ספרי תולדות על רביה"ק מסאטמאר זי"ע

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

ספרי תולדות על רביה"ק מסאטמאר זי"ע

תגובהדורך ארעסטאנט » זונטאג נובעמבער 29, 2009 1:17 am

איך האב מיך אזוי ארומגעקוקט דא, און כ'האב מיך געווינדערט פארוואס טאקע עס איז נאך נישט דא א אשכול באשריבן אלע ספרי תולדות אויף רביה"ק מסאטמאר זיעואכי"א, איז במקום שאין איש, האב איך צוזאמגענומען אין א שטיקל רשימה פון דעם אוצר נפלא וואס עס איז דא, און ווער עס ווייסט נאך זאל ביטע מוסיף זיין.

אין מוקדם ומאוחר:

א) בראש וראשון איז... דער מושיען של ישראל מיט אירע 9 בענדער (דערווייל..) כ"י, דער ריכטיגער אנצקלפידיע אויף אונזער הייליגן רבי'ן, דער מחבר איז דער בארימטער הרב שלמה יעקב געלבמאן פון קרית יואל.

ב) בוצינא קדישא, 2 בענדער, פון דעם סופר מהיר ואיש אמונו פון רבי'ן ר' סענדר דייטש ז"ל

ג) תמר יפרח פון הרה"ח ר' שמעון ווייס ז"ל פון די ערשטע תלמידים פון רבי'ן.

ד) המאזריני חיל, 2 בענדער (די ערשטע צוויי איז נאר תורות), דורך דעם באגאבטן מנהל המוסדות אין ירושלים הרה"ג ר' ליפא שווארץ ז"ל.

ה) זכור ימות עולם, 2 בענדער, פון דעם היסטאריקער און רבינ'ס געטרייער מענטש אין בני ברק הרה"ג ר' בנציון יאקאבאוויטש שליט"א.

ו) אגרות מהרי"ט, אינטערסאנטע בריוון און שמועסן פון רבי'ן דורך הרב אברהם דוד גליק.

ז) מאפילה לאור גדול, 2 בענדער, באשריבן די הצלה פון רביה"ק ביי די צווייטע וועלט קריג, דורך ר' הערשל פרידמאן פון קול מוואסער.

ח) דרך המלך, די נסיעות פון רביה"ק קיין ארץ ישראל, (ערשטע באנד, לאמיר האפן בקרוב אויף נאך איינס) דורך ר' יוסף לייב יאקאב פון ירושלים, אויך שרייבער אין דער בלאט.

ט) זכר צדיק לברכה, 3 בענדער, מעשיות מיט איר ארגינעלע אידישע חן דורך הרב אברהם דוד גליק פון קרית יואל.

י) עולמות שחרבו ~ פארגאנגענע וועלטן, 2 בענדער, פון דעם איש העדה החרדית הרה"ח ר' יוסף שיינבערגער ז"ל.

יא) מבצר תורה ויראה, 3 בענדער, פעולת צדיק מיטן בויען די ישיבה תורה ויראה, דורך דעם מייסטער שרייבער הרב שמואל שלמה טעלער, אויך באוויסטער קאלומער אין דער בלאט ש.ב. מרגליות.

יב) רצון צדיק, דאס בויען קרית יואל, ארויסגעגעבן דורך דעם באגאבטער ראה"ק ר' לייבוש לעפקאוויטש ז"ל, געשריבן דורך הרב שלמה יעקב געלבמאן.

יג) זכרון זאת בספר, ארויסגעגעבן דורך הרבנית הצדיקת ע"ה, אינטערסאנטע עובדות אין בריוון פון רבין צו די רעבעצין א.ד.ג.

יד) האדמו"ר מסאטמר, פון דעם באוויסטן אידישן שריפט שטעלער ר' אברהם פוקס ז"ל פון ארץ ישראל.

טו) תפארת יואל, 3 בענדער, עובדות והדרכות פון הרב אלימלך עוזר בודק.

טז) זכרון בספר, 2 בענדער, צוקערדיג זיס באשריבן דעם רבי'ן בפרט און סאטמאר די ערשטע יארן אין אמעריקע בכלל, דורך הרה"ח ר' יונה לאנדא.

יז) פעולת צדיק לחיים, א תלמיד פון רבי'ן הרה"ח ר' חיים מרדכי שטיינבערג ז"ל.

יח) שבחי מהר"י ט"ב, פון הרה"ח ר' ישי בוכינגער ז"ל מנהל התאחדות הרבנים.

יט) דער זייל פון די אידישע וועלט, דורך דעם ריזן שרייבער ר' מענדל גרליץ (מנחם מענדל).

כ) עדות ביהוסף, רשימות פון דעם בחור הנשגב יחזקאל יוסף ווייסהויז ע"ה ארויסגעגעבן דורך זיין פאטער הרה"ח ר' ישראל זינדל הי"ו.

כא) The rabbe, ארויסגעגעבן דורך מכון לב אבות אין לעיקוואד, אייגענטליך איז דאס ע"פ רוב איבערגעזעצט פונעם ספר עדות ביהוסף הנ"ל.


כב) זכרונות רמב"ח, געשריבן דורך א תלמיד פון רבי'ן און סאטמאר, וואס איז ליידער אראפ פון אידישן וועג, מנשה בן חיים קעניג.

כג) סדר קידוש לבנה, זכרונות פון הרה"ח ר' נתנאל'ע פארקאש ז"ל.

כד) שקיעת החמה, אויסשניטן פון אלע צייטונגען באשרייבונגען ארום דעם רבין'ס פטירה, ארויסגעגעבן דורך הרב מרדכי זאב האלבערשטאם מקרעניץ וויליאמסבורג.
לעצט פאראכטן דורך ארעסטאנט אום זונטאג נובעמבער 29, 2009 12:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 15999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 29, 2009 8:06 am

ז) מאפילה לאור גדול, 2 בענדער, באשריבן די הצלה פון רביה"ק ביי די צווייטע וועלט קריג, דורך ר' הערשל פרידמאן פון קול מוואסער

זייט מיר מוחל, מאפילה לאור גדול איז נאר איין באנד.
כי הישרים בלבותם יאהבו החולק עליהם בדעת וישנאו העוזרם בלי דעת.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 15999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 29, 2009 8:08 am

ח) שבחי מהר"י ט"ב, פון הרה"ח ר' ישי בוכינגער ז"ל מנהל התאחדות הרבנים.

ר' ישי איז געווען מנהל אין התאחדות הרבנים, אזוי ווי איך בין דער מעיאר פון וויליאמסבורג.
כי הישרים בלבותם יאהבו החולק עליהם בדעת וישנאו העוזרם בלי דעת.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 15999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 29, 2009 8:10 am

תני ושייר.

"דער סאטמערער רבי"
ארויסגעקומען אין די כ' יארן.
כי הישרים בלבותם יאהבו החולק עליהם בדעת וישנאו העוזרם בלי דעת.

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » זונטאג נובעמבער 29, 2009 9:50 am

farshlufen האט געשריבן:
ז) מאפילה לאור גדול, 2 בענדער, באשריבן די הצלה פון רביה"ק ביי די צווייטע וועלט קריג, דורך ר' הערשל פרידמאן פון קול מוואסער

זייט מיר מוחל, מאפילה לאור גדול איז נאר איין באנד.


אקעי אז די בוסט דא צו לייקענען פאקטן קען איך דיר נישט העלפן!

איך האב שוין געכאפט א בילד פון "ביידע" בענדער, עס גייט אבער נישט יעצט דאס אטעטשען.

ווארט נאר ווארט!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » זונטאג נובעמבער 29, 2009 9:54 am

farshlufen האט געשריבן:תני ושייר.

"דער סאטמערער רבי"
ארויסגעקומען אין די כ' יארן.


וואס? ווי? ווען? ווער?
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » זונטאג נובעמבער 29, 2009 9:55 am

farshlufen האט געשריבן:
ח) שבחי מהר"י ט"ב, פון הרה"ח ר' ישי בוכינגער ז"ל מנהל התאחדות הרבנים.

ר' ישי איז געווען מנהל אין התאחדות הרבנים, אזוי ווי איך בין דער מעיאר פון וויליאמסבורג.



עיין ערך מאפילה לאורה

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » זונטאג נובעמבער 29, 2009 9:58 am

כ"ה) מסעות ישעי', באשריבן דעם רבינ'ס נסיעה קיין ארץ ישראל בשנת תשט"ו, דורך הרב ישעי' גרויז מקערעסטיר שליט"א
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 15999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 29, 2009 10:07 am

ארעסטאנט האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
ח) שבחי מהר"י ט"ב, פון הרה"ח ר' ישי בוכינגער ז"ל מנהל התאחדות הרבנים.

ר' ישי איז געווען מנהל אין התאחדות הרבנים, אזוי ווי איך בין דער מעיאר פון וויליאמסבורג.

עיין ערך מאפילה לאורה

מה ענין סיני אצל הר שמיטה? אז דו זאגסט אז דו האסט 2 בענדער מאפילה, קאן זיין האסט רעכט ויהי לך אשר לך, העכסטנס וועל איך איבערקוקן ביי מיר אין שאנק.

אבער, מיין ידיד - מיט וועמען איך האב אסאך געשמועסט - ר' ישי ז"ל איז קיינמאל געווען מנהל אין התאחדות, ער פלעגט - זינט ער האט רעטייערט פון זין לאנגיעריגער פאסט אפיס פאסטן - בסך הכל זיצן אין אפיס, ענטפערן טעלעפאנען און ארויסשיקן הזמנות - כמעט ביז זיין לעצטן טאג, און בלויז דאס.
כי הישרים בלבותם יאהבו החולק עליהם בדעת וישנאו העוזרם בלי דעת.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28247
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג נובעמבער 29, 2009 10:21 am

אלץ קינד האב איך געליינט און איבערגעליינט און איבערגעליינט א ביכל "זכרונות פון סאטמאר רבי'ן" געשריבן דורך הרב יונה לאנדא.

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » זונטאג נובעמבער 29, 2009 10:35 am

קרעמער האט געשריבן:אלץ קינד האב איך געליינט און איבערגעליינט און איבערגעליינט א ביכל "זכרונות פון סאטמאר רבי'ן" געשריבן דורך הרב יונה לאנדא.


לכאורה די זעלבע ווי "זכרון בספר" הנ"ל אות טז
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » זונטאג נובעמבער 29, 2009 10:40 am

farshlufen האט געשריבן:
ארעסטאנט האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
ח) שבחי מהר"י ט"ב, פון הרה"ח ר' ישי בוכינגער ז"ל מנהל התאחדות הרבנים.

ר' ישי איז געווען מנהל אין התאחדות הרבנים, אזוי ווי איך בין דער מעיאר פון וויליאמסבורג.

עיין ערך מאפילה לאורה

מה ענין סיני אצל הר שמיטה? אז דו זאגסט אז דו האסט 2 בענדער מאפילה, קאן זיין האסט רעכט ויהי לך אשר לך, העכסטנס וועל איך איבערקוקן ביי מיר אין שאנק.

אבער, מיין ידיד - מיט וועמען איך האב אסאך געשמועסט - ר' ישי ז"ל איז קיינמאל געווען מנהל אין התאחדות, ער פלעגט - זינט ער האט רעטייערט פון זין לאנגיעריגער פאסט אפיס פאסטן - בסך הכל זיצן אין אפיס, ענטפערן טעלעפאנען און ארויסשיקן הזמנות - כמעט ביז זיין לעצטן טאג, און בלויז דאס.


יא קוק זיי מוחל שנעל איבער ביי דיר אין שאנק, און אז די האסט דאס נישט לויף און קויף עס

אקעי נצחתני בני, ער איז געווען סעקרעטאר נישט מנהל.. (ווייל מ'קען מיינען וואס נאך ס'דא צו טוהן אין די התאחדות חוץ אויפהייבן טעלעפאנס און שיקן הזמנות. אבער שוין אז די בוסט אזוי פאר'עקשנ'ט געב איך דיר נאך)

יעצט צוריק צום נושא.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

קנעפעל
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:53 pm

תגובהדורך קנעפעל » זונטאג נובעמבער 29, 2009 3:07 pm

דאס ספר שקיעת החמה איז דא ערגעץ צי באקימען? איך האב דאס שוין יארן יארן נישט געזען אין קיין געשעפט,
איך וואלט דאס געוואלט קויפן ,

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » זונטאג נובעמבער 29, 2009 3:49 pm

ארעסטאנט האט געשריבן: כב) ספר זכרונות רמב"ח, פון א תלמיד פון רבי'ן וואס איז ליידער אפגעפארן פון אידישן וועג


ארעסטאנט, וואס איז מיט אייך, איר זענט משוגע געווארן?

דער מחבר ספר זכרונות רמב"ח, איז געווען א טייערער איד א תלמיד פון רבי'ן זי"ע מיטן נאמען ר' מנשה קעניג ז"ל (רמב"ח ר"ת ר' מ'נשה ב'ן ח'יים), און באשרייבט הערליך שיין דעם רבי'ן פון זיין פערספעקטיוו, אלס רב, רבי און ראש ישיבה.

אין א געוויסן זין איז זיין ווערק גאר שיין און היסטאריש, און פּאקט איין אסאך פון די געשרייבעכצער וועלכע זענען דא דערמאנט געווארן. (און דא נאך א טעות: נישט די גאנצע ספר איז געווידמעט פארן רבי'ן, בלויז א חלק).

ר' מנשה'ס חטא... איז נאר געווען אז נאכן קריג האט ער זיך אנגעהערט צו נאך חסידות'ן, הגם אז זיין הערצה צום רבי'ן האט ווייטער אנגעהאלטן ווי מען זעהט אין זיין היסטארישע ווערק, (און אפשר אלס נאך א זאך וויבאלד ער באשרייבט געוויסע זאכן וואס אנדערע באשרייבן נישט, עי"ש). ווען דער רבי האט באזוכט אום תשכ"ה אין ארץ ישראל האט ר' מנשה געשריבן א הערליך לענגערן ארטיקל איבערן רבי'ןס גדלות, וועלכער איז דאן געווען ברייט פארשפרייט. (און אינעם קונטרס זכרונות ארויסגעקומען ביים הכנסת ס"ת דורך די רעבעצין-תשמ"ד, איז איבערגעדרוקט דארט שטיקלעך פונעם זכרונות רמב"ח). אזוי אויך איז ר' מנשה געווען ביים רבי'ן אום תשל"ח ווי דער רבי האט אים שיין אויפגענומען.

ר' מנשה ז"ל האט איבערגעלאזט קינדער און אייניקלעך יראים ושלמים וועלכע גייען בדרכי התורה והמצות.

יהא זכרו ברוך.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 15999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 29, 2009 3:53 pm

ארעסטאנט האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:תני ושייר.

"דער סאטמערער רבי"
ארויסגעקומען אין די כ' יארן.


וואס? ווי? ווען? ווער?
צוגעלייגטע
סאטמארע רבי א ראזמארין.jpg
סאטמארע רבי א ראזמארין.jpg (23.71 KiB) געזעהן 1694 מאל
כי הישרים בלבותם יאהבו החולק עליהם בדעת וישנאו העוזרם בלי דעת.

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » זונטאג נובעמבער 29, 2009 4:20 pm

דאכט זיך "הוצאת ספרים בית רחל" האט אויך עפעס ארויסגעגעבן.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » זונטאג נובעמבער 29, 2009 4:53 pm

אזויווי א טענצל (שוין באלד ר') שרייבט ר' מנשה קעניג איז געווען אן ערליכער איד ביז זיין לעצטען טאג , לעצטענס איז אפילו דא געווען א זון זיינער נאך געלט פאר די מהדרין באסעס אין א"י, אבער האט נאכן קריג באלאנגט צי פועלי אגודת ישראל.
דער בוך זכרונות רמב"ח וואס איז אגב יא אינגאנצען געווידמעט צי באשרייבען דעם רבי'ן (א חוץ אויב טענצל האט עפעס אנדערש וואס איך האב געזען) איז א היבש אינטערסאנטער בוך אין שטיקלעך דערפון איז געווען נאכגעשריבן אין דער בלאט וואס האט בשעתו געמאכט א שטיקעל שטורעם ווער ס'געדענקט.
דער ר' מנשה איז אויך געווען א שרייבער אינעם צייטונג שערים וואס איז ארויסגעקומען יארן צירוק אין ב"ב, איך האב געזען עטליכעפון זיינע מאמרים זייער רירענדע וואס ער האט באשריבען דעם רבין נאך זיין פטירה, מען קען זען די מאמרים אינעם שקיעת החמה.
וואס קען יא זיין אז דער "ארעסטאנט" רעדט איז פון דעם בוך "בין צפת לירושלים" ארויסגעגעבן דורך יהושע בר יוסף א תלמוד פון רבי'ן אין קראלי וואס איז שפעטער נחמץ געווארן, דארט ווידמעט ער א פרק איבערן רבין אין זיין צייט וואס ער האט פארברענגט אין די ישיבה, אזוי אויך האב איך געליינט א באשרייבונג פון אים אין האדמו"ר מסאטמאר פון פוקס'ן ווען דער רבי איז אנגעקומען קיין א"י תש"ו.

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8455
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג נובעמבער 29, 2009 4:55 pm

זכרונות פון סאטמארן רבי'ן דורך ר' חיים משה שטויבער

מסעות ישעיה פון ר' ישעיה גרויס מבערבעשט קערעסטיר

דער זייל פון די אידישע וועלט אין די לעצטע דורות, האט געמוזט סטאפן זיין ווערק צוליב א דין תורה וואס ער האט געהאט דאכצעך מיט דעם אברהם פוקס מח"ס הרב מסטמר,

כ'ווייס נישט וואס דו שרייבסט אויף יחזקאל ווייסהויז ע"ה 'הבחור הנשגב' ווען ווי איך האב עם געקאנט איז ער יארן קיין בחור נישט געווען...............
לעצט פאראכטן דורך יהיה כן אום זונטאג נובעמבער 29, 2009 5:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » זונטאג נובעמבער 29, 2009 5:01 pm

קנעפל
ניין עס איז שוין נישט דא פאר יארן צו באקומען, איך האב מיר דאס לעצטענס פארשאפט פון א עלטערען איד.


משה קאפויער
ר' יוסף שיינבערגער'ס פארגאנגענע וועלטן האב איך געשריבן ביי אות י), דו"ק ותמצא נחת.


פארשלאפן
ישר כח פאר די הוספה מיטן בילד.


פלוני
יא אזוי דאכצעך מיר אויך, איך דארף נאכקוקן וויאזוי דאס הייסט.


א טענצל!
איך האב דאס נישט געוויסט, אזוי האב איך אמאל געהערט.

אה יאסל האקט אריין: ער זאגט אז דער זכרונות רמב"ח איז יא אינגאנצן געווידמעט פארן רבי'ן, איך האב אויך די זעלבע (מיט די ווייסע דעקל), כ'ווייס נישט קען זיין טענצל רעדט פון די ערשטע דרוק.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » זונטאג נובעמבער 29, 2009 5:04 pm

יאסל קען טאקע זיין ווי די זאגסט אז איך מיש מיך צוזאם מיט די ספר פון יהושע בר יוסף. איז דא ערגעץ ווי מען קען דאס באקומען?

אה דער מנחם קניג פון וועד מהדרין איז זיין זוהן?! ער איז א וויזניצער.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28247
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג נובעמבער 29, 2009 9:03 pm

ארעסטאנט האט געשריבן:כ) עדות ביהוסף, רשימות פון דעם בחור הנשגב יחזקאל יוסף ווייסהויז ע"ה ארויסגעגעבן דורך זיין פאטער הרה"ח ר' ישראל זינדל הי"ו.

דער ספר הייסט עדות ביוסף, און די רשימות זענען טאקע בשעתו געשריבן געווארן דורך א בחור, אבער ער האט חתונה געהאט אויך (ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק).

---
בנוגע "זכרון בספר" ביסטו גערעכט, פון דעם האב איך גערעדט.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 9:39 am

כהאלט אז מקען אויך מוסף זיין די 4 כרכים ומשה היה רועה, וואס מסתמה קרוב צי 50 פראצענט האט שייכות צים רבי'ן ז"ל.

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 10:06 am

אויך אמת!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8455
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 10:24 am

זכר צדיק לברכה דריי חלקים דורך ר' אברהם דוד גליק (געווען באשריבן אין דער איד מיט המשכים)
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 10:42 am

פארשלאפן
קוקט אויס איר זענט פארשלאפן דעם צווייטן חלק מאפילה לאור גדול

איך האב צווויי חלקים אינדערהיים
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט