בלאט 1 פון 1

מערצעדעס-בענז עקספערימענטירט דרייווער-לאזע אויטאס

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 25, 2010 8:53 am
דורך קאמענטאטאר
די (דויטשע) מערצעדעס-בענז אויטא פירמע נוצט שוין דרייווער-לאזע קארס - דערווייל נאר פאר טעסט דרייווס - וועלכע קענען פארן סעיף אן א דרייווער און קאמיוניקירן איינע מיטן צווייטן ווייערלעס, ס'וועט שוין לאנג נישט נעמען און דאס וועט ווערן געהעריג אדאפטירט פארן טאג טעגליכן באנוץ.

זעהט מער דא אויף "פאפולער-מעכאניקס".

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 7:17 am
דורך הערשי קניהויז

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 7:39 am
דורך קאמענטאטאר
געבלאקט ביי Jnet, מסתמא ווייל ס'האט די אותיות tv דערינען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 7:45 am
דורך הערשי קניהויז

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 7:50 am
דורך קאמענטאטאר
אמעזינג!

ייש"כ קניהויז

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 7:51 am
דורך מאנאגרעמס
צו וואס זאל איך וועלן האבן א דרייווערלאזע קאר?
איך דרייוו ווען איך וויל אנקומען ערגעץ. מיטן שיקן אזא קאר, וועל איך בלייבן אינדערהיים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 7:53 am
דורך דארפסמאן
וועסט קענען שיקן דיין קינד און חדר און ציריק האבען דיין קאר ביז א פאר מיניט

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 10:32 am
דורך מאנאגרעמס
איך וואלט נישט געשיקט מיין קינד אין חדר זייענדיג אליינס אין קאר. עס וועט מעגליך אריינגיין אין 'טשיילד אביוז'...

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 10:46 am
דורך גימעל
וועט מען דארפן האבן לייסענס צו דרייוון אזא קאר.

און ווי איך פארשטיי גייט עס ארבעטן מיט GPS, וואס גייט געשען אויף א פלאץ ווי עס איז נישט דא קיין סערוויס?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 6:54 pm
דורך ריק פערי
גוגלס אזא סארט קאר פארט שוין איבער א יאר אויך די גאסן, ס'איז נאך און פראווע צישטאנד אבער ס'פארט גענצליך אליין, גוגל קאמפיינט שוין צווישן געזעץ געבער און נעוואדא אז מ'זאל לעגאליזירן זייער קאר.

מ'קען זעהן ווידעא דערפון אויף יוטוב לינקס זענען נישט ערלויבט.