בלאט 6 פון 7

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 3:29 pm
דורך מיסטעריעז
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:דער מחבר ר' א"ד האט ארויסגעגעגבן בחייו 4 בענדער זכר צדיק לברכה, און יעצט איז ארויס דער פיפטער באנד

דינער‎ ‎פון‎ די ‎ערשטע‎ ‎פיר,‎ ‎או‎ן אסאך‎ ‎גרעסערע‎ ‎אותיות

מיט א מפתח פון אלע בענדער, לויט די ענינים. און א באשרייבונג אויף ר' אברהם דוד ע"ה.


די‎ ‎קינדער‎ שרייבּן ‎אין‎ ‎פארווארט‎ ‎צו‎ ‎זצ‎''‎ל‎ ‎חלק‎ ‎ה' אז‎‎‎ ‎זיי‎ ‎גייען‎ ‎אויך ‎ענדיגן חלק‎ ‎ו' וואס‎ ‎זייער‎ ‎טאטע‎ ‎האט‎ ‎אנגעהויבּן...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 3:32 pm
דורך מי יודע
ביבער היט האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:דער ריסקעווער רב איז קיין תלמיד העצי חיים קיינמאל נישט געווען, ער איז געווען סה״כ פיר יאר אינגער פון עצי חיים.

אינטערסאנט
קומט אויס ער איז עלטער געווען פון רבי'ן מ'סאטמאר און עכ''ז האט ער געהאט א מוראדיגער ביטול צום סאטמארע רבין

עפעס א פלא פון א מעשה איז דא ווי די סאטמארע רבי זצ''ל האט געפועלט א ישועה פאר די ריסקאווער רב מיטן פארטוישען אים מיט א גוי

דאכט זיך די מעשה איז געווען מיט דזישבויער רב נישט אזוי?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 4:16 pm
דורך ביבער היט
ניין, די ריסקעווע רב איז דאן שטארק קראנק געווען און די רבי האט באופן פלא אים צוגעלייגט היבשע יארן צום לעבן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 4:16 pm
דורך ניק ניק
מי יודע האט געשריבן:
ביבער היט האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:דער ריסקעווער רב איז קיין תלמיד העצי חיים קיינמאל נישט געווען, ער איז געווען סה״כ פיר יאר אינגער פון עצי חיים.

אינטערסאנט
קומט אויס ער איז עלטער געווען פון רבי'ן מ'סאטמאר און עכ''ז האט ער געהאט א מוראדיגער ביטול צום סאטמארע רבין

עפעס א פלא פון א מעשה איז דא ווי די סאטמארע רבי זצ''ל האט געפועלט א ישועה פאר די ריסקאווער רב מיטן פארטוישען אים מיט א גוי

דאכט זיך די מעשה איז געווען מיט דזישבויער רב נישט אזוי?

געהערט די מעשה די וואך ביי מלוה מלכה אויף ריסקעווער רב זצל

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:14 pm
דורך שאץ מאץ
ביבער היט האט געשריבן:א הערליכער באנד חלק א' פון א סעריע פון צוויי בענדער איבער די קשר און שייכות פון גדולי ישראל אין אמעריקא און איבער די וועלט למרן הרה''ק מסאטמאר זצ''ל נאכען צווייטן וועלט קריג, עס איז כדאי זיך איינצוהאנדלען דעם בוך
יו''ל ע''י מערכת מושיען של ישראל


איך וויל נישט מאכן דא קיין פראוועקאציס, אבער ביטע קוקט אריין אין דעם ספר ביים ערך פונעם לאנצוט'ע רב,
שטייט א מעשה אזוי, איינמאל איז דער לאנצוטער רב געזעצן ביים טיש ממש לעבן רבי'ן, און "רב אחד" איז אנגעקומען ונדחק עצמו צו זיצן ממש לעבן רבי'ן און אזוי האט ער אוועק געשטופט דעם לאנצוטער רב, למעשה ווען ס'איז געקומען צום בענטשן כאטש וואס דער רב פלעגט געווענדליך באקומען דאס בענטשן רביה"ק שכל את ידיו און געגעבן דעם כוס פארן לאנצוט'ע רב....

איר פארשטייט די מעשה????

(פערצופאל ווייס איך די אמת'ע מעשה אבער דאס וועל איך שרייבן א אנדערס מאל)

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 8:05 am
דורך מי יודע
די מעשה איז געוועהן אז דער ברך משה (דעמאלטס סיגוטער רב) פלעגט אייביג זיצן די ערשטע, און ווי נאר דער סיגוט'ע רב איז אנגעקומען האט זיך דער לאנצוטער רב שנעל גערוקט מפני כבודו, ווייל דארט איז אייביג געוועהן דעם סיגוטער רב'ס פלאץ. (דער סיגוט'ע רב האט זיך "נישט" געשטופט צו זיצן די ערשטע לעבן רבי'ן, ווער ס'האט געקענט זיין טבע ווייסט דאס, און אייביג ווען דער סיגוט'ע רב איז אנגעקומען צום טיש האט זיך יעדער גלייך גערוקט מיט פארשטענדעניש).

ביים בענטשן האט דער רבי געמאכט דאס מאל א אויסנאם און געגעבן פארן לאנצוט'ע רב, מעגליך די סבה דערפון איז ווייל דער רבי האט חושש געוועהן אז דער לאנצוט'ע רב האט זיך אראפ גערוקט און ס'איז געוועהן א פגיעה אין זיין כבוד, אבער דאס איז נאר א השערה, ווער ווייסט דען וואס דער רבי האט אינזינען געהאט בשעת מעשה,

איצט קוקט איר אליין וויאזוי מ'פאדרייט א מעשה מיט מאטיוו'ן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 9:22 am
דורך שמעלקא טויב
מי יודע האט געשריבן:די מעשה איז געוועהן אז דער ברך משה (דעמאלטס סיגוטער רב) פלעגט אייביג זיצן די ערשטע, און ווי נאר דער סיגוט'ע רב איז אנגעקומען האט זיך דער לאנצוטער רב שנעל גערוקט מפני כבודו, ווייל דארט איז אייביג געוועהן דעם סיגוטער רב'ס פלאץ. (דער סיגוט'ע רב האט זיך "נישט" געשטופט צו זיצן די ערשטע לעבן רבי'ן, ווער ס'האט געקענט זיין טבע ווייסט דאס, און אייביג ווען דער סיגוט'ע רב איז אנגעקומען צום טיש האט זיך יעדער גלייך גערוקט מיט פארשטענדעניש).


ער פלעגט זיצן די ערשטע אויף די רעכטע זייט. שבועות תשי"ט איז הרה"ק ר' איציקל זצ"ל געקומען צום רבי'ן אויף יו"ט האט זיך דער רבי דער ברך געזעצט אויף די לינקע זייט מפני כבודו פון ר' איציקל, אבער אזוי איז דאס געווען זיין מקום קבוע.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:48 am
דורך שטארק זיך
גראדע זעה איך אין דעם דאס פארקערטע, דהיינו פארהוילן א נאמען מפני הכבוד;

ולא עוד, עס דוכט זיך מיר אז דער מחבר האט בעצם א קנאפע פראבלעם מיט'ן דאן סיגוט'ער רב, אוודאי וועט ער קיינמאל נישט מרבה זיין בשבחו צופיהל. דאס איז מסתם צווליב זיינע אפיליאציעס.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:56 pm
דורך שאץ מאץ
אבער צו שרייבן אז דער רב האט זיך אריין געשטופט און אוועק געשטופט דעם לאנצוטער רב איז סיי שקר און סיי רשעות'דיג צו שרייבן

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:03 pm
דורך farshlufen
מאדנע.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:14 pm
דורך ויאמר
שטארק זיך האט געשריבן:גראדע זעה איך אין דעם דאס פארקערטע, דהיינו פארהוילן א נאמען מפני הכבוד;

ולא עוד, עס דוכט זיך מיר אז דער מחבר האט בעצם א קנאפע פראבלעם מיט'ן דאן סיגוט'ער רב, אוודאי וועט ער קיינמאל נישט מרבה זיין בשבחו צופיהל. דאס איז מסתם צווליב זיינע אפיליאציעס.



איך מיין, אז מען דארף נישט זיין דער גרויסער מר בר רב אשי צו וויסן אז "דער רב וואס פלעגט געווענליך באקומען בענטשן" איז געווען דער ברך משה זצ"ל

מילא, זעה איך נישט ווי מען האט דא "פארהוילן דעם נאמען מפני הכבוד".

"מפני הכבוד" וואלט געווען ווען מען שרייבט יא ארויס דעם נאמען, און מען שרייבט די מעשה גענוי אזוי ווי עס איז געווען, אז דער לאנצוהט'ער רב האט זיך געריקט פארן ברך משה ווען ער איז אנגעקומען צום טיש, ווייל דארט איז געווען זיין מקום קבוע כידוע. די זקנים און דער מיטל-יעריגער דור געדענקען דאס נאך גוט, אז ווען אימער דער ברך משה איז אריינגעקומען צום טיש האבן זיך די גדולי הרבנים פונעם אויבן אן געריקט פאר אים. און געווענליך פלעגט אים דער רבי מכבד זיין מיט בענטשן, און אמאל אמאל איז געווען א אויסנאם.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:17 pm
דורך צווייפעל
מי יודע האט געשריבן:די מעשה איז געוועהן אז דער ברך משה (דעמאלטס סיגוטער רב) פלעגט אייביג זיצן די ערשטע, און ווי נאר דער סיגוט'ע רב איז אנגעקומען האט זיך דער לאנצוטער רב שנעל גערוקט מפני כבודו, ווייל דארט איז אייביג געוועהן דעם סיגוטער רב'ס פלאץ. (דער סיגוט'ע רב האט זיך "נישט" געשטופט צו זיצן די ערשטע לעבן רבי'ן, ווער ס'האט געקענט זיין טבע ווייסט דאס, און אייביג ווען דער סיגוט'ע רב איז אנגעקומען צום טיש האט זיך יעדער גלייך גערוקט מיט פארשטענדעניש).

ביים בענטשן האט דער רבי געמאכט דאס מאל א אויסנאם און געגעבן פארן לאנצוט'ע רב, מעגליך די סבה דערפון איז ווייל דער רבי האט חושש געוועהן אז דער לאנצוט'ע רב האט זיך אראפ גערוקט און ס'איז געוועהן א פגיעה אין זיין כבוד, אבער דאס איז נאר א השערה, ווער ווייסט דען וואס דער רבי האט אינזינען געהאט בשעת מעשה,

איצט קוקט איר אליין וויאזוי מ'פאדרייט א מעשה מיט מאטיוו'ן.


איך כאפ נישט פונקטליך וואס דא איז "פארדרייט", און וואס מיינט "דער רב האט זיך אריינגעשטופט" אדער "לאנצוטער רב האט זיך פון זיך אליין אוועקגערוקט, ווען ער האט געזען ווי דער רב קומט" יעדער פארשטייט אז יענער רב האט נישט געשטופט מיט די הענט, סאיז כחוט השערה וויזוי לאנצוטער רב האט עס אנגעקוקט, אדער יענער רב האט עס אנגעקוקט, און וואס די מעשה איז באמת געווען.

אפילו ספלעגט זיין געווענליך יענעם רב'ס פלאץ (ווען יענער רב פלעגט קומען), און דער לאנצוטער איז געזיצן דארט, און יענער רב איז געקומען צו זיין "געווענליכע פלאץ" אז דער לאצוטער האט געמוזט זיך רוקן (מיט פארשטענדעניש), און יענער רב האט זיך נישט גראד געזעצט אויף א דערנעבנדיגע זיץ מיינט דאס ביי לאנצוטער רב אז יענער האט "זיך אריינגעשטיפט", און ביי יענעם רב מיינט דאס אז לאנצוטער רב האט פשוט פריי געמאכט זיין פלאץ, עכ"פ דער לאנצוטער האט געמעגט אזוי פילן, און אזוי פארציילן זיינע קינדער די מעשה (כאב איבער געפרעגט די מעשה פון א אייניקל).

סא אז מפארציילט דאס אן א נאמען, וואס איז שלעכט מיט די מעשה ?, די נקודה איז דאך אז דער רבי האט אויפגעכאפט אז לאנצוטער רב האט חלישות הדעת, האט אים דער רבי מפייס געווען מיטן בענטשן, די אנדערע חלק איז דאך נישט נוגע צו די פוינט.

אגב, דער ספר איז זייער גוט לענ"ד, משפירט שטארק די ברייטקייט און געזעצטקייט פונעם מחבר, כהאב אויך אפאר הוספות און הערות, כעלעס בעז"ה אריינשיקן צום מחבר.

האקט

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:18 pm
דורך שמעלקא טויב
כ'האב געהערט באותו ענין א גוט'ס פון א איד:

איינער פון די וואס האבן זיך מתנגד געווען אויף די הנהגה פון דער רבי דער ברך משה טרעפט אים איין צופרי און דערציילט אים אז נעכטן האט ער געטוען א געוויסע זאך קעגן דעם רבי'ן הבר"מ און ביינאכט האט ער זיך געחלומ'ט אז ער איז ביים רבי'ן ז"ל טיש און דער רבי איז אים מכבד מיט בענטשן, זעהט מען דאך פון דעם אז ער איז גערעכט!

זאגט אים דער איד: איך מיט דיר האבן כמה פעמים געזעהן בהקיץ ווי דער רבי האט געגעבן פארן סיגוטער רב דאס בענטשן...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:20 pm
דורך סביב העולם
א הערליכע גליון ערהאלטן איבער מרן רביה"ק זי"ע

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:21 pm
דורך מי יודע
שטארק זיך האט געשריבן:גראדע זעה איך אין דעם דאס פארקערטע, דהיינו פארהוילן א נאמען מפני הכבוד;

ולא עוד, עס דוכט זיך מיר אז דער מחבר האט בעצם א קנאפע פראבלעם מיט'ן דאן סיגוט'ער רב, אוודאי וועט ער קיינמאל נישט מרבה זיין בשבחו צופיהל. דאס איז מסתם צווליב זיינע אפיליאציעס.

זש"ה ואפילו בהסתרה.... וד"ל

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:25 pm
דורך יהיה כן
די פלא איז נאר היתכן אז אין די בענדער מוש"י העסטע טרעפן צענדליגער מאל סיפר 'כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א', אולי מיינט מען אן אנדערן??

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:26 pm
דורך מי יודע
סביב העולם האט געשריבן:א הערליכע גליון ערהאלטן איבער מרן רביה"ק זי"ע

עפעס זייער פאני דער גליון, אין א שמועס לכבוד די הילולא פרעגט מען ר' מענדל ווען ער איז נתמנה געווארן אלס מנהל בישיבת רבינו, און ער ענטפערט תשנ"ד
ס'האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן ווער ס'איז דער רבינו דארט, שוין, יעצט זע איך ס'איז א באשרייבונג פון די התקשרות פון קאשויער רב צום רבין ז"ל, זעט אויס ס'איז ארויסגעפאלן פון אביר הרועים

ווי האט יענער געזאגט "הערליך" איז נישט דאס ווארט...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:27 pm
דורך צווייפעל
אין דעם אביר הרועים שטייט אויך רוב מאל "כ"ק" אדמו"ר הברך משה זצ"ל

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:29 pm
דורך יהיה כן
צווייפעל האט געשריבן:אין דעם אביר הרועים שטייט אויך רוב מאל "כ"ק" אדמו"ר הברך משה זצ"ל


אויב אזוי, על מה יצא הקצף כאן??, (אין א געמעקטע תגובה דא ערגעץ טענה'ט איינער היתכן ער פאגינט נישט פארן ברך משה א כ"ק...)

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:44 pm
דורך מי יודע
צווייפל, יהי'
שטארק זיך האט געשריבן:דאס איז מסתם צווליב זיינע אפיליאציעס.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:56 pm
דורך farshlufen
מי יודע האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן:א הערליכע גליון ערהאלטן איבער מרן רביה"ק זי"ע

עפעס זייער פאני דער גליון, אין א שמועס לכבוד די הילולא פרעגט מען ר' מענדל ווען ער איז נתמנה געווארן אלס מנהל בישיבת רבינו, און ער ענטפערט תשנ"ד
ס'האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן ווער ס'איז דער רבינו דארט, שוין, יעצט זע איך ס'איז א באשרייבונג פון די התקשרות פון קאשויער רב צום רבין ז"ל, זעט אויס ס'איז ארויסגעפאלן פון אביר הרועים

דאס איז א גליון שי"ל ע"י קהל וישיבת שער התלמיד בנשיאת הרב ר' אהרן קרויס זז"ג.

וואס זענען די קרידענשאלס צו ווערן אנגערופן "מגדולי תלמידי הרה"ק מסאטמאר זי"ע?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:08 pm
דורך שאינו יודע
שאץ מאץ האט געשריבן:
ביבער היט האט געשריבן:א הערליכער באנד חלק א' פון א סעריע פון צוויי בענדער איבער די קשר און שייכות פון גדולי ישראל אין אמעריקא און איבער די וועלט למרן הרה''ק מסאטמאר זצ''ל נאכען צווייטן וועלט קריג, עס איז כדאי זיך איינצוהאנדלען דעם בוך
יו''ל ע''י מערכת מושיען של ישראל


איך וויל נישט מאכן דא קיין פראוועקאציס, אבער ביטע קוקט אריין אין דעם ספר ביים ערך פונעם לאנצוט'ע רב,
שטייט א מעשה אזוי, איינמאל איז דער לאנצוטער רב געזעצן ביים טיש ממש לעבן רבי'ן, און "רב אחד" איז אנגעקומען ונדחק עצמו צו זיצן ממש לעבן רבי'ן און אזוי האט ער אוועק געשטופט דעם לאנצוטער רב, למעשה ווען ס'איז געקומען צום בענטשן כאטש וואס דער רב פלעגט געווענדליך באקומען דאס בענטשן רביה"ק שכל את ידיו און געגעבן דעם כוס פארן לאנצוט'ע רב....

איר פארשטייט די מעשה????

(פערצופאל ווייס איך די אמת'ע מעשה אבער דאס וועל איך שרייבן א אנדערס מאל)


פון ווי ווייסטו וועלכע ווערסיע איז אמת??

נעם ארויס דיינע מאטיוון, וועסטו קענען פארלאנגען פון יענעם אוועקצונעמען זיינע מאטיוון.

סי סי שמעלקא

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:54 pm
דורך שישא
איך זיך דעם קונטרס הוי אריאל, הספד על רביה"ק מסאטמאר מהגה"צ ר' אברהם מאיר איזרעאל אב"ד הוניאד,
האט עס איינער אויף פי די עף, אדער גרייט צו סקענען עטליכע עמודים.
בתודה רבה

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:09 pm
דורך ויאמר
ויאמר האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:גראדע זעה איך אין דעם דאס פארקערטע, דהיינו פארהוילן א נאמען מפני הכבוד;

ולא עוד, עס דוכט זיך מיר אז דער מחבר האט בעצם א קנאפע פראבלעם מיט'ן דאן סיגוט'ער רב, אוודאי וועט ער קיינמאל נישט מרבה זיין בשבחו צופיהל. דאס איז מסתם צווליב זיינע אפיליאציעס.



איך מיין, אז מען דארף נישט זיין דער גרויסער מר בר רב אשי צו וויסן אז "דער רב וואס פלעגט געווענליך באקומען בענטשן" איז געווען דער ברך משה זצ"ל

מילא, זעה איך נישט ווי מען האט דא "פארהוילן דעם נאמען מפני הכבוד".

"מפני הכבוד" וואלט געווען ווען מען שרייבט יא ארויס דעם נאמען, און מען שרייבט די מעשה גענוי אזוי ווי עס איז געווען, אז דער לאנצוהט'ער רב האט זיך געריקט פארן ברך משה ווען ער איז אנגעקומען צום טיש, ווייל דארט איז געווען זיין מקום קבוע כידוע. די זקנים און דער מיטל-יעריגער דור געדענקען דאס נאך גוט, אז ווען אימער דער ברך משה איז אריינגעקומען צום טיש האבן זיך די גדולי הרבנים פונעם אויבן אן געריקט פאר אים. און געווענליך פלעגט אים דער רבי מכבד זיין מיט בענטשן, און אמאל אמאל איז געווען א אויסנאם.


דברי תורה עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר... אין די שפעטערע פרקים פונעם ספר ביים ערך פונעם אויוואר'ער רב זצ"ל שרייבט דער מחבר אז די "מקום קבוע" פון הגה"צ מסיגוט זצ"ל (אדמו"ר הברך משה) - כלשון קדשו - איז געווען דער ערשטער נעבן דעם רבי'ן, און איינמאל ווען דער אויווארער רב איז געקומען צום טיש האט דער ברך משה זיך אויפגעשטעלט און אים אוועקגעגעבן זיין פלאץ "דבר שכמעט לא עשה לאף אחד", א זאך וואס דער ברך משה האט פאר קיינעם נישט געטוהן...

לייענט און שטוינט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:45 pm
דורך יוסף שרייבער
בקיצור דער כותב הספר איז ניקס קיין גרויסער חכם און נישט קיין קליינער נער. דער פראבלעם אינאר אז צוואנציג יאר ארום גייט מען נאכפרעפלען וואס ער שרייבט כאילו עס וואלט געווען תורת יואל.