בלאט 1 פון 1

שטוינענדע שפראך טרענסלעישאן דורך די סמארט פאון קעמערא

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 11:50 am
דורך צים פינטעל
במשך די יארן איז שוין ארויסגעקומען יעדע מין פאריקטע אפליקעשאן פאר איי פאן און בלעקבעריס וכדומה, אבער דאס איז שוין א אויפטוה א חידוש ממש א שטוינענדע אפליקעשאן
די אפליקעשאן ווערט אנגערופן word lens עס טייטש איבער די שפראך דורכ'ן כאפן א בילד פון דיין קעמערא אויף סיי וואס פאר א סיין א.ד.ג. און נוצענדיג OCR טעכנעלאגיע טייטש ער עס איבער אויף דיין שפראך וואס די פארשטייסט

אויף דערווייל טייטש עס איבער נאר פון די צווייי הויפט שפארכ'ן וואס ווערט באנוצט אין די פאראייניגטע שטאטן "ענגליש-ספאניש"

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 11:51 am
דורך ווער בין איך?
איזעס פאר בלעקבערי? אייפאון? אייפאד טאטש? איזעס בחינם?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 11:56 am
דורך צים פינטעל
זיי שרייבן אז סאיז פאר איי פאן

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 12:07 pm
דורך ווער בין איך?
וויפיל קאסט עס?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 12:11 pm
דורך גימעל
ווער בין איך? האט געשריבן:וויפיל קאסט עס?


נאט אייך די לינק.
http://itunes.apple.com/us/app/word-len ... mpt=uo%3D4

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 12:28 pm
דורך קהת
ווער בין איך? האט געשריבן:וויפיל קאסט עס?


סאיז בחונם סאיז נאר גוט פאר אייפאון, ס'הייסט "WORD LENS" קענסט עס דאונלאודען און די APP STORE

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 8:00 pm
דורך זושאלע
זיי שרייבן אז ס׳איז אויך גוט פאר אייפאד טאטש.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 8:13 pm
דורך מאשקע
גוגעל האט דאס שוין א שטיק צייט פאר די ענדרויד פאונס. ס'הייסט google goggles.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 8:38 pm
דורך קהת
זושאלע האט געשריבן:זיי שרייבן אז ס׳איז אויך גוט פאר אייפאד טאטש.


נאר די נייע וואס האט א קעמערא

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 9:57 pm
דורך ווער בין איך?
בחינם באקומט מען כנים, די בחינם'דיגע ווערסיע פליפט עס נאר די ווערטער פארקערטערהייט. צו האבן פון ענגליש צו ספאניש קאסט עס א צענער און צוריק פון ספאניש צו ענגליש איז נאך א צענער און דאס איז די איינציגסטע צוויי שפראכן וואס זיי האבן. נישט ווערט צופיל.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 12, 2011 12:48 am
דורך צים פינטעל
ווער בין איך? האט געשריבן:בחינם באקומט מען כנים, די בחינם'דיגע ווערסיע פליפט עס נאר די ווערטער פארקערטערהייט. צו האבן פון ענגליש צו ספאניש קאסט עס א צענער און צוריק פון ספאניש צו ענגליש איז נאך א צענער און דאס איז די איינציגסטע צוויי שפראכן וואס זיי האבן. נישט ווערט צופיל.


סתם זיך צו שפילן איז עס אפשר נישט ווערט אבער פאר ווער עס דארף עס איז עס נישט טייער