמער
נייע מעק אפערעיטינג סיסטעם לייבעלע OS X Lion ווערט עוועילעבעל קומענדיגע יולי

וואס זענען די אויפטוה'ן?

http://www.apple.com/macosx

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 9:54 am
דורך leiby
קוק דא http://tcrn.ch/kHfOpm
קודם קוק אביסל ווי מ'הארגעט זיך צו זיי גנבענען פין ווינדאוס, צו ווינדאוס גנבעט פין זיי,
אז מ'רעדט שוין יא דערפין איז אינטערסאנט אויסצושמועסן אלעס וואס זיי האבן נעכטן ארויסגעגעבן, למשל imessage אלע חברה זאגן אז דאס איז די ערשטע ריכטיגע קאמפעטישאן פאר בלעקבערי מעסענדזשער, נישט נאר פארן אייפאון, ס'גייט ארבעט אויפן אייפעד.

פארצייל נאך.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 9:55 am
דורך גרויזאמער
א שאד אז אלע אפערעיטינג סיסטעם'ס ביז יעצט האבן נישט געהייסן לייבי, ווען יא וואלט לייבי פיל מער געשריבן. ואת הנעשה ונשמע אין להשיב.

יישר כח פאר די לינק.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 10:00 am
דורך arya1
leiby האט געשריבן:קוק דא http://tcrn.ch/kHfOpm
קודם קוק אביסל ווי מ'הארגעט זיך צו זיי גנבענען פין ווינדאוס, צו ווינדאוס גנבעט פין זיי,
אז מ'רעדט שוין יא דערפין איז אינטערסאנט אויסצושמועסן אלעס וואס זיי האבן נעכטן ארויסגעגעבן, למשל imessage אלע חברה זאגן אז דאס איז די ערשטע ריכטיגע קאמפעטישאן פאר בלעקבערי מעסענדזשער, נישט נאר פארן אייפאון, ס'גייט ארבעט אויפן אייפעד.

פארצייל נאך.


As I see is Live Profile going on the good way in the next few weeks they will have groups like BBM + broadcast massage.
Whst I wsnt now is from which new messenger sre u talking ?? It works on BlackBerry ??

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 10:02 am
דורך גרויזאמער
אלע לייבן קומען דא צו פליען ווי ביי נח'ס תיבה. סכאפט א פחד.

מעק נייעס: OS X Lion ווערט עוועילעבעל קומענדיגע יולי

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 10:15 am
דורך גימעל
עפפעל מעלדט מיר אין אן אימעיל: די וועלטסט מערסט פארגעשריטענע אפערעיטינג סיסטעם לייאן וועט זיין צו באקומען אויף מעק עפפ סטאר קומענדיגע חודש יולי, פאר די פרייז פון 29.99.

ווערענדיג נייגעריג בין איך ארויף אויף זייער סייט פאר מער אינפארמאציע, איך קוק שוין לאנג ארויס אויף די לייאון אפערעיטינג סיסטעם און איך האב געקענט באשטיין צו זיין וואס עס זענען די מעלות מער ווי די ביז איצטיגע סנאו לעפערד, און ווי עס זעט מיר אויס איז דאס באמת א אפערעיטינט סיסטעם מלא חידושים און מעלות פון וואס איך האב נישט גע'חלום'ט.


זיי שרייבן אז זיי האבן צוגעלייגט איבער 250 נייע פיטשורס וואס זענען נאך נישט געווען ביז היינט, (כאטש א טייל פון די פיטשורס זענען נישט גענצליך ניי פאר קאמפיוטערס, איז עס אבער ניי פאר מעק.) איך גיי די מערסטע פאר די 4 נייע פיטשורס:

AirDrop צו שיקן פיילס פון איין קאמפיוטער צום צווייטן, מיט א פשוט'ע 'דרעג ענד דראפ' אן דארפן אויפסעטן א נעטווארק אדער ווייפיי,

Mission Control וועלכע נעמט צוזאם אלע ביז איצטיגע קאנטראל אפשענס ווי 'ספעיסעס' און 'דעשבארד' אונטער איין שירעם עפפ, מיט איין קליק אויף א באטטען קען מען זען אלעס וואס טוט זיך אויפן קאמפיוטער,

Versions וועלכע סעיווט יעדע דאקומענט בשעת מ'עפענט עס און א יעדע שעה אין די צייט וואס מ'ארבעט אויף עס, (מ'קען אויך מעניולי סעיווען א פייל צו ווערשיאנס דורכן דרוקן סעיוו עס ווערשיאן) און דערנאך אויב האט איר חרטה פאר די טשעינדזעס גייט מען פשוט צוריק צו א פריערדיגע ווערסיע. (עס קומט אנגעלאדענט מיט נאך צענדליגע מעלות אבער אכהמ"ל),

די פערדע איז Resume יעדע פראגרעם וואס מ'עפענט אויף וועט מען טרעפן אין די זעלבע פאזע וואס מ'האט עס איבערגעלאזט, אלע אפענע ווינדאוס אלע פעלעטס און טולס, און אפילו די מאוז קורזער וועט זיין אויף די זעלבע פלאץ וואס מ'האט עס איבער געלאזט. די זעלבע מיט די גאנצע סיסטעם ווען מ'סטארט די קאמפיוטער צופרי וועט מען עס טרעפן די זעלבע ווי מ'האט עס איבערגעלאזט א נאכט בעפאר, אלע אפענע פראדזעקטס וועלן זיך אוטאמאטיש עפענען און מ'קען גלייך גיין ווייטער פון וואו מ'האט געהאלטן. אויב וויל מען דווקא די התחדשות פון א פרישע סקרין קען מען מאכן א 'קלין סטארט', וועלכע מישט איבער א פריש בלעטעל אן קיין חשבונות פון פריער... 

פון די אלטע אפליקעישנס וואס זיי האבן איבערגעמאכט גלייך איך די מערסטע די נייע 'מעיל' עפפ, די צוגעלייגטע 'מולטי טוטש' אפשינס (איך האף ס'וועט אויך ארבעטן מיט די מעדזיק מאוז), די סקרין שעירינג זעט אויס וועט אויך זיין געשמאקער, און פארשטייט זיך 'פיינדער' און 'ספאטלייט' וועלכע האבן געמאכט פארשריט מיט יעדע נייע אפערעיטינג סיסטעם.

די נייע אפערעיטינג סיסטעם וועט - ווי געשריבן- זיין צו באקומען קומענדיגע חודש אויף די מעק עפפ סטאר, פאר די נישטיגע פרייז פון דרייסיג דאלער.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 10:16 am
דורך גרויזאמער
viewtopic.php?f=57&t=14135

יא, דער אשכול איז מער אינפארמאטיוו - דערווייל - ווי יענע

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 10:17 am
דורך גימעל
גרויזאמער האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=57&t=14135

סארי נישט געזען. ווי זאגט האניג: געשמאלצן!

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 10:23 am
דורך גימעל
גרויזאמער האט געשריבן:וואס זענען די אויפטוה'ן?
http://www.apple.com/macosx/


אז דו לייגסט א לינק וואס איז דיין שאלה? גיי קוק.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 10:29 am
דורך גימעל
עפעל האט געשריבן:די וועלטסט מערסט פארגעשריטענע אפערעיטינג סיסטעם לייאן וועט זיין צו באקומען אויף מעק עפפ סטאר קומענדיגע חודש יולי, פאר די פרייז פון 29.99.

בילד

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 10:47 am
דורך thefact
געשמאלצן!

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 10, 2011 11:17 am
דורך לאז געמאכט
דרייסיג דאלער פאר א שפאגעל נייע אפגרעיט?! יא מאסט בי קידינג...
מייקראסאפט שלעפט אפאר מאות פאר אזא זאך. קען זיין ס'אינאך אין בעטא גיבן זייי עס פאר ביליג.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 04, 2011 2:28 pm
דורך פינטעל
האט איינער אפגרעיטעד?
איך זעה אסאך שלעכטע ריוויאוס אויפן לייב, האט איינער עקספיריענס?
אויך, גיי איך פארלירן דאקומענטס נאכן אפגרעיד?