#געמאכט_דורך_גוגל: גוגל ווערט א הארדוועיר קאמפעני

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

#געמאכט_דורך_גוגל: גוגל ווערט א הארדוועיר קאמפעני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

נעכטן דינסטאג, ב' דראש השנה תשע"ז, האט גוגל, דער גרעסטער סאפטוועיר קאמפעני אין די וועלט, געמאכט א מעכטיגער אנאנס: מיר זענען מער נישט קיין בלויזער סאפטוועיר קאמפעני, פון היינט און ווייטער זענען מיר אויך א הארדוועיר קאמפעני.

עס איז איראניש צו הערן אזעלכע ווערטער פון גוגל. נאך אלעמען האט דאך עפל, גוגל'ס גרעסטע הארדוועיר און טעלעפאן קאמפעטישאן, שטענדיג גע'טענה'ט אז סאטפוועיר מוז גיין צוזאמען מיט הארדוועיר און ביידע מוזן געמאכט ווערן דורך די זעלבע קאמפעני ווייל אז נישט פעלט פונעם פראדוקט. גוגל לאידך גיסא, מיט זייער ענדרויד פלאטפארמע, האט גע'טענה'ט פונקט פארקערט: סמארפאונס דארפן זיין ווי קאמפיוטערס - איין אפארעיטינג סיסטעם, און צענדליגע סארטן טעלעפאנס אויף וועלכע די זעלבע OS ארבעט. אבער נעכטן האט גוגל געטוישט זייער ניגון, מיטן אנאנסירונג פון גוגל פיקסל.

גוגל פיקסל: דער ענדרויד אייפאון
דער פיקסל טעלעפאן וועלכע גוגל האט אנאנסירט נעכטן קומט אין צוויי סייזעס און אין דריי קאלירן. חוץ די סייז איז כמעט נישטא קיין דיפערענץ צווישן די צוויי טעלעפאנען. ביידע פון זיי האבן טאפ-אף-די-ליין ספעקס, פון די בעסטע סמארטפאון קאמערע וואס איז נאר געווען אין די היסטאריע פון סמארטפאונס, ביז צו די שנעלסטע פראסעסאר וואס איז נאר אמאל פראדוצירט געווארן פאר סמארטפאונס. די באטאריע איז אויך היבש שטארק, און א חידוש מבית יוצרם של גוגל: דער באטאריע טשארדזשט זיך אין 15 מינוט רעדי צום באנוצן פאר נאך 7 שעה.

לגבי דיזיין זעט דער פאון אויס גאר ענליך צו אן אייפאון, מיט מינדערוויכטיגע שינויים. פון די געציילטע חילוקים איז דער פינגערפרינט סקעננער פון אונטן, די ספיקערס פון פארנט, און עס האט נישט קיין היים קנעפל פון פארנט ווי די אייפאון.

דער פאון קומט מיט די נייסטע ווערסיע פון ענדרויד (7.1), און איז אויך די ערשטע סמארטפאון וועלכע איז "דעידריעם רעדי", מער איבער דעם, ליינט ווייטער. עס האט אויך גוגל'ס נייע ארטיפישעל אינטעלידזשענס "אסיסטענט" וועלכע איז א נייע, בעסערע, שטערקערע, און מעכטיגערע ווערסיע פון זייער גוגל נאו סאפטוויער. דער אסיסטענט איז א מבין דבר מתוך דבר און אנדערש ווי ביז היינט וואס עס האט נאר געקענט ענטפערן איין פראגע אויף אמאל, קען מען שוין יעצט פירן מיט עס א שמועס, און עס כאפט דעם קאנטעקסט פונעם שמועס. צב"ש, אז מ'פרעגט ווער איז דער פרעזידענט פון אמעריקע, וועט עס ריכטיג ענטפערן "באראק אבאמא" (נישט קיין גרויסע חידושים), אבער אז מ'פרעגט דערנאך "וויפיל יאר איז ער?" וועט דער אסיסטענט כאפן אז "ער" באציט זיך צו אבאמא'ן און עס וועט ריכטיג ענטפערן אז ער איז 55 יאר אלט.
pixels.png


די איינציגסטע נעגאטיווע חלק מיטן טעלעפאן איז דער פרייז: $649 פאר דעם 5 אינטשיגן פיקסל, און $769 פאר דעם 5.5 אינטשיגן פיקסל XL. דערווייל וועט דער פאון זיין אוועילעבל נאר אויף ווערייזאן, און אויף גוגל'ס אייגענע ווייערלייס סערוויס, פראדשעקט פיי. דער פאון איז פראדוצירט געווארן אין HTC'ס פעקטאריס.

דעידריעם
די צווייטע פראדוקט וועלכע גוגל האט נעכטן אנאנסירט איז דער דעידריעם קוקער. ווי באקאנט האט גוגל שוין עטליכע יאר געהאט די גוגל קארדבארד מיט וועלכע מ'האט געקענט זען "ווירטואלע ריאליטעט" (דאס הייסט אז ווען מ'קוקט אריין אינעם קוקער זעט מען די בילד אדער ווידעא אדער עפפ אין 3D, און ווען מ'דרייט זיך ארום דעם קאפ דרייט זיך אויך דאס בילד אזוי אז עס קען זיך ממש דוכטן אז מען איז אינעם בילד). גוגל האט אבער יעצט גענומען VR איין טריט ווייטער מיט זייער דעידריעם (טאג-חלום בלע"ז) פלאטפארמע פאר ווירטשועל ריעליטי. דער פלאטפארמע איז א רייע פון ספעקס און סטאנדארטן צו וועלכע דעווייסעס און קוקערס דארפן זיך צושטעלן אזוי אז מ'זאל קענען ערצייגן עפפס און ווידעאס וועלכע זאלן ארבעטן ווי עס דארף צו זיין פאר יעדן די זעלבע.

דער ערשטער דעידריעם רעדי טעלעפאון איז פארשטייט זיך דער פיקסל, וועלכע האט די נויטיגע ספעסיפיקעישאנס אז מ'זאל דאס קענען נוצן פאר דעידריעם. אבער גוגל האט נישט בלויז פרעזענטירט א דעידריעם-פאסיגער טעלעפאן, נאר זיי האבן אויך נעכטן ארויסגעשטעלט דעם ערשטן דעידריעם פאסיגן קוקער.
google-daydream-view-vr-headset-796x436.png


דער קוקער (וועלכע זעט אויס היבש נאכגעמאכט דעם סעמסונג גיער קוקער) איז געמאכט פון סחורה אזוי אז עס איז לייכט, און עס מאכט נישט פארשוויצט דעם פנים, און די זעלבע צייט וואס עס ערלויבט נישט קיין ליכטיגקייט אריינצוקומען אין דעם קוקער אזוי אז די ווירטואלע ריאליטעט עקספיריענס איז פונעם בעסטן קוואליטעט.

די חידושים וואס דער "דעידריעם וויו" האט, צייגט אז גוגל האט אריינגעלייגט קאפ און מוח אין דעם. א גרויסער פראבלעם מיט די יעצטיגע VR טעכנעלאגיע איז אז מען דארף עס אדער אריינלייגן אין VR מאוד נאך בעפאר מען לייגט אריין דעם טעלעפאן אינעם קוקער, אדער דארף מען קאנעקטן דעם טעלעפאן מיט ווייערס צו קוקער. מיט דעידריעם, קומט דער טעלעפאן און דער קוקער מיט א ספעציעלער NFC טעכנעלעאגיע וואס מאכט אז דער טעלעפאן זאל תיכף אויפכאפן אז עס איז אין ווירטואלע ריאליטעט מאוד, אזוי אז דער גאנצער סעט-אפ גייט געשמירט און מ'דארף גארנישט אנשטעלן אדער קאנעקטאן.

נאך א פראבלעם מיט די ביז יעצטיגע קוקערס איז געווען אז די סקרין ווערט צעטיילט און צוויי, און אויב איז דער סעלפאון נישט געווען אריינגעלייגט פונקט אינמיטן פונעם קוקער האט עס נישט געטויגט. גוגל האט געלייזט דעם פראבלעם מיטן אויסשטאטן דעם קוקער מיט ספעציעלע שטיקלעך וועלכע דער טעלעפאן'ס טאטש-סקרין קען דעטעקטן, און עס נוצט די שטיקלעך צו אויטאמאטיש צעטיילן די סקרין אין צוויי לויט וויאזוי דער סעלפאון ליגט יעצט אינעם קוקער. דאס ארבעט אפילו אויב די סעלפאון ליגט אינעם קוקער קרום: די דעידריעם וועט שוין אויסגראדן דעם בילד אזוי אז דער באנוצער זאל נישט באמערקן קיין חילוק.

דער עיקר אויפטו פונעם דעידריעם פלאטפארמע איז די קאנטראלער. ביז היינט איז נישט געווען קיין געהעריגער סיסטעם וויאזוי צו נעיוויגעיטן פון איין עפפ/פעידזש/בילד צום צווייטן אין VR. אבער גוגל'ס קאנטראלער וועט לייזן דעם פראבלעם. דער קאנטראלער קומט מיט גייראסקאפס דערין וועלכע פאלגן נאך דעם קאנטראלער'ס באוועגונגן אזוי אז מען קען דעם קאנטראלער נוצן ווי א לעיזער פוינטער אינעם VR ענווייראמענט. אין זייער דעמאנסטרעישאן האט גוגל געוויזן ווי מ'קען נוצן דעם קאנטראלער צ כאפן א ווירטואלן שפאציר ווי אימער אין די וועלט מיט זייער 360 דעגרי ווירטשועל ריעליטי סטריט וויו, נוצנדיג דעם קאנטראלער ווי א שטעקן מיט וועלכע מ'קען זיך ארומרוקן.

א קאנטראלער ברענגט אויטאמאטיש אויף די קאשמארן פון די אומצאליגע פארלוירענע רימאוט קאנטראלס וועלכע מ'האט פארלוירן א טאג נאכן קויפן, אבער גוגל האט אויך געטראכט פון דעם פראבלעם, און זיי האבן אריינגעבויעט א ספעציעלן האלטער פאר דעם קאנטראלער אינערהאלב דעם קוקער, אזוי אז מען זאל קענען אוועקלייגן דעם קאנטראלער נאכן נוצן אן עס פארלירן.

דער קוקער איז אויך אויסגעשטעלט אזוי אז עס קען האלטן אלע סארטן פאונס, דיקע ווי דינע, גרויסע ווי קליינע, מיט ספעציעלע הינדזשעס וועלכע קענען זיך אויסציען צו אקאמאדירן דיקערע טעלעפאנען. דער פלאץ ווי מ'שטעקט אריין דעם קאפ איז אויך ספעציעל גרויס אזוי אז מענטשן מיט גלעזער וועלכע האבן ביז היינט געמוזט עס אויסטון בעפאר זיי האבן זיך אנגעטון דעם קוקער, זאלן קענען הנאה האבן פון VR פונקט ווי יעדן.

דער פרייז פארן קוקער, וועלכע קומט אין נאוועמבער איז $79.

גוגל היים
גוגל'ס טעלעפאון און VR הארדוועיר זענען אבער בלויז די אנהייב. גוגל האט נעכטן גענומען די געלעגנהייט צו אנאנסירן נאך עטליכע פראדוקטן. איינס פון די פראדוקטן איז "גוגל היים". פאר ווער עס איז באקאנט מיט עמעזאן עקאו, איז גוגל היים דער גוגל ווערסיע דערפון. עס איז א קליינער דעווייס וועלכע האט א מעכטיגע ספיקער דערין מיט ספעציעלע מיקראפאנס וועלכע קענען אויפכאפן ווערטער וועלכע ווערן גערעדט אפילו פון דערווייטנס, און מ'קען דערנאך רעדן צו דעם דעווייס און קאנטראלירן דעם גאנצן הויז דורך דעם, בלויז מיטן נוצן דעם מויל און רעדן דערצו.

דער גוגל היים דעווייס נוצט די זעלבע גוגל אסיסטענט טעכנעלאגיע וועלכע מיר האבן אויבן דערמאנט, און עס איז דעריבער אממערסטנס נוצליך פאר די סארט זאכן. מ'קען עס פרעגן סיי וועלכע פראגע ("ווער איז דער פרעזידענט פון אמעריקע...", "וויפיל איז 149 מאל 350 צעטיילט אין 7...") און עס וועט על פי רוב קענען ענטפערן אן ענטפער צום זאך. אבער פרעגן קושיות איז בלויז איין קליינער טייל דערפון. מ'קען דעם אסיסטענט הייסן מאכן רימיינדערס, אפוינטמענטס, רעזערוואציעס, אלארמס, אנצינדן מוזיק, קאנטראלירן די לייטס פון שטוב, קאנטראלירן די היץ און עירקאנדישאנס, אקטאווירן היים אלארעמס, און אפילו באפעלן אנצוצינדן אדער אויסלעשן אנדערע דעווייסעס ווי קאמפיוטערס אדער טעלעפאנען. א ספעציעלע חידוש איז דער "טעגליכער בריפינג" (אויך אוועילעבל מיט זייער נייער גוגל פיקסל טעלעפאן), וועלכע איז א טעגליכער סיכום פונעם היינטיגן וועטער, די נייעס-העדליינס, אלעס וואס איז אויפן קאלענדער פאר היינט, אלעס וואס איז אויפן "צו-טון" ליסטע, א.א.וו.

א חידוש וואס גוגל היים האט איבער עמעזאן עקאו איז אז עס קומט מיט א MUTE קנעפל וועלכע מ'קען דרוקן צו אפשטעלן די מיקראפאנס פון אפכאפן אלעס וואס זיי הערן. נאך א מעלה וואס עס האט איבער עמעזאן עקאו איז אז עס קאסט בלויז(?) $129. גאנץ ביליג פאר א פערזענליכן אסיסטענט.
google-home.0.0.jpeg


גוגל ווייפיי
נאך א מעכטיגער הארדוועיר דעווייס וועלכע גוגל האט נעכטן אנאנסירט איז א נייע ראוטער, דעזיינד און פראדוצירט דורך גוגל (בשותפות מיט TP-LINK און ASUS), וועלכע זיי האבן א נאמען געגעבן "גוגל ווייפיי". גוגל ווייפיל איז א גאר קליינער און היבש בא'חנ'טער ווייפיי ראוטער אנדערש ווי רוב ראוטערס וועלכע זענען גרויס, אומבא'חנ'ט און אויסגעשטאטעט מיט א רייע אנטענענס. אין קאנטראסט איז דער גוגל ראוטער קליין, שיין, אן קיין איין דרויסענדיגער אנטענע.

אבער דעזיין איז בלויז איין טייל פון גוגל ווייפיי. דער עיקר חידוש איז אז דער ראוטער דינט אויך ווי אן עקסטענדער. עס איז דעריבער דער פערפעקט סעלושען ווען מ'האט א גרויסן פלאץ און דער ראוטער וואס מ'האט איז נישט גענוג שטארק אנצקומען איבעראל. גוגל ווייפיי נוצט א טייערער טעכנעלאגיע וואס רופט זיך "מעש ווייפיי" וועלכע נעמט איין אדער מער ראוטערס און מאכט דערפון א ריזיגער נעטווארק אזוי אז אלע טיילן פונעם פלאץ וועלכע זענען אינעם רעינדש פון איינס פון די ראוטערס האט די זעלבע שנעלע סערוויס, אן קיין שום חילוק וועלכע איז די אריגינעלע ראוטער און וועלכע איז בלויז די עקסטענדער.

גוגל ווייפיי קומט אויך מיט אן עפפ וועלכע וועט ערלויבן צו קאנטראלירן אלע אספעקטן פונעם נעטווארק מיט א קוועטש פון א קנעפל. מאכן א גאסט-נעטווארק איז בלויז אן אפציע אוועק. אפשטעלן די גאנצע נעטווארק פאר א וויילע (גוט פאר א ביזנעס בשעת דער עולם דאוונט מנחה...), איז אויך בלויז א קנעפל אוועק.

א סינגל גוגל ווייפיי ראוטער וועט קאסטן $129, און א דריי-פעק וועט קאסטן $299.

דער לעצטער דעווייס וואס גוגל האט נעכטן אנאנסירט איז דער קראומקעסט אלטרע, א סטריעמיניג דעווייס וועלכע מ'קען נוצן צו סטריעמן ווידעאוס און טעלעוויזיע.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

נאך בילדער פונעם דעידרים וויו קוקער
אטעטשמענטס
מ'וועט קענען כאפן א ווירטואלע 360 דעגרי שפאציר ווי אימער מ'וויל איבער די וועלט
מ'וועט קענען כאפן א ווירטואלע 360 דעגרי שפאציר ווי אימער מ'וויל איבער די וועלט
636111722353929250-Street-View-VR-2.jpg (15.14 KiB) געזען 7601 מאל
עס וועט קומען אין דריי קאלירן
עס וועט קומען אין דריי קאלירן
מ'דארף עס בלויז אריינגליטשן און עס שטעלט זיך אליין אן
מ'דארף עס בלויז אריינגליטשן און עס שטעלט זיך אליין אן
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א הערצליכן דאנק פאר די שיינע ריוויו. מורא'דיגע חידושים
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

בילדער פונעם גוגל ווייפיי ראוטער
אטעטשמענטס
קוקטס ווי קליין עס איז...
קוקטס ווי קליין עס איז...
ספעציעלע מעש ווייפיי טעכנעלאגיע וועט ערלויבן צו מאכן א שטארקער, שנעלער נעטווארק איבער גרויסע פלעצער
ספעציעלע מעש ווייפיי טעכנעלאגיע וועט ערלויבן צו מאכן א שטארקער, שנעלער נעטווארק איבער גרויסע פלעצער
דער קליינטישער ראוטער קומט מיט א מעכטיגער עפפ
דער קליינטישער ראוטער קומט מיט א מעכטיגער עפפ
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

נאך גוגל היים בילדער
אטעטשמענטס
אלע פינף הארדוועיר דעווייסעס ועלכע זענען נעכטן אנאנסירט געווארן
אלע פינף הארדוועיר דעווייסעס ועלכע זענען נעכטן אנאנסירט געווארן
גוגל פרובירט איבערצייגן קאסטומער ווי נאטירליך עס פאסט זיך אריין צווישן אנדערע היים טשאטשעקס...
גוגל פרובירט איבערצייגן קאסטומער ווי נאטירליך עס פאסט זיך אריין צווישן אנדערע היים טשאטשעקס...
גוגל היים קומט אין זיבן קאלירן
גוגל היים קומט אין זיבן קאלירן
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

געלעגער האט געשריבן:א הערצליכן דאנק פאר די שיינע ריוויו. מורא'דיגע חידושים

מיי פלעזשור
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ייש"כ ירוחם, הערליכע באריכט!
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

מה פתאום??? האט געשריבן:ייש"כ ירוחם, הערליכע באריכט!
אז יענער קען קענסטו אויך
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

wow thanks keep it up
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

יישר כח! הנאה געהאט
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

ישר כח ירוחם פאר דיין טייערע צייט וואס איז אריין אין די הערליכע באריכט אונז צו מהנה זיין
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
ס'אמת
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'אמת »

?very nice job, thanks , it's will be able to filter
לעצט פארראכטן דורך ס'אמת אום מיטוואך אקטאבער 05, 2016 1:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
'אמת' מארץ תצמח,
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

שכח פאר די הערליכע באריכט

איך בין אביסל דיסעפאונטעד מיט די פרייז... ס'פאסט נישט פאר גוגל!
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

זייער שיין און קלאר ארויסגעברענגט, רייך און ארומגענומען פון אלע זייטן. א גרויסן יישר כח פאר'ן מהנה זיין דעם עולם.
ירוחם האט געשריבן:דער אסיסטענט איז א מבין דבר מתוך דבר און אנדערש ווי ביז היינט וואס עס האט נאר געקענט ענטפערן איין פראגע אויף אמאל, קען מען שוין יעצט פירן מיט עס א שמועס, און עס כאפט דעם קאנטעקסט פונעם שמועס. צב"ש, אז מ'פרעגט ווער איז דער פרעזידענט פון אמעריקע, וועט עס ריכטיג ענטפערן "באראק אבאמא" (נישט קיין גרויסע חידושים), אבער אז מ'פרעגט דערנאך "וויפיל יאר איז ער?" וועט דער אסיסטענט כאפן אז "ער" באציט זיך צו אבאמא'ן און עס וועט ריכטיג ענטפערן אז ער איז 55 יאר אלט.

איין קליינע הערה, גוגל נאו איז נאך(שוין) גענוג קלוג אז ווען דו פרעגסט איהם "ווי אלט איז ער" נאך ער ענטפערט דיר "באראק אבאמא" וועט ער דיר (געווענליך) יא ענטפערן כדבעי'.

יש ברירה האט געשריבן:איך בין אביסל דיסעפאונטעד מיט די פרייז...

ווערייזן גיבט עס פאר בלויז $32.08 א חודש, ווי אויך קען מען באקומען א $300 טרעיד אין. זעה דא
זעה דא א דעבאטע אויב ס'איז צו א טייערע פרייז (ווער האט געוואונען די דעבאטע פרעגסטו? עיין באשכול אחרת)

איך שיהי', ירוחם האסט ארפאגעלייגט א גוטע ארבעט. וואויל פאר דיר

נ.ב. מ'מוטשעט זיך שוין עס צו אנלאקן...
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

ס'אמת האט געשריבן:?very nice job, thanks , it's will be able to filter

יא, אזויווי עני ענדרויד טעלעפאן
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

נגיד האט געשריבן:ישר כח ירוחם פאר דיין טייערע צייט וואס איז אריין אין די הערליכע באריכט אונז צו מהנה זיין
אוועטאר
גלעזעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלעזעלע »

תודה רבה
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

יישר כח פארן אזוי שיין אראפלייגן דעם באריכט מיט אלע דעטאלן.
---
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2668
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

ישר כח זייער שיין באשריבן
בילד
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8096
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

הנאה געהאט פונעם באריכט. ייש"כ ירוחם.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

יישר כח ירוחם, געליינט און הנאה געהאט
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

א גרויסע שכוח עס איז מיר זייער אונטערסאנט געווען צו ליינען.

יש ברירה האט געשריבן:שכח פאר די הערליכע באריכט

איך בין אביסל דיסעפאונטעד מיט די פרייז... ס'פאסט נישט פאר גוגל!

זיי מאכן זיך דעם חשבון אז עפל מעג, מעגן זיי אויך, ווער רעד נאך אויב עס איז אביסל ביליגער זענען זיי גאר די וואולע מענטשן
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

הערליכע באריכט, נוסח ירוחם. יישר כח
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

;l;p-
מה פתאום??? האט געשריבן:ייש"כ ירוחם, הערליכע באריכט!
הק׳ טעקעלע
מיט דיר
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 7:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט דיר »

וואס טיט זיך מיט די גאגל פיקסל היינט עס גייט נאך אן מען הערט נישט פין דעים גאר נישט
קיינער האט נישט קיין צייט צו טרכאטן פון דיר
וואל ער איז פארנומען צו טרכאטן וואס די טראכסט אויף אים.
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע און ערפינדונגען”