"גאר געהיימע" ספיי קעמרע
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 10:22 am
די שפיאנאזש וועלט איז געקניפט און געבינדען מיט עולם הדמיון, יעדע העלדישע געוואגטע מיסיע וואס איר וועט הערט און לייינט קוקט אויס (אדער גאר איז) א פאנטאזיע, און צוגאב זענען אלע כלים וואס מען באנוצט זיך צו שפיאנירן קוקן אויס ווי איין זאך און טוהן אינגאנצן עפעס אנדערש, שיך וואס קענען זעהן, בלומען וואס קענען הערן, וכו'
נו, אז איינער וויל קויפן א באהאלטענע קעמרע וועט ער זוכן עפעס וואס רופט נישט אויס קיין פארדאכט, צו איז דאס א פעדער, צו א זייגער, אדער א טישא באקס, אבער א געוויסע פירמע האט באשלאסן אז דאס אלעס קען נאך אלס אויסרופן עפעס א פארדאכט, דערפאר האבן זיי באשלאסן ארויס צוגעבן זייער פראדוקט: א באהאלטענע קעמרע וואס ליגט באהאלטן אין א.... קעמרע.
איז נאר איין קלייניגקייט שווער, וואס איז די אויפטוה פון א באהאלטענע קעמרע וואס קוקט אויס ווי א קעמרע?
די פירמע טענה'ט אז די פראדוקט איז "פערפעקט" צו נוצן ביי א אום צופרידענשטעלנדיגע קאסטעמער סערוויס טישל - Perfect for recording videos at dissatisfactory customer service counters – דארף מען בלויז פארשטיין וואו אזוי דאס ארבעט, מען שטייט אין די לאנגע רייע פאר שטונדעס? (נישט פארגעסן אז די בעטערי האלט פאר איין שטונדע) מען באקומט נישט קיין גוטע סערוויס? וואס העט די קעמרע העלפן? אז דער וואס געבט די סערוויס זאל זיך דערשרעקן אז מען כאפט אים אפ און אנהויבן זיך אויצופירן נארמאל? פארדעם קען מען דאך קויפן א טוי קעמערע. וצ"ע
דאך איז עס א געוואלדיגע איינפאל, שטעלט אייך פאר אז אין די צייט וואס איר זיצט אין אפיס מיט אייערע געהיימע שפיאנאזש דאקומענטן, קומט איינער מיט א מתנה פאר אייך, א קעמרע. ער לייגט עס אויפן שעלף, און שפאצירט ארויס, וועט אין אייער ווילדסטן חלום נישט איינפאלן אז דאס איז געמאכט אויפצוכאפן אייער באשעפטיגונג, דאס איז דאך סתם א קעמרע. (א בחינה פון פאקערט אויף פאקערט)
אויב זענט איר איבערצייגט אז די פראדוקט איז פאר אייך געאיינט, בין איך פרייליך צו מעלדן אז דאס איז דא צובאקומען פאר כמעט פערציג דאללער, מיט פרייע ליפערונג (פרי שיפינג בלע"ז). אויב איז עס צו טייער, וועט איר זיך זיכער פרייען צו הערן אז אויב איר קויפט דריי באקומט איר אן הנחה פון עטליכע דאללער. איילט אייך צו, עס קען נאך אויסגיין צוליב די גרויסע פארלאנג...
די אדרעס: http://www.dealextreme.com/details.dx/sku.33605