בלאט 1 פון 1

pomegranate סעל פאון

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 12:11 pm
דורך צים פינטעל
אלעס וואס די חלומ'סט איז שוין דא אויף א סעל פאון אבער פון פאמעגרענעט סעל פאון'ס פיטשער האסטו מסתמא נישט געחלומ'ט
וועלמער נישט מאריך זיין וועלמער צוגיין צום ענין
ברוכים הבאים צו פאמעגרענט סעל פאון
1) אימעל מיט פולע אינטערנעט בראוזינג
2) עמ פי טרי פלעיער
3) גי פי עס נעוויגעטער ,
מען קען כאפן בילדער מיט ווידעא

אקעי דא הייבט זיך עס אן
4) קאפי מעקער (די לייגסט אריין עעפס אזא שטיקל פון וועלכע פלעוואר די ווילסט און די דריקסט א קנעפל, די סעל שיקט ארויס אזא שטרוי וואס ציעט אריין די וואסער פון די קאפ, און ביז דרייסיג סקונדעס שיקט עס ארויס א הייסע קאווע.... אהה מחי'
5) שעווער (צו שניידן די בארד רח"ל...
8) פראדזעקעטער צו ווייזן סיי וואס אויף די וואנט צו אזוי גרויס ווי 72 אינטש
8) הארמאניקע (אזא מין פייפער זיך צו אינטערהאלטן אינמיטן לייידיגקיין
9) טרענסלעיטער (למשל די רעדסט אריין ענגליש, רעד די טעלפאן ארויס ספאניש סא די קענסט קאמיוניקעטן מיט וועם די ווילסט נאר אויף וועלכע שפרארך די ווילסט
10) עס וועט אויך זיין א מעגליכקייט צו רעדן דעראויף.......
סאיז נאכנישט דא קיין ריליעס דעיט

דא עטליכע בילדער

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 12:15 pm
דורך צים פינטעל
די הארמאניקע
איינמאל די טאג הייבט אן צו גיין אנגעזעצט נעם ארויס דיין סעל פאון און לאז דיר ארויס אין א טאנץ

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 12:18 pm
דורך צים פינטעל
די ראזיר מעסערל
אויב די יאגסט זיך קענסטו רעדן און שניידן אויפאמאל

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 12:29 pm
דורך leiby
ס'איז שוין א אלטע דזשאוק ווידיאו, ווילסט זעהן רעוויאוס ווי דער עולם שעלט פארן איינרעדן?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 1:03 pm
דורך מחזור
דשעי נעט גייט אראפנעמען די שעיווער?????????...........אדער וועט זיין א אפשן פאר חסידישע אין ליטווישע?????

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 1:26 pm
דורך קרעמער
מהדרין קומט ארויס מיט א מהדורת חלב ישראל דערפון

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 2:27 pm
דורך צים פינטעל
leiby האט געשריבן:ס'איז שוין א אלטע דזשאוק ווידיאו, ווילסט זעהן רעוויאוס ווי דער עולם שעלט פארן איינרעדן?


סאיז רחוק מן המציאות?????????

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 5:07 pm
דורך leiby
האסט געזעהן די ווידיאו?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 5:30 pm
דורך צים פינטעל
leiby האט געשריבן:האסט געזעהן די ווידיאו?


איך האב געזעהן די ווידעא אויף זייער סייט

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 12:33 am
דורך leiby
גראדע וויל גוגל אויך ארויסגעבן אזא זאך וואס זאל ארבעטן איבער די טרענסלעישאן, ס'הייסט Conversation mode in Google Translate

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 1:18 am
דורך איך וויל פארשטיין
מחזור האט געשריבן:דשעי נעט גייט אראפנעמען די שעיווער?????????...........אדער וועט זיין א אפשן פאר חסידישע אין ליטווישע?????

פאר די חסידישע וועט עס זיין א נעגל שניידער.......

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 1:47 am
דורך שוועמל
מיט א קעמל פאר די וואס זענען מקפיד נישט צו נוצן..