בלאט 4 פון 7

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2013 11:17 am
דורך בעאבאכטער
farshlufen האט געשריבן:תני ושייר.

"דער סאטמערער רבי"
ארויסגעקומען אין די כ' יארן.

ראזמארין?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2013 11:29 am
דורך בעאבאכטער
נחמן נתן האט געשריבן:
שישא האט געשריבן:ס'איז דא געדריקט א בריוו פון ר' אהרן ארי' כ"ץ א נאנטער תלמיד פון רבין פונדערהיים, ווי ער רייסט ארינטער דעם ביכל.
ער זאגט אז במשך פון די 5 יאר וואס ער האט געלערנט אין סאטמאר האט דער רבי קיינמאל! נישט גערעדט אויף אזא וועג וואס ער זאל ברמיזה מיינען פארשטיפטע ראשונים וכדו', און דא האט ער א גאנצען באנד...


איך האב גערעדט דערוועגן מיט א תלמיד פון רבי'ן זי"ע, וועלכער איז שוין אן איינגעשטעלטער אין רבין'ס ישיבה זינט תשכ"א!, אז ווען די ספר איז ארויסגעקומען איז געווען אויבנדערמאנטע טענות אז דער רבי האט נישט גערעדט ברמז, האט ער מיר געזאגט אז ער האט בייגעוואינט אום תשי"ז אין רבין'ס ביהמ"ד אויף 500 בעדפארד, צווישן מנחה און מעריב האט זיך אפט פארפירט שמועס'ן, דאן איז הגאון האדיר ר' שמואל וואזנער שליט"א געווען צוגאסט און דער רבי האט געשמועסט מיט אים, און דער פארזאמלטער ציבור האט פארשטייט זיך צוגענייגט א אויער צום שמועס, בתוה"ד האט דער רבי געפרעגט ר' שמואל איבער דעם 'בית דין' וואס די אגודה האט דאן אויפגעשטעלט דער רבי האט געוואלט וויסן די נעמען פון די רבנים, האט ר' שמואל געענטפערט: "זיי זענען נישט קיין אנשי שם", אויף דעם האט דער רבי געזאגט "לויט ווי רש"י זאגט אין פרשת בראשית זענען זיי יא אנשי שם", קיינער דארט האט נישט פארשטאנען די כוונה, האט דער בעל מספר שפעטער ארויסגענומען א חומש סו"פ בראשית און אויפן פסוק "המה מעולם אנשי השם", זאגט רש"י "אנשי השם, ששוממין את העולם"!...

דער רבי האט אזוי יא צומאל גערעדט...

נעוואדע, ווען דער רבי וואלט ממש קיינמאל נישט גערעדט אזוי, וואלט ער דאך נישט געהאט אויף וועם 'ארויפצושרויפן' די מעשה...

'מאכן' אזעלכע מעשיות דארף מען דריי זאכן:
1 אויף כאפן א מאמר בעת מ'לערנט אדער מ'בליקט אדורך א ספר.
2 קריעיטן ארום דעם עפעס א מעשה.
3 'זוכן' אויף וועם עס אנצוטוהן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 11:31 am
דורך ניש קשה
אינטערעסאנט צו באמערקן אז פאריגע וואך איז געווען דא א איד פון לאס אנדזעלעס ער הייסט דייוויד מייערס ,ער איז א גרויסע פראפעסאר אין די לאס אנדזעלעס אוניווערסיטי ער האלט אינמיטן שרייבן א בוך פון רבי'ן זי"ע
דעי בוך קאנצעטרירט זיך בעיקר אויף די ערשטע צען יאר פונעם רבינ'ס זיין אין אמעריקע און די עסטעבלישמענט
ער טוט שוין דערין איבער צען יאר אבער ער טרעפט און באקומט אזוי סאך חומר אז ער ווייסט נאכניש ווען ער גייט ארויסקומען מיטן בוך
פון זיינע פראגן וואס ער האט אונז געפרעגט זעהט אויס אז ער פלאנט ארויס צו קומען מיט א בוך פול מיט קאנטרעווערסיעס
נו! ימים ידברו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 11:50 am
דורך מיללער
ניש קשה האט געשריבן:אינטערעסאנט צו באמערקן אז פאריגע וואך איז געווען דא א איד פון לאס אנדזעלעס ער הייסט דייוויד מייערס ,ער איז א גרויסע פראפעסאר אין די לאס אנדזעלעס אוניווערסיטי ער האלט אינמיטן שרייבן א בוך פון רבי'ן זי"ע
דעי בוך קאנצעטרירט זיך בעיקר אויף די ערשטע צען יאר פונעם רבינ'ס זיין אין אמעריקע און די עסטעבלישמענט
ער טוט שוין דערין איבער צען יאר אבער ער טרעפט און באקומט אזוי סאך חומר אז ער ווייסט נאכניש ווען ער גייט ארויסקומען מיטן בוך
פון זיינע פראגן וואס ער האט אונז געפרעגט זעהט אויס אז ער פלאנט ארויס צו קומען מיט א בוך פול מיט קאנטרעווערסיעס
נו! ימים ידברו


פון דא איז משמע אז דער בוך גייט זיין איבער קרית יואל, אזוי צו אזוי, ברויך מען רחמי שמים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 2:52 pm
דורך אוהב ספרים
א מאמר וואס דער האט שוין אמאל געשריבען וועגען קרית יואל

http://www.sscnet.ucla.edu/history/myer ... ell_Us.pdf

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 6:49 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
איך האב ביי מיר דעם זכרונות רמב"ח אין א PDF פייל, עמעצער איז אינטערסירט דערין?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 14, 2013 5:06 pm
דורך ישלהוסיף
imzist האט געשריבן:א לינק צו די אפשאצונג פון אהרן ראזמארין "דער סאטמארער רבי"
http://www.archive.org/details/nybc201937" onclick="window.open(this.href);return false;

א לינק צו די "פארגאנגענע וועלטן"
http://www.archive.org/details/nybc202086" onclick="window.open(this.href);return false;

נאך א לינק וואס איך קען נישט שרייבן וואו עס פירט, אבער די מבינים וועלן זיך פאסמאקעווען דערמיט...

נאכן קוקן אביסל דארטן האב איך תיכף אראפגענומען דעם לינק, צוליב דעם וואס יענער שרייבערל דארטן שרייבט מיט אזא מאס עזות און חוצפה אקעגן רביה"ק מסאטמאר פריוואט, אז כמדומני אז מימות עולם איז נאך נישט געווען און וועט נישט זיין אזא מין חוצפה א קעגן א מנהיג ישראל, און אוודאי נישט קעגן א איבעראל-אנערקענטער גדול הדור.

אוי להם לבריות מעלבונה של תורה.


דארט איז אויך דא א לינק צום אלעם באקאנטע "טראנסליוואנישע צייטונג".
http://archive.org/details/TransilvaniaYiddishTzietung

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 14, 2013 5:40 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:איך האב ביי מיר דעם זכרונות רמב"ח אין א PDF פייל, עמעצער איז אינטערסירט דערין?

לינק צו דאונלאודן

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 15, 2013 7:54 am
דורך Good
Thanks

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 15, 2013 8:41 am
דורך kls7777
א שיינעם דאנק

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:06 pm
דורך דער תהילים איד
מיללער האט געשריבן:
ניש קשה האט געשריבן:אינטערעסאנט צו באמערקן אז פאריגע וואך איז געווען דא א איד פון לאס אנדזעלעס ער הייסט דייוויד מייערס ,ער איז א גרויסע פראפעסאר אין די לאס אנדזעלעס אוניווערסיטי ער האלט אינמיטן שרייבן א בוך פון רבי'ן זי"ע
דעי בוך קאנצעטרירט זיך בעיקר אויף די ערשטע צען יאר פונעם רבינ'ס זיין אין אמעריקע און די עסטעבלישמענט
ער טוט שוין דערין איבער צען יאר אבער ער טרעפט און באקומט אזוי סאך חומר אז ער ווייסט נאכניש ווען ער גייט ארויסקומען מיטן בוך
פון זיינע פראגן וואס ער האט אונז געפרעגט זעהט אויס אז ער פלאנט ארויס צו קומען מיט א בוך פול מיט קאנטרעווערסיעס
נו! ימים ידברו


פון דא איז משמע אז דער בוך גייט זיין איבער קרית יואל, אזוי צו אזוי, ברויך מען רחמי שמים.


וזה הוא?

http://www.sscnet.ucla.edu/history/myer ... arJAAR.pdf

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 2:59 pm
דורך יהיה כן
דער תהילים איד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
ניש קשה האט געשריבן:אינטערעסאנט צו באמערקן אז פאריגע וואך איז געווען דא א איד פון לאס אנדזעלעס ער הייסט דייוויד מייערס ,ער איז א גרויסע פראפעסאר אין די לאס אנדזעלעס אוניווערסיטי ער האלט אינמיטן שרייבן א בוך פון רבי'ן זי"ע
דעי בוך קאנצעטרירט זיך בעיקר אויף די ערשטע צען יאר פונעם רבינ'ס זיין אין אמעריקע און די עסטעבלישמענט
ער טוט שוין דערין איבער צען יאר אבער ער טרעפט און באקומט אזוי סאך חומר אז ער ווייסט נאכניש ווען ער גייט ארויסקומען מיטן בוך
פון זיינע פראגן וואס ער האט אונז געפרעגט זעהט אויס אז ער פלאנט ארויס צו קומען מיט א בוך פול מיט קאנטרעווערסיעס
נו! ימים ידברו


פון דא איז משמע אז דער בוך גייט זיין איבער קרית יואל, אזוי צו אזוי, ברויך מען רחמי שמים.


וזה הוא?

http://***.pdf


זייט אזוי גוט און נעמט אראפ דעם לינק:
דער יעניגער איז סתם א פראסטער גראביאן, כ'האב נישט געליינט ס'גאנצע נאר דער אנהויב ווי ער לייגט אראפ דעם הייליגן בעש"ט ווי עפעס א פשוט'ע poor healer וואס האט אנגעדרייט די וועלט...... און זיינע מקורות זענען פון דעם שייגעץ אסף, (וועלכער איז אן אלטער דם שונא פאר חסידים און תלמידי הבעש"ט הק', זוכענדיג כסדר אין זיינע מאמרים נאר שמוץ אויף קדושי עליון, (א שטייגער ווי אויף דעם הייליגן בעל התניא, האב איך געליינט פון אים א מאמר, עפרא לפומיה, טפוי)

קונטרס "שנו מדותי"

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 5:11 pm
דורך מגיני ארץ
עס איז ארויסגעקומען לכבוד די יארצייט פונעם סאטמאר רב זצ"ל פון די וואודריזדשער רב ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א א קונטרס "שנו מדותי", א געוואלדיגער קונטרס מלוקט פון זיינע שיעורים במשך פון די יארן וואס ער האט געזאגט, ער גייט דורט דארך מערערע ענינים וואס איז זייער שיין אין וויכטיג.
הרבצת התורה
מלחמתה של תורה
זוהמת אמעריקא
שער הנקיות
טומאת הציונית
עס איז כדאי צו קויפן אין אדורכקוקן.

ספר תפארת יואל

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 12:57 pm
דורך ישלהוסיף
א ליקוט בענינים ונושאים שונים יו"ל ע"י אלימלך בודעק שליט"א איבערגעדריקט די ערשטע דריי בענער אין צוגעלייגט א פערדע, אלע פיר אין איין גרויסע באנד.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 12:59 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ישלהוסיף האט געשריבן:א ליקוט בענינים ונושאים שונים יו"ל ע"י אלימלך בודעק שליט"א איבערגעדריקט די ערשטע דריי בענער אין צוגעלייגט א פערדע, אלע פיר אין איין גרויסע באנד.

מיטן נאמען תפארת יואל "המהודר"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 30, 2014 3:50 pm
דורך מיללער
יהיה כן האט געשריבן:זכרונות פון סאטמארן רבי'ן דורך ר' חיים משה שטויבער.


געטראפן דעם ספר אויף ארכיוו.ארג:
https://archive.org/stream/nybc214789#page/n10/mode/2up

געדרוקט בשנת תש"מ באלד נאך די פטירה, דער ספר האט די הסכמות פונעם סאטמארער דיין הגריח"מ פריעדמאן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א און פון ר' יאסל ז"ל דער משב"ק.

זייער אינטערעסאנט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 30, 2014 3:52 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
הארציגן דאנק הרב מיללער

נייער בוך אביר הרועים (קשר בין גדו''י להרה''ק מסאטמאר זצ''ל)

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 3:19 pm
דורך ביבער היט
א הערליכער באנד חלק א' פון א סעריע פון צוויי בענדער איבער די קשר און שייכות פון גדולי ישראל אין אמעריקא און איבער די וועלט למרן הרה''ק מסאטמאר זצ''ל נאכען צווייטן וועלט קריג, עס איז כדאי זיך איינצוהאנדלען דעם בוך
יו''ל ע''י מערכת מושיען של ישראל

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 3:30 pm
דורך מאגר
.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 3:47 pm
דורך לכתחילה אריבער
היינט אריין געבליקט אין די טייל פון מרן רחמ"ד זצ"ל. נישט קיין גרויסע חידושים, און נישט אלעס געשריבן.

און שרייבט אליין אז אין חלק ? פון מושיען, גייט ער האבן א קאפיטל פון די קשר צווישען מרן מסאטמאר זי"ע און מרן רחמ"ד זצ"ל, ווייסעך נישט די תועלת פון די כפילות.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 3:50 pm
דורך שמעלקא טויב
איינער האט מיר לעצטנס געפרעגט צו ס'איז נאך אינטערסאנט ארויסצוקומען מיט עפעס אויפ'ן רבי'ן אין אידיש, כ'מיין אז אין אידיש איז נישטא קיין געהעריגע ארבייט איבער רבינו הק'.

דעם אביר הרועים וועט מען קויפן טראץ וואס כ'ערווארט נישט קיינע חידושים, כ'האף אז כ'בין WRONG

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 4:01 pm
דורך ביבער היט
לכתחילה אריבער האט געשריבן:היינט אריין געבליקט אין די טייל פון מרן רחמ"ד זצ"ל. נישט קיין גרויסע חידושים, און נישט אלעס געשריבן.

און שרייבט אליין אז אין חלק ? פון מושיען, גייט ער האבן א קאפיטל פון די קשר צווישען מרן מסאטמאר זי"ע און מרן רחמ"ד זצ"ל, ווייסעך נישט די תועלת פון די כפילות.

אין מושיען של ישראל וועט עס לכאורה זיין צושפרייט צווישען די דרייסיג בענדער א טייל דא און א טייל דארט, אינעם אביר הרועים וועסטו אין צוויי בענדער האבען אלעס
לכאורה איז דאס די ריווח

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 4:02 pm
דורך לכתחילה אריבער
ביבער היט האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:היינט אריין געבליקט אין די טייל פון מרן רחמ"ד זצ"ל. נישט קיין גרויסע חידושים, און נישט אלעס געשריבן.

און שרייבט אליין אז אין חלק ? פון מושיען, גייט ער האבן א קאפיטל פון די קשר צווישען מרן מסאטמאר זי"ע און מרן רחמ"ד זצ"ל, ווייסעך נישט די תועלת פון די כפילות.

אין מושיען של ישראל וועט עס לכאורה זיין צושפרייט צווישען די דרייסיג בענדער א טייל דא און א טייל דארט, אינעם אביר הרועים וועסטו אין צוויי בענדער האבען אלעס
לכאורה איז דאס די ריווח

עס קוקט אויספון די לשון, אז עס וועט זיין א "עקסטערע שמועס".

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 4:08 pm
דורך צווייפעל
לכתחילה אריבער האט געשריבן:היינט אריין געבליקט אין די טייל פון מרן רחמ"ד זצ"ל. נישט קיין גרויסע חידושים, און נישט אלעס געשריבן.



אויף די באקאנטע פיגורן למשל ר׳ מיכאל בער וכדו׳ גלייב איך נישט אז סוועט נאך זיין גרויסע חידושים, מרעדט דאך פון נאכן קריג, די אידן וואס זענען דארט געווען דערציילן, און סאיז שוין אסאך געשריבן.

איך עקספעקט אבער יא חידושים אויף די ווייניגער באקאנטע פיגורן.

עניוועי, אז סאיז פון רבי׳ן קויף איך עס סיי ווי.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 4:12 pm
דורך מי יודע
שמעלקא טויב האט געשריבן:איינער האט מיר לעצטנס געפרעגט צו ס'איז נאך אינטערסאנט ארויסצוקומען מיט עפעס אויפ'ן רבי'ן אין אידיש, כ'מיין אז אין אידיש איז נישטא קיין געהעריגע ארבייט איבער רבינו הק'.

דעם אביר הרועים וועט מען קויפן טראץ וואס כ'ערווארט נישט קיינע חידושים, כ'האף אז כ'בין WRONG

ס'איז שוין געדרוקט געווארן אסאך אין אידיש אויך, איך האב אסאך געליינט פון רבין אין מיינע יונגע יארן נאך פאר דער מאשי"ן האט אנגעהויבן ארבייטן
די חלק וואס נאר אידישע ליינער (קינדער און פרויען) דארפן וויסן איז שוין געדעקט, די שאלה איז נאר אויב די ביכער זענען דא צובאקומען

די זייל פון די אידישע וועלט אין די לעצטע דורות
פארגאנגענע וועלטן
נפלאות מהרי"ט
צדיק כתמר