בלאט 1 פון 2

א בליק אין מיין אוצר הספרים אויף חנוכה

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 29, 2009 2:28 pm
דורך ארעסטאנט
א) דברי יואל, 2 בענדער.


ב) על התשועות, פון די סעריע על הניסים, רייך אראפגעמאלן די סדר הנס דורך הרב מאיר למברסקי.


ג) פרדס אליעזר, 2 בענדער, דורך כולל דמשק אליעזר, מנהגי חנוכה ומקורותיהם.


ד) ילקוט מקראי קודש, לקט ע"י מכון שבת אחים - קרית יואל, דער ליקוט פאר יו"ט.


ה) אור הגנוז, ענדליך צו די ילקוט מקראי קודש מיט פארשידענע שינויים, דורך חברת יגדיל תורה - בעלזא.


ו) פניני החסידות, פון דעם באקאנטן מלקט נפלא הרב שפרונג א בעלזער חסיד.


ז) חצרות קדשיך, תורת תלמידי הבעש"ט, דורך מכון זרע אברהם.


ח) ימי שמונה, 500 תירוצים על קושי' הבית יוסף.


ט) נר למאה, פון דעם באקאנטן מחבר הרב ירחמיאל זעלצער


י) שיר חנוכת, מהרה"ג רבי חיים יהושע האלבערשטאם אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א


יא) צנצת אהרן, מאמרים, מהרה"ג רבי אהרן קרויס שליט"א ראש ישיבת שער התלמוד ואב"ד ביהמ"ד בית שמואל.


יב) שם אהרן, דרושים, מהנ"ל


יג) יאיר נרי, טיפע מאמרי חסידות ע"פ די קאצקע גזע ולמב"ק, דורך דעם בארימטן מו"ל ר' נחמן יוסף ווילהלם, מחבר פון סעריע ספרים הביננו


יד) ברכת מרדכי, פלפולים מאת הרה"ג רבי ברוך מרדכי אזרחי מראשי ישיבת מיר.


טו) מבואו ועד צאתו, פון דעם בעל מלקט נפלא הרב בוקסבוים פון סקווירא.


טז) ילקוט הרועים, סדר הזמירות ותורות לבית טאהש.


יז) לקט רשימות, מהרה"ג ר' נתן מאיר וואכטפויגל ז"ל.


יח) פני המנורה, קובץ נפלא על סוגיא דכבתה, ע"י ישיבת שער התלמוד - ברוקלין יע"א.


יט) נר יהושע, 2 בענדער, כל בו לחנוכה, אויף די אידישע שפראך, דורך הרב מאיר נתן נטע לאנדא.


כ) נס לשושנים, אידיש, 250 תירוצים אויפן בית יוסף'ס קשיא פון הרב אברהם פתחי' ראזענוואסער


כא) פרדס חנוכה, אידיש, עניני חנוכה דורך רב ראזענוואסער הנ"ל


כב) זכות אבות, מנהגי ותורת ועובדות לבית פשעווארסק.


כג) קונטרס ציונים יקרים, פון די סעריע, ארויסגעגעבן דורך דעם מלקט נפלא החפץ בעילום שמו.


כד) שיח צדיקים, שוין דערמאנט אין דערנעבעדיגן אשכול.


כה) אנקצדלפידיה תלמידית לחנוכה, פון מוסד רב קוק.


כו) נתיבות שלום, מאמרים מפי האדמו"ר מסלונים זצ"ל.


כז) ואמונתך בלילות, ע"פ תורת הישמח ישראל, ע"י הרב דומב פון לאנדאן.




וועלכע נאך ספר וואלט איר געראטן זיך איינצוהאנדלן אויף דעם הייליגן יו"ט הבעל"ט?.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 29, 2009 3:54 pm
דורך א טענצל!
שערי אורה, פון כ"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א. א הערליך ספר אויף אלע עניני חנוכה ע"ד פלפול, דרוש ואגדה.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 29, 2009 4:27 pm
דורך צום זאך
נטעי גבריא'ל - הל' חנוכה.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 29, 2009 5:23 pm
דורך ארעסטאנט
אמירה נעימה, מנהגי ותורת בעלזא, ע"י מכון שמן רוקח - בעלזא מכנובקא.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 29, 2009 5:35 pm
דורך גרוש
בני יששכר מאמרי חדשי כסליו טבת,

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 29, 2009 5:59 pm
דורך ארעסטאנט
משה קאפויער האט געשריבן:מגילת אנטיוכס


געפינט זיך און א שיינע צאל פון מיינע ספרים וואס כ'האב פריער אויסגערעכנט.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 29, 2009 6:04 pm
דורך ארעסטאנט
גרוש האט געשריבן:בני יששכר מאמרי חדשי כסליו טבת,


יא מיטן ביאור הצבי והצדק פון הרב מקאסאן שליט"א.
עס איז א ווינדער שטיקל!

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 29, 2009 8:58 pm
דורך קרעמער
ציונים יקרים איז פון הרב סנה פון א"י (ער האט א ברודער דאהי, א מלמד תינוקות אין צעלים וומ"ס).

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 29, 2009 11:13 pm
דורך רעיא מהימנא
קרעמער האט געשריבן:ציונים יקרים איז פון הרב סנה פון א"י (ער האט א ברודער דאהי, א מלמד תינוקות אין צעלים וומ"ס).

היינט איזער די מנהל פון ת"ת אור משה אין בורא פארק.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 30, 2009 8:55 am
דורך קרעמער
נישט געוואוסט.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 30, 2009 12:23 pm
דורך יוסלמאן
גרוש האט געשריבן:בני יששכר מאמרי חדשי כסליו טבת,


ס'נאך די בעסטע פון אלע. קיינער לערנט נישט מאי חנוכה און כבתה? קדושת לוי איז אויסטערליש.

אור שמונה פון הרב משאץ וויליאמסבורג (נישט אונזער שאטץ)

ילקוט מקראי קודש פון האחדות אבריכם שבת אחים אין קרית יואל איז פשוט א כל בו אויף חנוכה.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 30, 2009 1:14 pm
דורך אלף בית
יוסיפין
איז דא א שיינע פאר פרקים ווי ער רעדט פון נס חנוכה

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 30, 2009 1:22 pm
דורך ארעסטאנט
א.ב. קענסט צולייגן דעם ספר מלחמת היהודים. (אגב מ'וואלט שוין געמעגט עפענען אן אשכול איבער דעם ספר)

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 30, 2009 3:21 pm
דורך חרמש בקמה
ארעסטאנט האט געשריבן:א.ב. קענסט צולייגן דעם ספר מלחמת היהודים. (אגב מ'וואלט שוין געמעגט עפענען אן אשכול איבער דעם ספר)

אין מלחמת היהודים ווערט כמעט גארנישט דערציילט איבער די מלחמות החשמונאים. איר מיינט מסתמא קדמוניות היהודים ספר י"ב י"ג.

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 05, 2009 11:28 pm
דורך למעלה משבעים
ארעסטאנט האט געשריבן:טו) מבואו ועד צאתו, פון דעם בעל מלקט נפלא הרב בוקסבוים פון סקווירא.

איר מיינט אוודאי הרב שפיטצער פון סקווירא.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 06, 2009 1:40 am
דורך ארעסטאנט
יא למעלה גערעכט!

פששש.. א חידוש העכער 70 יאר און זיין אזוי קלאר ביי אלעמען...

הרב בוקסבוים געט ארויס די סקווירא ליקוט ספרים א שטייגער ווי די ילקוט מקראי קודש פון שבת אחים - קרית יואל.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 1:08 pm
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 09, 2009 2:01 am
דורך שאץ מאץ
כמוצא שלל רב,

דרכי אמונה - מבעל הדרכי תשובה (בעיקר קבלה ס'איז דא נגלה שטיקלעך אויך)

נר למאיר - ר' מאיר צוויבל

צבי לצדיק ובנו הקרן ישועה - רצ"א מבלאזוב ובנו ר' יושע (הפלא'דיגע מאמרים אויף חנוכה און אויף אלע אנדערע ימים טובים)
.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 08, 2010 8:10 am
דורך פונקטליך

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 08, 2010 10:28 am
דורך והוא פלאי
יש קונטרס נס השמן, להרב אברהם שאר, והוא ליקוט נפלא בקיצור של כל הלומדישע קושיות שיש על נס חנוכה, ועיקרי התירוצים
על סוגיית כבתה יש קונטרס גדול בספר בית הלוי
יש ספר נחלת יעקב, לר' יעקב חיים אמסעל
וכן יש ספר לאחד מאדמור"י בית קאסאן עם קצת פי' על דברי הקבלה
יש ספר ממהר"י ראטה מאי חנוכה
על דברי חיים על חנוכה עשה אחד איזה עבודה אבל כמדומה שהוא שוואכע ארבעט
כדאי לזכור שיש טור שו"ע ג"כ...

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 23, 2010 3:17 am
דורך ארעסטאנט
קדושת ימי החנוכה, פונעם זעלבן מו"ל פון קדושת ימי הפסח. א גאר רייכער ליקוט פון חסידישע ספרים אויף דעם הייליגן יום טוב.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 05, 2011 12:33 pm
דורך ישלהוסיף
איז דאס יאר ארויס געקומען פרישע ספרים א חנוכה?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 1:04 am
דורך שאץ מאץ
שופרא דחנוכה
מאמרים אויף חנוכה ארויס גענומען פון שלשלת בלאזוב,
צבי לצדיק - בנו הקרן ישועה - בנו שופרא דישראל

ברך משה - חנוכה
די וואך אויף לדעת איז דא א גליון די מעשה פון חנוכה מיוסד אויף די מדרשים, פאר די וואס דארפן שוין איצט דערציילן די מעשה קען דאס צוניץ קומען,

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 1:58 am
דורך יואל ווייס
ישר כח הרב הש"ץ, לייג ביטע א לינק צו דעם לדעת גליון.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 3:04 am
דורך שאץ מאץ
אט איז דער לינק וואס וועט אנהאלטן ביז יום ד' וישב
http://www.ladaat.net/downloads.php?fid=24363
ס'הייסט ילקוט מדרשים