בלאט 1 פון 1

א פריוואטע יודישע וויקי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 19, 2011 5:15 am
דורך איטשע
אפשר קען מיר איינער העלפען, איך וויל מיר אויפשטעלן אן אייגענע פריוואטע וויקי אויף יודיש, ווי אזוי איז די בעסטע וועג עס צו טוען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 19, 2011 6:32 am
דורך משנה מקום
it depends where you want to host it

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 19, 2011 6:44 am
דורך farshlufen
כמדומה לי אז דאהי אין אייוועלט קאנט איר עס טאן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 19, 2011 7:12 am
דורך leiby
גערעכט, ארענדאר האט שוין עקספיריענס דערמיט, פרעג אים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 19, 2011 8:52 am
דורך באמבאסטיש
אגב; איז נאך עפעס געבליבן זכרונות פונעם אלטן וויקי דאהי? אדער איז אינגאנצן אפגעווישט געווארן ביים קראך?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 19, 2011 11:22 am
דורך איטשע
א דאנק אייך, איך וועל מיך פארבינדען מיט הרב ארענדער.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 31, 2011 2:33 pm
דורך אויפריכטיג
איטשע א געוואלדיגע געדאנק, איך וואלט זייער געוואלט עס זאל זיין אזא זאך. אויב האלטסטו ביים דאס פארווירקליכן וועל איך זיין וויליג דיך ארויסצוהעלפן מיט די ארבעט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 31, 2011 7:22 pm
דורך שמערי בערי
קורץ פאר'ן קראך האב איך געקלערט צו בעטן פונעם עולם אז מ'זאל אביסל אויפבויען דעם וויקיפידע אונזערע - זינט אין כמעט יעדן נושא קען מען טרעפן אשכולות ביי אונז, און אונזערע ידענים וואלט'ן זיכער געקענט העלפן אויפבויען דעם וויקי.

אבער דאן האט זיך אונטער געריקט דער קראך און....

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 31, 2011 7:44 pm
דורך אויפריכטיג
נו, לאמיר בעטן די געטריע מנהלים שיחי' אז מען זאל דאס אינזין האבן ביים אבן הפינה צום נייעם קרעטשמע!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 14, 2011 7:29 am
דורך איטשע
איך האב מיך געוואנדען, צו הרב ארענדער, אבער איך האב באקומען קיין אנטווארט.
איך ווייל דא קלאר מאכן, אז איך האלט ביים מאכן דעם וויקי גענצליך פריוואט (איך פלאן אריינצולייגען צופיל אינפארמאציע, אז עס זאל זיין גענצליך גראטיס).

קען איינער מיר העלפען אויפסעטן א וויקי אויף א פריוואטע דאמעין.