בלאט 7 פון 7
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:32 pm
דורך שטארק זיך
אינטרעסאנט, דער מחבר ווען ער וויל ארויסברענגן דעם געדאנק איז ער ממליץ:
לאו בר חכים טובא, ולאו בר טיפש זוטא...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:48 pm
דורך יוסף שרייבער
זה מליצה אידישאית עתיקת יומין.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:37 pm
דורך צווייפעל
ויאמר האט געשריבן:
לייענט און שטוינט.
און קריכט אויף די גראדע ווענט.
איך וואלט אין מיין לעבן נישט צאמגעשטעלט די צוויי מעשיות, אין די ערשטע מעשה שטייט דארט בכלל נישט אז יענער רב האט געהאט א קביעות צו זיצן נעבן רבי'ן.
יוסף שרייבער האט געשריבן:בקיצור דער כותב הספר איז ניקס קיין גרויסער חכם און נישט קיין קליינער נער.
פאסט נישט ר' יוסל איר זאלט זיין אזוי רוי.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:41 pm
דורך חסידישער יוד
יוסף שרייבער האט געשריבן:תורת יואל.

ערך האדמו"ר מסטריזוב
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:21 am
דורך אוהב ספרים
סתם הערה כללית, אז די ספר איז נישט גוט מוגה.
נאך א פאר דוגמאות פון אומפינקטלעכקייט בלשון המעטה וכו'
ב. בערך האדמו"ר מסטריזוב שרייבט ער די מעשה וועגען די שושבינות, האט ער אויסגעלאזט די סיפור מיט דער מנחת אלעזר און אמירת הלל פון סאטמאר רב [ואולי לא שייך לערך זה אלא לערך של מנחת אלעזר יותר]
ג. לגבי נסיעתו לארה"ק, שרייבט ער אז למעשה ניחם האדמו"ר מסטריזוב פון זיין פלאן צו עולה זיין לארה"ק, דאס איז א פשוטער שקר, דער סטריזובער רבי האט קיינמאל נישט חוזר געווען, ער איז פשוט קראנק געווארען און נפטר געווארען, אלע זיינע חפצים, ספרים, מעבל וכו' זענען שוין געווען אין גבעת שאול בדירתו שהכין לו שמה, עס איז אפילו דא א מעשה פלא דערמיט, ער האט געהייסען מען זאל אנגערייטען 2 לעכט אין די לייכטער אויפן טיש, אז טאמער וועט ער אנקומען פרייטאג נאכמיטאג שפעט צום זמן זאל שוין דאס אויכעט זיין גרייט. למעשה נפטר בארה"ב והעלו את ארונו לארה"ק די קבורה איז פארגעקומען פרייטאג נאכמיטאג ערב שבת חנוכה סמוך לכניסת שבת קודש, והלכו אחר כך לדירתו והדליקו נירות והלכו לבית המדרש.
ד. פעלט א סיפור ווי דער סטריזובער רבי איז אמאל געקומען באזוכען דעם סאטמאר רב אינדערהיים, און דער רבי האט זעך זייער געפרייעט צו איהם און געגעבען א קוש אין שטערן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 1:06 pm
דורך ויאמר
צווייפעל האט געשריבן:ויאמר האט געשריבן:
לייענט און שטוינט.
און קריכט אויף די גראדע ווענט.
איך וואלט אין מיין לעבן נישט צאמגעשטעלט די צוויי מעשיות, אין די ערשטע מעשה שטייט דארט בכלל נישט אז יענער רב האט געהאט א קביעות צו זיצן נעבן רבי'ן.
וואס פארשטייסטו נישט?
געוואלט ארויסברענגען, אז פון די צווייטע מעשה זעט מען אז דער ברך משה'ס "מקום קבוע" איז געווען נעבן רבי'ן, מילא איז עס געווען נאטורליך אז ווען ער איז אריינגעקומען צום טיש האבן זיך די רבנים אויפגעשטעלט און פריי געמאכט פאר אים דאס פלאץ, וק"ל.
בנוסף וואס די צווייטע מעשה איז ווערד פאר זיך ודו"ק.