בלאט 1 פון 1

מייקראסאפט CES 2011

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 10, 2011 10:30 pm
דורך זייער נייגעריג
איז דא איינער וואס איז דארט געווען, אדער געזעהן זייערע חידושים?
איך בין זייער נתפעל פין א שיינע פאר חידושים, כ'וואלט געוואלט וויסן אויב ס'דא מיט וועם צו רעדן דא דערוועגן.

דא קען מען עס זעהן, מ'דארף האבן סילווערלייט אינסטאלט, אדער קען מען זעהן קליינע חלקים אויף יו טוב.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 12:41 pm
דורך פאטאקי08
עפעס רעדט מען דארט פון א נייע לעפטאפ וואס וועט האבן צוויי סקרינס איינס א געהעריגע און איינס פאר די הענט...

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 12:48 pm
דורך זייער נייגעריג
יא יא, דאס איז איינע פין די זאכן וואס מ'האט געוויזן, (בקרוב העל איך אפשר לייגן אביסל בילדער פארן עולם,) זיי זאגן אבער ס'העט נעמען א האלבע יאר צו מער ביז אסאך זאכן וועלן ארויסקומען לאור עולם.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 12:50 pm
דורך פונקטליך
פאטאקי08 האט געשריבן:עפעס רעדט מען דארט פון א נייע לעפטאפ וואס וועט האבן צוויי סקרינס איינס א געהעריגע און איינס פאר די הענט...

דאס האט מיר די מערסטע געכאפט דארט
ס'איז ווינדערליך!



טאטש קיבארד
בילד



טאטש סקרינס (מערקט: ס'איז איין לאנגע פעידש די אויבערשטע סקרין מיט די אינטערשטע)
בילד

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 14, 2011 1:48 am
דורך זייער נייגעריג
נאך אביסל בילדער פין די לעפטאפ
בילד

דעס איז א לעפטאפ וואס מ'קען אראפ סליידן אין ס'ווערט אזוי ווי א טעבלעט (כמו אייפעד)
בילד

דעס איז די נייע ARM טשיפ וואס די געהעריגע ווינדאוס גייט קענען לויפן אויף די קליינע טשיפ, איינע פין די מעלות זענען, ס'וועט ניצן סאך ווייניגער פאוער, וועט די בעטערי זיך האלטען לענגער, וכדו'...
בילד

צו פארשטיין קלארער לוינט צו קוקן די ווידיאוס, דא איז ער מסביר וויזוי די ARM גייט ארבעטן, דאס הייסט א קאמפיוטער אויף א קליינע טשיפ.
אין דא ווייזט ער די נייע מיני לעפטאפ'ס (היפש אינטערסאנט אויב איינער האט ליב נייע טעכנאלאגיע)


באמת אבער האט די אלע זאכן גארנישט מיט מייקראסאפט, יעדע איינס האט זיך זיין קאמפעני, איינס איז סעמסאנג א צווייטע קומט פין עסוס,אדער עיסער, די arm קומט פין אינטעל,
זיי ברענגען נאר ארויס אז ווינדאוס גייט זיין סאפארטעד ביי די אלע נייע מיני מאשינען, ווי זיי ריפן עס Windows Everywhere

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 14, 2011 10:38 am
דורך ווער בין איך?
ARM קומט פון אינטעל? פון בעל בית די וואך איז נישט אזוי משמע.

בעל בית האט געשריבן:קומענדיגע ווערסיעס פון ווינדאוס וועלן ארבעטן אויף ARM פראסעסארס

סטיוו באלמער האט געמאלדן -אין זיין קינאוט רעדע ביי די CES שאו- אז קומענדיגע ווערסיעס פון ווינדאוס וועלן אויך ארבעטן אויך ARM טשיפס, די נייעס איז נישט ממש קיין איבעראשונג, ווייל עס זענען שוין געווען שמועות דערוועגן אין די מידיע, אבער די פאקט גופא איז א שטוינענדע שריט, און די ערשטע מאל וואס די געהעריגע דעסקטאפ ווערסיע פון ווינדאוס וועט ארבעטן אויף עפעס אנדערש חוץ אינטעל’ס X86 טעכנאלאגיע.
מייקראסאפט און אינטעל זענען דורכאויס די יארן געווארן געקניפט און געבינדן, מען פלעגט רופען די ווינדאוס-אינטעל פלאטפארמע “ווינטעל”. עס איז א שטארקע קלאפ פאר אינטעל וואס האט נישט געקענט דורכאויס די יארן אויפקומען מיט א געניג ענערגיע שפארזאמע פראסעסאר וואס זאל זיין געאייגענט פאר גאר קליינע האנט קאמפיוטערס.
די ARM טעכנאלאגיע איז ערצייגט דורך א פירמע אין ענגלאנד וואס לייסענסד אירע ARM פראסעסאר טעכנאלאגיעס פאר פארשידענע פירמעס וואס פראדוצירען עס בפועל, בעיקר זענען באקאנט, טעקסעס אינסטרומענטס, קוועלקאם און לעצטענס אויך סעמסאנג און די “גראפיקס פראסעסאר” ריז, ענ-ווידיע.
די ARM פראסעסארס צייכענען זיך אויס צו זיין זייער מאכטפול רעלאטיוו צו די זייער קליינע סכום פון עלעקטריק וואס עס פארברויכט, וואס איז קריטיש פאר מכשירים וואס לויפן אויף א באטערי, ווי אויך איז עס אסאך קילער, און ברויך נישט צוקומען צו א פען וואס זאל עס אפקילן. צוליב דעם געפינען זיי זיך טאקע אין רובא דרובא טעלעפאנען און האנט קאמפיוטערס.


http://www.balboos.com/content/2011/01/ ... 2%D7%A1-9/

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 14, 2011 11:45 am
דורך זייער נייגעריג
טעיתי, כ'האב געוואלט שרייבן ענווידיע, אינטעל איז א א אנדערע טעכנעלאגיע ביי די לעפטאפ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 9:04 pm
דורך זייער נייגעריג
מייקראסאפט האט געמאלדן אז זיי גייען מער נישט אויפטרעטן ביים CES, זיי פלעגן עס עפענען יעדעס יאר,
שפעקולאציעס קענט איר ליינען אסאך אויפן געוועב
איינע פון די איז, זיי זאגן אז זיי ווילן נישט זיין געבינדן ארויסצוגעבן א פראדוקט ווען ס'קומט פאר די יערליכע CES, למשל די ווינדאוס 8 וואס גייט ארויסקומען דעם זימער און איז נאכנישט גרייט צו ווערן געוויזן, ווילן זיי זיךנישט דארפן צו יאגן וועגן דעם יערליכן שאוי,
פארשטייצעך אז יעדער לייגט עס אן אז זיי טיען נאך עפל, ווי אויך זאגן אסאך אז ס'איז נישט אזוי בכבוד ווען זיי מאכן די קינאוט ביי א מענטראלע שאוי. וכו'.

איינס
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2398000,00.asp
צוויי, ער געט 5 טעמים.
http://www.pcworld.com/article/246882/m ... ville.html

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 23, 2011 2:49 am
דורך נאר נייעס
איך ווייס נישט
אז מען פרעגט מיר זעה איך נישט ווי אזוי מען קען ניצען א טאשט סקרין אין א אפיס
עס איז אינגאצען נישט באקוועם

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 23, 2011 8:36 am
דורך leiby
מ'רעדט נישט פאר אזעלכע באניץ, ביי א מיטינג וכדו קען עס אסאך צוניצקומען

אגב גייט עס נישט זיין נאר א טאטש.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 23, 2011 12:52 pm
דורך בלעקבערי פען
סאיז טאקע אינטרעסאנטע טעכנעלגיע אבער אלעס גבויט אויף אלטע געדאנקען
און די לעצטע פאר יאר האט מען כמעט נישט געהערט פון קיין פרישע געדאנקען און עולם האטעכנעלאגיע
סאיז אלעס געבויט צו מאכען בעסער די טעכנעלאגיע וואס מיר האבען שוין

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 23, 2011 1:59 pm
דורך נאר נייעס
וואס נאך ווילסטו האבן

האסט נאך נישט גענוג כלים ???