בלאט 3 פון 7

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 30, 2009 11:58 am
דורך שעפטיל
יאסל האט געשריבן:אזויווי א טענצל (שוין באלד ר') שרייבט ר' מנשה קעניג איז געווען אן ערליכער איד ביז זיין לעצטען טאג , לעצטענס איז אפילו דא געווען א זון זיינער נאך געלט פאר די מהדרין באסעס אין א"י, אבער האט נאכן קריג באלאנגט צי פועלי אגודת ישראל.
דער בוך זכרונות רמב"ח וואס איז אגב יא אינגאנצען געווידמעט צי באשרייבען דעם רבי'ן (א חוץ אויב טענצל האט עפעס אנדערש וואס איך האב געזען) איז א היבש אינטערסאנטער בוך אין שטיקלעך דערפון איז געווען נאכגעשריבן אין דער בלאט וואס האט בשעתו געמאכט א שטיקעל שטורעם ווער ס'געדענקט.
דער ר' מנשה איז אויך געווען א שרייבער אינעם צייטונג שערים וואס איז ארויסגעקומען יארן צירוק אין ב"ב, איך האב געזען עטליכעפון זיינע מאמרים זייער רירענדע וואס ער האט באשריבען דעם רבין נאך זיין פטירה, מען קען זען די מאמרים אינעם שקיעת החמה.
וואס קען יא זיין אז דער "ארעסטאנט" רעדט איז פון דעם בוך "בין צפת לירושלים" ארויסגעגעבן דורך יהושע בר יוסף א תלמוד פון רבי'ן אין קראלי וואס איז שפעטער נחמץ געווארן, דארט ווידמעט ער א פרק איבערן רבין אין זיין צייט וואס ער האט פארברענגט אין די ישיבה, אזוי אויך האב איך געליינט א באשרייבונג פון אים אין האדמו"ר מסאטמאר פון פוקס'ן ווען דער רבי איז אנגעקומען קיין א"י תש"ו.

דער זכרונות רמב"ח ווערט זייער שארף אראפגעריסן אינעם ספר תמר יפרח פון הרה"ח ר' שמעון ווייס ע"ה.
ער ווידמעט אן עקסטערן קאפיטל בלויז אויפציווייזן אז אלעס וואס שטייט אין רמב"ח איז איין שטיק בלאף, לשיטתו האט ער געשריבן די אלע זאכן ווייל אזוי ווי ער איז נחמץ געווארן און ער איז אריבער צו די מזרחי, האט ער אויך געקענט באשטיין צו מאכן דעם רבי'ן שיין אויסקוקן. (צ.ב.ש. וויאזוי ער לייגט אראפ דעם רבי'נס שלום בית מיט די צווייטע רעבעצין ע"ה, די שפאצירן מיט איר יעדן טאג, וכו').
תמר יפרח איז זייער אינטערסאנט, ווייל עס פארמאגט ערשטהאנטיגע באשרייבונגען פון רבי'ן פון שטאט סאטמאר.

"האדמו"ר מסאטמאר" פון אברהם פוקס, איז אויך איינס פון די אינטערסאנטסטע ספרים איבערן רבי'ן. דער פוקס איז געווען א תלמיד פון רבי'ן אין סאטמאר.
ער האט אין זיין בוך קאפיעס פון אסאך ציוניסטישע צייטונגען בשעת דער רבי איז געקומען צופארן אויף א"י, וואס מען קען זיך פאקסמאווען (וואטעווער וויזוי מ'ספעלט עס....) דערמיט וויזוי די לינקע שרייבער פרובירן איינער דעם צווייטן איבערשטייגן מיט ידיעות און אינפארמאציע איבער דעם רבי'ן מיט זיינע פרומע חסידים.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 30, 2009 12:09 pm
דורך יאסל
שעפטיל האט געשריבן:

לפי ידיעתי האט דער דערמאנטער ר' מנשה נישט געהאט קיין שייכות מיטן מזרחי דאס איז איינס,
צווייטענס ער האט נישט געלערנט דער זעלבע זמנים אין די ישיבה ווי ר' שמעון ע"ה וואס איז געווען א תלמיד די ערשטע העלפט פון די תר"צ יארן אין קראלי און אין סאטמאר ווידער דער רמב"ח איז געווען די סוף צ' יארן ווען דער ר' שמעון האט שוין געהאלטן נאך די חתונה, אין דער רמב"ח רעדט נאר פון די מאורעות וואס האט פאסירט אין זיינע יארן אין און ארום די ישיבה.
אויב עפעס וואלט איך געזאגט אז דער תמר יפרח האט ענדערשער געהאט אן אגענדע ווי דער רמב"ח וואס האט עס מער ווייניגער אפגעשריבן ווי זכרונות ווי איידער צי שרייבן א פרופייל אויפן רבי'ן
איבער פוקס'נס בוך האב איך כלל נישט געטראפן דער געפערליכער אינטערסאנטקייט, וואס אזויי ווי די שרייבסט איז א היבשער חלק נישט מער ווי לקוטים פון אלערליי מינים פון צייטונגען , דערויף איז שוין מער אינטערסאנטער דער שקיעת החמה.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 30, 2009 12:17 pm
דורך שעפטיל
דעם שקיעת החמה האב איך ליידער זוכה געווען צו זעהן בלויז מיט איין האלבן בליק. צווייטנס, ווען דער רבי איז נסתלק געווארן, האט שוין יעדער געהאט דאס מערסטע רעספעקט וואס איז שייך געוועזן, משא"כ ביי די נסיעות קיין א"י.

איבער רמב"ח, זאג איך נאר וואס איך האב געזעהן אין תמר יפרח, און נישט ער פרעגט אים אפ נאר ער האלט און איין אריינווארפן שארפע ווערטער אויף זיין חשבון.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 01, 2009 6:22 pm
דורך א טענצל!
א שטיקל קלארקייט: אין די דרוק "זכרונות רמב"ח" וואס איך האב, ווערט באשריבן קודם דעם מחבר'ס קריג'ס איבערלעבענישן, דאן ווידמעט ער א גרויס חלק איבער זיינע יארן אלס תלמיד פון רבינו הק' זי"ע, גאר העכסט אינטרעסאנט און אויטענטיש, אזאנס וואס רוב פון די אנדערע ביכלעך וכדו' שטעלן בכלל נישט אהער, דערנאך באשרייבט ער זיינע איבערלעבענישן ביי הגה"ק מקאסאן זצ"ל הי"ד, הגה"ק ממונקאטש זי"ע, הגה"ק בעל לבושי מרדכי זצ"ל און נאך.

און ווי שוין געזאגט איז דער מחבר געווען א טייערער חסיד'ישער איד, בכל פרטי' ודקדוקי', און ווער ס'זאגט אנדערש איז נאר ווייל ער האט אים נישט געקאנט, אדער וועגן אנדערע סיבות וד"ל.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 08, 2009 11:17 pm
דורך ארעסטאנט
איך העט ווען רואיג צוגעלייגט דעם וואונדערבארן קונטרס 'נקיי הדעת שבירושלים' וואס איז ערשינען צום נעכטיגן מעמד כ"א כסליו אין סאטמאר (מהרי"י), ארויסגעגעבן דורך דעם מכון פתגמין קדישין שע"י התאחדות אברכים בירושלים עיה"ק תובב"א.

דער אינהאלט פון דעם קונטרס איז א שלל רייכע שמועסן מיט די זקני נקיי הדעת שבירושלים פון זייערע זכרונות מיט רביה"ק זי"ע בשעת ווען ער האט געוואוינט און באזוכט אין ארה"ק.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 16, 2009 10:20 am
דורך שעפטיל
ארעסטאנט, גערעכט. איך האב נארוואס געענדיגט דורכלייענען דעם קונטרס, די אינטעוויו'ס, מורא'דיג אינפארמאטיוו און רייך און אינטערסאנט.
איין אינטערסאנטע זאך האב איך געזעהן ביי (כמעט) יעדן אינטערוויו, ווי דער שואל פרעגט וועגן די ערשטע ימים נוראים דרשה נאכן קריג, ווי אזוי יעדער אן אויסנאם ענטפערט ממש די זעלבע...
"איך קען דאס נישט פארגעסן, איך דערמאן זיך יעצט דערפון. דער רבי האט אנגעכאפט דעם שטענדער, און זיך אזוי שטארק געשאקלט, ער האט זיך ממש געווארפן און געוויינט, זיין פנים איז געווען א פלאם פייער, ער האט ממש אויסגעקוקט ווי א מלאך," וכו' וכו'.
געווענליך ווען מען הערט אזעלכע זאכן, איינער גלייבט עס 100 פארצענט, א צווייטער גלייבט 80 פארצענט, אזוי גייט עס טראכט מען, מענטשן פארגעסן און מען מאכט גוזמאות... דא זאגט אבער יעדער איינער אן אנדערן ענליכן אויסדרוק איבער די מורא'דיגע דרשה אין ראש השנה, ווי שטארק עס ליגט אים נאך אין די ביינער (איינער דרוקט זיך אויס דארט ממש אז גארנישט געדענקט ער נישט אזוי גוט פון רבי'ן וואו יענע דרשה).
עס איז א מורא'דיגער קונטרס. (ווי איך הער, גייט מען עס איבערדרוקן צילוב'ן גרויסן פארלאנג).

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 11, 2010 5:16 am
דורך זאמלער
יש לי כמה ספרים של הספר פארגאנגענע וועלטן מי שמענין בזה תתקשר לי באישי

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 11, 2010 7:17 am
דורך אלף בית
אזוי ווי זאמלער האט ווידער ארויפגעברענגט דעם נושא, ווועל איך לאזן הערן מיין מיינונג איבער די אלע ספרים און ביכלעך וואס באשרייבן דעם רבי'ן זכרונו לברכה.

מיין געפיל לאזט מיר נישט הנאה האבן פון קיין ביכלעך וואס זענען באזירט אראפצומאלן דעם רבי'נס ביאגראפיע, איך פיל וואו דאס קען קיינער נישט אראפמאלן, יעדער האט געזעהן אינעם רבי'ן עפעס אנדערש, איך האלט אז עס איז בכלל נישט שייך עס אראפצוגעבן.
איך האב שוין עטליכע מאל אנגעהויבן צו לייענען עטליכע פון די אויבנדערמאנטע, אבער איך קען נישט. כ'ניץ עס נאר אריינצוקוקען א געוויסע נושא וואס איך וויל פונקט וויסן, לייען איך יענעם האלבן פרק א.ד.ג.
פון וואס איך האב יא הנאה, איז פון די ספרים וואס זענען נישט באזירט אראפצוגעבן די תולדות פונעם רבי'ן.
לדוגמא: דער זכר צדיק לברכה, פון ר' אברהם דוד גליק. עס איז שלל פון הערליכע מעשיות און שמועס'ן פונעם רבי'ן.
אדער אנדערע ספרים וואס זענען געשטעלט צו באשרייבן פארשידע זאכן איבערן רבי'ן, און אזוי ווערט דער רבי באשריבן.
אזוי ווי: מאפלה לאור גדול באשריבן דעם רבי'ן אין קריג.
דעם רבי'נס נסיעות קיין ארה"ק.
מבצר תורה ויראה, באשריבן די ישיבה.
רצון צדיק, באשריבן דאס אויפבוי פון קרית יואל.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 11, 2010 8:23 am
דורך imzist
א לינק צו די אפשאצונג פון אהרן ראזמארין "דער סאטמארער רבי"
http://www.archive.org/details/nybc201937

א לינק צו די "פארגאנגענע וועלטן"
http://www.archive.org/details/nybc202086

נאך א לינק וואס איך קען נישט שרייבן וואו עס פירט, אבער די מבינים וועלן זיך פאסמאקעווען דערמיט...

נאכן קוקן אביסל דארטן האב איך תיכף אראפגענומען דעם לינק, צוליב דעם וואס יענער שרייבערל דארטן שרייבט מיט אזא מאס עזות און חוצפה אקעגן רביה"ק מסאטמאר פריוואט, אז כמדומני אז מימות עולם איז נאך נישט געווען און וועט נישט זיין אזא מין חוצפה א קעגן א מנהיג ישראל, און אוודאי נישט קעגן א איבעראל-אנערקענטער גדול הדור.

אוי להם לבריות מעלבונה של תורה.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 11, 2010 10:06 am
דורך יהיה כן
בנוגע דעם בוך פארגאנגענע וועלטן, איז שוין געווען א גאנצן מדובר אין איינע פון די אשכולות איבער דאס קראנטקייט דערפון, זוכערס שמעלצערס אהער...

איז דא נאך אינטערעסאנטע היסטארישע צייטונגען אין יענעם ארכיוו??

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 11, 2010 12:15 pm
דורך imzist
יהיה כן האט געשריבן:איז דא נאך אינטערעסאנטע היסטארישע צייטונגען אין יענעם ארכיוו??

דער ארכיוו דארטן איז ריזיג! ס'איז א פלא אז ס'איז נאך קיינמאל נישט געווען אויף איי-וועלט. איך מיין אז פאר א גרויסן עולם דא איז יענץ אינטערעסאנטער אפילו ווי היברו בוקס.
א אוצר פון אפשר 10,000 אלטע אידישע ביכלעך, אזאנס וואס איז ממש דער חלום פון יעדן וואס דורשט אביסל נאך אלטע ליין מאטריאל.

זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז נישט קיין דבר השוה לכל נפש, 4 פערטל דערפון איז פון משכילים און פרייע, אבער איינער וואס איז מאמין בעצמו קען שטארק הנאה האבן דארט.

דער סייט איז ספעציעל געאייגנט פאר אזאלכע פראפעסארן ווי קארל, אריאל, טרעגער, וכדו' עס האט אסאך ביכלעך פון ביאליק, שלום עליכם, מענדעלע מוכר ספרים און אלע גוטע יאר...

בכל אופן איז דער סייט ווערט דריננגענדע באהאנדלונג, אויף דעם אופן ווי
היברו בוקס. אפשר וועט זיך יאווען איינער דורך צו זיפן אלע ביכלעך און לינקען צו די (אינטערסאנטע) כשר'ע, ווער וויייסט?

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 11, 2010 12:49 pm
דורך יהיה כן
דער ארכיוו דארט האט מען שוין כמה פעמים דא באהאנדלט און געלינקט אהין, נאר ס'איז דארט פסולת מרובה על האוכל, סאו זיידשע נישט עובר אויף לפני עיוור

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 13, 2010 6:24 am
דורך שטארק זיך
וואס מיינט "איינער וואס איז מאמין בעצמו"?

אפשר איינער וואס איז קלוגער ווי אונזערע חז"ל?

אדער איינער וואס איז קלוגער פון הייליגן חת"ס וואס שרייבט: אל תאמר אקרא ולא אטה,

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 12:26 pm
דורך לכתחילה אריבער
ס'איז דא נאך א ספר (מען קען עס רופן קונטרס) פון ר' נתאנאל פארקאש ע"ה (חוץ קידוש לבנה) אויף אידיש, כ'קען זיך נישט דערמאנען יעצט ווי עס הייסט, שיינע ארגינעלע זאכן מיטן גאנצען גראדקייט און פשטות כנוסח יוצאי הגר, זייער זיס !!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 12:47 pm
דורך קארל
imzist האט געשריבן:דער סייט איז ספעציעל געאייגנט פאר אזאלכע פראפעסארן ווי קארל, אריאל, טרעגער, וכדו' עס האט אסאך ביכלעך פון ביאליק, שלום עליכם, מענדעלע מוכר ספרים און אלע גוטע יאר...

דעם טיטל "פראפעסאר" נעם איך אן ווי א קאמפלימענט; אבער די אנדערע הנחות אויף מיין חשבון טו איך נישט אינדארסירן.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 12:58 pm
דורך lebediger berel
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ס'איז דא נאך א ספר (מען קען עס רופן קונטרס) פון ר' נתאנאל פארקאש ע"ה (חוץ קידוש לבנה) אויף אידיש, כ'קען זיך נישט דערמאנען יעצט ווי עס הייסט, שיינע ארגינעלע זאכן מיטן גאנצען גראדקייט און פשטות כנוסח יוצאי הגר, זייער זיס !!

ר' נתנאל ע"ה האט געמאכט צוויי אדער דריי בענדער מיטן נאמען "נפלאות מהרי"ט" כ'האב עס געליינט מדאשקע לדאשקע תיכף ווען ס'איז ארויסגעקומען. רוב דערפון איז אריין שפעטער אין מושיען אונטערן נאמען מפי ר' נ"פ אדער ארויסגעשריבן.
סייוויזוי, אזוי ווי אויף אלע מעשה ביכלעך איז דא אויף דעם אויך קריטיק, א מעשה וואס ער ברענגט בשם מיין עלטער זיידע ז"ל, האט יבלח"ט מיין טאטע געזאגט אז ער האט עס כמ"פ געהערט פון זיין זיידן אנדערש, נאר וואס דען, ר' נתנאל האט שוין נישט געדענקט אזוי פונקטליך.
אלזא, דאס איז פון די קראנטסטע ביכלעך. ווער ס'האט עס קען זיך באלעקן דערמיט, און אין איין באנד האט ער אויך אריין געלייגט סדר קידוש לבנה, כידוע ער האט נישט פארפאסט (מסתמא, כמעט) קיין איין קידוש לבנה אין אמעריקע ביים רבי'ן ז"ל.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 16, 2010 2:19 pm
דורך א טענצל!
די ספר פון ר' חיים משה שטויבער (העכסט אינטרעסאנט) איז דא דערפון איינס אדער צוויי בענדער? און איז עס נאך דא צו באקומען?

כ'האלט מען וואלט געדארפט דא ארויפלייגן פון די אויבנדערמאנטע ספרי תולדות פון רבינו הק' וועלכע זענען שוין נישט דא צובאקומען, ווי "מסעות ישעי'" וועלכע האט זיין ארגינעלן חן, וכדו'.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2012 12:30 pm
דורך ישלהוסיף
כרך י', עשרה בקודש, פון מושיעין של ישראל וועט ארויס קומען שפעטער ווי געראכטן.
דער פון כרך וועט זיך ארום רעדן דער רבי תש"ו אין ארץ ישראל, אין זיין הכנה צו קומען קיין אמעריקא.
עס איז זייער א שווערע אין א לאנגע ארבעט,
כ'גלייב נישט ער וועט אמאהל אן יאגען צו באשרייבען כ"ו אב תשל"ט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2012 2:15 pm
דורך היסטאריקער
בכלל נישט שווער, ער שרייבט נאך פון דרך המלך

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2012 2:19 pm
דורך דרךהמלך
לויט ווי איך געדענק איז איינע פון די חלקים נאך געשריבן פון מאפילה לאור גדול

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2012 2:41 pm
דורך היסטאריקער
אמת

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2012 1:39 pm
דורך סיגוט
ישלהוסיף האט געשריבן:כרך י', עשרה בקודש, פון מושיעין של ישראל וועט ארויס קומען שפעטער ווי געראכטן.
דער פון כרך וועט זיך ארום רעדן דער רבי תש"ו אין ארץ ישראל, אין זיין הכנה צו קומען קיין אמעריקא.
עס איז זייער א שווערע אין א לאנגע ארבעט,
כ'גלייב נישט ער וועט אמאהל אן יאגען צו באשרייבען כ"ו אב תשל"ט.

ער האט א פלאן בכלל וען עס זאל ארויסקומען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2012 9:40 am
דורך סאכדעס
היסטאריקער האט געשריבן:בכלל נישט שווער, ער שרייבט נאך פון דרך המלך

דרךהמלך האט געשריבן:לויט ווי איך געדענק איז איינע פון די חלקים נאך געשריבן פון מאפילה לאור גדול

could you all cut the...?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 12, 2012 11:26 am
דורך ישלהוסיף
סיגוט האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:כרך י', עשרה בקודש, פון מושיעין של ישראל וועט ארויס קומען שפעטער ווי געראכטן.
דער פון כרך וועט זיך ארום רעדן דער רבי תש"ו אין ארץ ישראל, אין זיין הכנה צו קומען קיין אמעריקא.
עס איז זייער א שווערע אין א לאנגע ארבעט,
כ'גלייב נישט ער וועט אמאהל אן יאגען צו באשרייבען כ"ו אב תשל"ט.

ער האט א פלאן בכלל וען עס זאל ארויסקומען?

כ"א כסלו תשע"ד (ואולי ידחה עוד)

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 13, 2013 1:41 am
דורך רבניש
ישלהוסיף האט געשריבן:
סיגוט האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:כרך י', עשרה בקודש, פון מושיעין של ישראל וועט ארויס קומען שפעטער ווי געראכטן.
דער פון כרך וועט זיך ארום רעדן דער רבי תש"ו אין ארץ ישראל, אין זיין הכנה צו קומען קיין אמעריקא.
עס איז זייער א שווערע אין א לאנגע ארבעט,

כ'גלייב נישט ער וועט אמאהל אן יאגען צו באשרייבען כ"ו אב תשל"ט.
ער האט א פלאן בכלל וען עס זאל ארויסקומען?

כרך ט' כבר מאריך בעת שרביה"ק גר ביעה"ק בשנת תש"ו, ואין עוד להוסיף עליו. כרך י' יתחיל מאת בואו לאמעריקא.

אגב כרך ט' מסיים ר' שלמה יאנקעל כזה:
(ער רעדט פון די מוסדות ייטב לב וואס מרן האט מייסד געווען שם) בערוב ימיו של רבינו בשנת תשל"ח יסד רבינו את המוסד "קרן הצלה" להצלת בתי חינוך בארה"ק על טהרת הקודש ועוד נבוא בכתובים בעז"ה כאשר נאריך במקומו.
אלזא עפעס א פלאן קוקט אויס האט ער אנצוקומען.