בלאט 4 פון 4

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 5:27 pm
דורך קנאפער ידען
ניק ניק האט געשריבן:1. וואס איז גוגל אזוי בגדול מיט זיך אז קליינע קאמפעניעס קענען אויך צושטעלן די זעלבע זאך?
2. וואס איז אטלאנטע אזא מיוחס אז ער האט די גרעסטע עירפארט אין אסאך נייע ערפונדונגן איז ער פורסט אן ליין צו באקומען?

1 - גוגל פלאנט דאך א נעישאנווייד נעטווארק, דאס איז א אבנארמאלע אינפעסטרוקטשור! דער קליינער קאמפאני שטעלט עס בסך הכל צו לאקאל [און בעצם דער טעכנאלאגיע ערלויבט שוין אפילו אסאך שנעלערע ספיד'ס ווי איין גיג-פער-סעקאנד].
2 - [וואו זעסטו אז אטלאנטע איז א מיוחס? אבער אין דזשענעראל] עס האט גארנישט מיט יחוס, נאר מיט ביזנעס דעסיזשענס, זיי זענען מחליט וואו עס ווען זיי אויסקומען די גרינגסטע און ביליגסטע עס צו אריינברענגען און אזוי גייען זיי ווייטער. ווידעראום די קליינע קאמפאניס איז דאך לאקאל, דו קענסט אזאנס עפענען אין קרית יואל אויכעט [שטייצעך אויב זעסטו אז עס לוינט זיך דיר געלטווייז....].

געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2015 4:45 pm
דורך לכתחילה אריבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:גוגל האט געלאדענט א רייע שטעט אין אמעריקע צו קומען צו א מיטינג ווי מען וועט אויסשמועסן די מעגליכקייט צו ברענגען די שנעלע "גיג פער סעקאנד" אינטערנעט אהין.

די פראגעס וואס גוגל האט פארלאנגט פון די שטאטן איז ווי פאלגאנד.

וויפיל יוטילעטי פאולס איז דא אין ענקער שטאט, און וויפיל פון די שטאט איז געדעקט מיט די פאולס?

איז מעגליך צו נוצן אייערע עקסענסטירענדע פאולס אויפצוהענגען אונזער פייבער אפטיק קעיבלס? ווייל מיר האלטן "נישט" ביים גראבן און אינסטאלירן נייע פאולס.

קען אייער "בילדינג דעפארטמענט" פארגרעסערן דאס פראסעסען פערמיטן צו בויען 100 מאל אזוי שנען ווי איר מאכט פערמיטן יעצט? ווייל מיר האלטן נישט ביים דארפן ווארטן!

קיינער איז נישט גאראנטירט צו באקומען, אבער אויב וועט א שטאט געבן צופרידענשטעלענדע אנטווארטן, קומט גוגל צו שפאנצירן מיט די סחורה.

אט זענען די שטעט - די רויטע - וואס האבן באקומען די איינלאדענונג. (די גרינע האבן שוין.)

בילד

שארליט-נארט קערעליינע, נעשוויל-טענעסי, אטלענטע-דזשארדזשיע, ראלי-נארט קעלעליינע זענען די נעקסטע צו באקומען "גוגל-פייבער".

געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2015 7:44 pm
דורך מי חכם
פון גוגל ווייערלעס האט מען שוין גערעדט?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2015 7:57 pm
דורך קנאפער ידען
מי חכם האט געשריבן:פון גוגל ווייערלעס האט מען שוין גערעדט?

עי' כאן: viewtopic.php?p=1002524#p1002524

AT&T אין קאמפעטישן מיט גוגל

געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2015 7:03 pm
דורך קנאפער ידען
א באנדע אנטיסעמיטן!! פארוואס מאכן זיי עס נישט דא?! :roll:

AT&T האט היינט אנגעהויבן אויפסיינען באנוצער אין קענזעס סיטי, דאס איז איינס פון די פלעצער וואס געניסן שוין פון שנעלע אינטערנעט דורך גוגל פייבער, אויף זייער נייער סערוויס מיטו נאמען "גיגא פאוער" וועלכער וועט פונקט ווי גוגל צושטעלן גיגא-ביט ספיד אינטערנעט. דער גאנצער פעקל אינטערנעט מיט טיווי פאר בלויז $120 א חודש.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2018 11:15 pm
דורך הצדיק
Any updates here