גוגל פלאנט אן אייגן סופער-שנעלע אינטערנעט נעטווארק

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

Tיז דא א ליסט פין זייער נעקסטע סיטיס אין פלאן? ווען איז ניו יארק? איך מיין וויליאמסבורג?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מייקראסאפט האט געשריבן:Tיז דא א ליסט פין זייער נעקסטע סיטיס אין פלאן? ווען איז ניו יארק? איך מיין וויליאמסבורג?

זיי געבן נישט ארויס. ווען דו וועסט זעהן ווי זיי ארבייטען אין די געגענט, וועסטו וויסען אז עס קומט בקרוב.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:נעקסט איז יוסטען טעקסעס, צו באקומען די נייע פייבער פון גוגל, און עס ווערט געמאלדען אז ביז יעצט האט עס אינגאנצען געקאסט פאר גוגל אונטער 100 מיליאן דאלער, וואס הייסט זייער ווייניג.

עי. טי. ענד טי. האט געמאלדען אז אויך זיי גייען בויען א פייבער נעטווארק מיט די שנעלע ספיד פון גוגל אין ........ יוסטען טעקסעס!

#גיי פארשטיי
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

לכתחילה
היינט שעמט מען זיך שוין נישט דיר צו פרעגן...
וואס איז די חכמה פון פייבער אז עס קען פירן אזויפיל אזוי שנעל?
סתם קעיבל איז נישט גוט?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די נעקסטע שטאט צו ערהאלטן פייבער איז "פראווא, יוטא".

#סארי מייקראסאפט (יד"נ)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די גוגל פייבער איז פארן פרייז פון 70 $ א חודש. יעצט האט א קליינע קאמפאני אין ווערמאנט געמאלן אז זיי ווען צושטעלען די זעלבע שנעל פאר 35 $ א חודש.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

ווען קומט די קליינע קאמפאני קיין ברוקלין?..
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:די גוגל פייבער איז פארן פרייז פון 70 $ א חודש. יעצט האט א קליינע קאמפאני אין ווערמאנט געמאלן אז זיי ווען צושטעלען די זעלבע שנעל פאר 35 $ א חודש.

לכתחילה
דאכצעמער אונז האמיר באשטעלט עפעס בעסערס...
אהער מיטן ארטיקל...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אקעי נאך צוויי מאל זאגן פארשטיי איך אויפן ווינק, דארפסט נישט שרייען.

מיר האבן שוין געשמועסט, אז ליכטיקייט ווען עס שיינט אויף אזאך, איז אמאל גייט עס דורך - ווי וואסער - אמאל ווערט עס אינגאנצען איינגעזאפט - ווי א שווארצע שטח - און אמאל וועט עס ריפלעקטען - ווי ביי א שפיגל - .

"פייבער אפטיק", איז א ווייער, וואס אנשטאט קופער, אדער א אנדערע מעטאלענע מאטריאל איז עס פלעסטיק אדער גלאז. אין אנדערע ווערטער, עס איז א מאטריאל וואס ווען מען שיינט אויף דעם לעכטיקייט, זאל עס "אריינגיין" און זאל קענען אויך ארויס גיין, "דורך שיינען. ווען מען זאל שיינען לעקטער אויף קיפער, וועט עס נישט נאר אריין גיין, עס וועט אביסעל אפשפיגלען, און אביסעל איינזאפען, אבער אפי' דעס וואס ווערט איינגעזאפט, ווערט סטאק, און וועט נישט גיין ווייטער.

די ציל פון פייבער אפטיק איז, אז מען זאל אריין שיינען א לעקטער אין איין עק פון די "פייבער" און עס זאל ארויס שיינען אויף די אנדערע עק, נישט קיין נפק"מ ווי לאנג עס איז.

אזוי ווי מען זאל מאכן א שפיגל, און דערנאך לייגען נאך א שפיגעל, אז מען מאכט עס אביסעל שיף איינס פון די צווייטע, און מען וועט שיינען אויף איין שפיגל צום צווייטען וועט עס ריפלעקטען, און שיינען אינעם צווייטען שפיגעל, דערנאך קען מען לייגען א דריטע שפיגעל, און "אויפפיקען" די שיין פונעם צווייטען שפיגעל, און עס ריפלעקטען אינעם דריטען שפיגעל.

אז מען וועט עס מאכן גענוג פונקטליך, קען מען נעמען דעם שיין, און שיקען ווי ווייט מען וויל, איין שפיגעל צום צווייטען ביז צום דריטען ביז צום פערטען, אא"וו. סא וואס כ'וויל דערגרייכען איז, אז די לעקטער זאל אריין שיינען אינעם פייבער, און זאל ריפלעקטען אינעם פייבער אליינ'ס, נאכאמאל אין נאכאמאל, ביז עס קומט אן אין ציל.

און איינמאל איך קען דאס דערגרייכען, וועל איך קענען שיקען סיגנאלען, אזוי ווי א טעלעגראם, א לאנגע שיין מיינט א A, צוויי קורצע מיינט א B אא"וו יעדע אוית האט זיין קויד, צוויי קורצע מיט איין לאנגע, צוויי לאנגע מיט צוויי קורצע. אבער עס פעלט באמת נישט אויס צו ארבייטען ווי א טעלעגראם, אז יעדע אות האט א סיגנאל, וייל מיר ווייסען אז א קומפיועטער ארבייט מיט "צוויי" סיגנאלען אינגאנצען - ווי שוין באשריבן - איינס איז "אן" און איינס איז "אפפ".

סא סך הכל דארף מען שיקען סיגנאלען "אן, אפפ, אן, אפפ" אא"וו.

אבער די שאלה איז אזוי. אז מען שיינט אריין א לעקטער אין א "גלאז" אדער "פלעסטיק", וועט עס דאך דורך גיין און נישט ריפלעקטען. און אפי' כ'וועל לייגען עפעס אויף די אנדערע זייט גלאז, וועט עס אדער צוריק קומען צו מיר, אדער וועט עס ווערן איינגעזאפט, אין די מאטריאל וואס עס ליגט דארט.

איז מען אויפגעקומען מיט א עצה - גראדע די עצה איז שוין הונדערטער יארן אלט - אזוי:

לעקטער פארט אנדערשט אין די לופט, ווי קיינער שטערט אים נישט, און אין גלאז אדער פלעסטיק - וואס כאטש עס איז "דורכזיכטיג", דאס מיינט אז די ליכטיקייט פארט דורך, איז עס אבער "שווערער", פאר די ליכטיקייט ווי אין די לופט - און עס וועט אין פלעסטיק אדער גלאז, פארן אנדערשט. אזוי ווי ווען א מענטש גייט אויך א פשוטע שטח, און אין שניי אדער וואסער, עס איז שווערער און עס איז משנה דעם גאנג. נישט ווי צימענט וואס מען קען נישט דורך גיין, ווייל שניי "קען מען דורך גיין" נאר עס איז שווערער.

סא אז דו וועסט נעמען א שטיקל גלאז, און אדורך שיינען א לעקטער, וועט עס אינטען נישט אדורך קומען מיט די זעלבע ענגעל ווי עס איז אריין. מען וועט עס נישט אנזעהן נאר מיט א "לעיזער" לעקטער, ווייל א געהעריגע לעקטער, ווערט די ליכטיקייט "פארשפרייט", און דו וועסט נישט זעהן אז עס "קומט ארויס" אינטען, מיט א אנדערע ענגעל ווי עס איז "אריין".

כ'גיי שוין ווייטער אי"ה, נאר איך וועל לייגען דא א בילד מען זאל פארשטיין וואס איך האב געשריבן. אויף דעם בילד זעהט מען ווי עס שיינט אריין א "ביעם" פון לעיזער פון די לופט אריין אין וואסער, און עס קומט אריין אויף א געוועסע ענגעל, אבער עס שיינט דורך אין די וואסער מיט א עטוואס אנדער ענגל. (די געהאקטע ליניע איז נישט וואס מיר קוקען, דאס איז די "נארמאלע" ליניע, קען וואס מען מעסט, מיר קוקען אויף די גאנצע אומגעהאקטע ליניע) מען קען זעהן, אז די ווייטקייט פון דעם גאנצען ליניע - וואס איז די שיין - ווען עס פארט אין די לופט, איז עס "ווייטער" פון די געהאקטע ליניע - וואס איז קעגן וואס מען מעסט - ווי ווען עס איז אין וואסער, דעמאלס זענען די צוויי - די געהקטע און די גאנצע - נענטער.
אטעטשמענטס
images.jpg
images.jpg (4.57 KiB) געזען 5957 מאל
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

איז וויבאלד עס איז אזוי, קומט אויס, אז איך קען בייגען די "ענגל" פון די לעקטער אין איין סארט מאטריאל - למשל לופט - און עס וועט אויס קומען אנדערשט אין א אנדערע מאטריאל - למשל וואסער -.

סא איך בייג די לעקטער ענגל מער און מער און מער, אזוי ווייט אז ווען עס פארט אריין אין די אנדערע מאטריאל, קען עס זיך שוין נישט בייגען. ווייל אויבן האלט איך נאך עטוואס אוועק פון "אינגאנצען ליגעדיג", עס איז נאך אביסע שיף, אבער אינטען, איז עס שוין אינגאנצען ליגעדיג, ווייל עס איז דאך אינטען אביסעל מער געבויגען ווי אויבן.

יעצט אויב איך וועל עס מאכן אזוי ווייט שיף, אז עס וועט שוין נישט האבן "קיין פלאץ" אינען אנדערען מאטריאל זיך צו בייגען דארט, וועט עס אנשטאט דעם, בכלל נישט "אריינגיין"!!

עס וועט "ריפלעקטען", לאמיר לייגען אזא בילד' די בילד איז פארקערט פון די פריערדיגע, ד שיינט מען פון אינטען ארויף.

דא זעהט איר די געלע ליניעס, שיינען ארויף מיט א געוויסע שיעפקייט, און עס קומט ארויס עטוואס שיפער, מער אין מער, ביז עס קען שוין נישט זיין שיפער, דאס זענען די רויטע ליניעס/

די ערשטע רויטע ליניע, גייט "גראד", און די נעקסטע רויטע ליניע, ווערט "ריפלעקטעד"
אטעטשמענטס
criticalanglejavafigure1.jpg
criticalanglejavafigure1.jpg (22.04 KiB) געזען 5954 מאל
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פשוט צו פארשטיין די ווערטער וואס דארט שטייט - עס איז נישט וויכטיג דאס צו וויסען, מען קען פארשטיין די "קאנסעפט" אן דעם אויך, אבער אז איינער איז נייגעריג -.

"ריפרעקטעד" = עס גייט דורך די שיין

"ריפלעקטעד = עס גייט נישט דורך די שיין, עס ווערט "ריפלעקטעד".

"קריטיקעל ענגעל" = די דעגרי שיעפקייט, ביי וואס די שיין קען זיך מער נישט "בייגען" און עס וועט וועגן דעם ווערן ריפלעקטעד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

סא פייבער קעיבל מאכט מען אזוי.

מען נעמט א ווייער פון גלאז אדער פלעסטיק, מען שיינט אריין א לעיזער אויף איין עק, און מען שיינט עס אריין אויף אזא ענגל, אז עס זאל נישט "ארויס שיינען" אינדרויסען, נאר עס זאל ריפלעקטען.

אזוי ריפלעקט עס נאכאמאל אין נאכאמאל, ביז עס קומט אן ווי עס דארף, און דארט, ווערן די סיגנאלען - די אן, און אפפ'ס" - איבער געטייטשט.

דא לייג איך צוויי בילדער, איינס איז ווי עס פארט ווען די "קעיבל" די ווייער איז גראד, און די צווייטע ווען עס איז געבויגען.
אטעטשמענטס
imagesCA8NTSSS.jpg
imagesCA8NTSSS.jpg (5.06 KiB) געזען 5949 מאל
imagesCAEPJNO3.jpg
imagesCAEPJNO3.jpg (8.16 KiB) געזען 5949 מאל
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אוי פאר איך פארגעס, די עיקר, פארוואס איז עס שנעלער.

פשוט. אז מען שיקט סיגנאלען אין א ווייער, איז אויב שיקט מען "עלעקטעריק סיגנאלען" דורך א געהעריגע ווייער, פארט עס שטאטער, ווי ווען מען שיקט "ליכטיקייט סיגנאלען" דורך א פייבער אפטיק.

ליכטיקייט פארט פשוט זייער שנעל, סאך שנעלער ווי עלעקטעריק.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

הפלא ופלא!!

איך פארשטיי נישט יעדעס ווארט, אבער איך האב ארויס בערך וויזוי דאס ארבעט

א ריזיגן ישר כח
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שנאפס האט געשריבן:הפלא ופלא!!

איך פארשטיי נישט יעדעס ווארט, אבער איך האב ארויס בערך וויזוי דאס ארבעט

א ריזיגן ישר כח

וואס נישט, זאג וועלעך פרובירן מער מסביר זיין. אפשר איז דא נאך איינער וואס העט הנאה האבן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

איך פארשטיי נישט פארוואס די ליכטיקייט בלייבט אינעם גלאזערנעם פייפ, פארוואס עס בלייבט אינעווייניג און ריפלעקט אהין און צוריק,

קען זיין דו האסט עס גענוג גוט מסביר געווען, און איך האב נישט גענוג געדולד צו טיף אריינצוטראכטן
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

דאס איז די שפיטץ פינעם ארטיקל, און מען דארף עס פארזיכטיג דורך ליינען קוקען אויף די בילדער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

WOWWOWOWOWOWOWOWOWOW!!!!!
פארדעם קומט זיך א ריזיגען ישר כח מיט אפאר גרינע ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

איין שאלה
וואס איז פייבער אפטיק קעיבל אנדערש ווי פלעינע קעיבל וואס מען ניצט שוין יארן לאנג?
בעיקר וואס איז דו אויפטוה פון גוגל דא קעגן די אלע קעיבל קאמפאניס ווי קעיבלווישזען און אזוי ווייטער?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פאטאקי08 האט געשריבן:WOWWOWOWOWOWOWOWOWOW!!!!!
פארדעם קומט זיך א ריזיגען ישר כח מיט אפאר גרינע ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

איין שאלה
וואס איז פייבער אפטיק קעיבל אנדערש ווי פלעינע קעיבל וואס מען ניצט שוין יארן לאנג?
בעיקר וואס איז דו אויפטוה פון גוגל דא קעגן די אלע קעיבל קאמפאניס ווי קעיבלווישזען און אזוי ווייטער?

ישר כח.
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אוי פאר איך פארגעס, די עיקר, פארוואס איז עס שנעלער.

פשוט. אז מען שיקט סיגנאלען אין א ווייער, איז אויב שיקט מען "עלעקטעריק סיגנאלען" דורך א געהעריגע ווייער, פארט עס שטאטער, ווי ווען מען שיקט "ליכטיקייט סיגנאלען" דורך א פייבער אפטיק.

ליכטיקייט פארט פשוט זייער שנעל, סאך שנעלער ווי עלעקטעריק.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

נארוואס דורכגעליינט. הערליך שיין, הערליך קלאר, הערליך זאפטיג.

ס'האלט שוין ביי יבלו שפתותינו מלומר יישר כח
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

די איינציגסטע וועג מגדיר צו זיין לכתחילה אין איין ווארט, איז:
WOW

יישר כח
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

לכתחילה
לויט ווי איך האב פארשטאנען ביז היינט איז קעיבל אויך געמאכט פון ליכט און נישט פון לעקטער
על כל פנים איבערען ים זיכער
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פאטאקי08 האט געשריבן:לכתחילה
לויט ווי איך האב פארשטאנען ביז היינט איז קעיבל אויך געמאכט פון ליכט און נישט פון לעקטער
על כל פנים איבערען ים זיכער

האט מען מן הסתם גערעדט פון פייבער. קעיבל מיינט סך הכל א "ווייער" אדער דיקע שטריק (צו זיין קארעקט, האט עס א אויך א מיינונג פון א "זענדונג" ווי א טעלעגראם וואס מען שיקט, ווייל דאס פלעגט גיין אויף א .... קעיבל). איין געוויסע סארט קאנעקטשען רופט מען אויך קעיבל. אבער די קאנעקטשען איז מיט לעקטער נישט מיט פייבער.

מיט דעם ביסטו גערעכט אז עס לויפט א "פייבער" פון אמעריקע ביז ענגלאנד און פראנקרייך, אינטערן וואסער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

נאך א פרייוואטע קאמפעני אין אמאהא (נישט צו פארמישען מיט אבאמא) נאברעסקע, האט געמאלדן אז זיי גייען צושטעלען די שנעלע אינטערנעט.

קוקט אויס ווי עס איז נאר א פראגע פון צייט, און גאנץ אמעריקע וועט עס האבן. די שאלה איז נאר צו גוגל וועט עס דאמענירן צו נישט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לאס אנדזשעלעס קוקט אריין אין א פלאן צוצושטעלען א "גיג" ספיד אינטערנאט פאר די איינוואונער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע”