מי יודע האט געשריבן:די מעשה איז געוועהן אז דער ברך משה (דעמאלטס סיגוטער רב) פלעגט אייביג זיצן די ערשטע, און ווי נאר דער סיגוט'ע רב איז אנגעקומען האט זיך דער לאנצוטער רב שנעל גערוקט מפני כבודו, ווייל דארט איז אייביג געוועהן דעם סיגוטער רב'ס פלאץ. (דער סיגוט'ע רב האט זיך "נישט" געשטופט צו זיצן די ערשטע לעבן רבי'ן, ווער ס'האט געקענט זיין טבע ווייסט דאס, און אייביג ווען דער סיגוט'ע רב איז אנגעקומען צום טיש האט זיך יעדער גלייך גערוקט מיט פארשטענדעניש).
ביים בענטשן האט דער רבי געמאכט דאס מאל א אויסנאם און געגעבן פארן לאנצוט'ע רב, מעגליך די סבה דערפון איז ווייל דער רבי האט חושש געוועהן אז דער לאנצוט'ע רב האט זיך אראפ גערוקט און ס'איז געוועהן א פגיעה אין זיין כבוד, אבער דאס איז נאר א השערה, ווער ווייסט דען וואס דער רבי האט אינזינען געהאט בשעת מעשה,
איצט קוקט איר אליין וויאזוי מ'פאדרייט א מעשה מיט מאטיוו'ן.
איך כאפ נישט פונקטליך וואס דא איז "פארדרייט", און וואס מיינט "דער רב האט זיך אריינגעשטופט" אדער "לאנצוטער רב האט זיך פון זיך אליין אוועקגערוקט, ווען ער האט געזען ווי דער רב קומט" יעדער פארשטייט אז יענער רב האט נישט געשטופט מיט די הענט, סאיז כחוט השערה וויזוי לאנצוטער רב האט עס אנגעקוקט, אדער יענער רב האט עס אנגעקוקט, און וואס די מעשה איז באמת געווען.
אפילו ספלעגט זיין געווענליך יענעם רב'ס פלאץ (ווען יענער רב פלעגט קומען), און דער לאנצוטער איז געזיצן דארט, און יענער רב איז געקומען צו זיין "געווענליכע פלאץ" אז דער לאצוטער האט געמוזט זיך רוקן (מיט פארשטענדעניש), און יענער רב האט זיך נישט גראד געזעצט אויף א דערנעבנדיגע זיץ מיינט דאס ביי לאנצוטער רב אז יענער האט "זיך אריינגעשטיפט", און ביי יענעם רב מיינט דאס אז לאנצוטער רב האט פשוט פריי געמאכט זיין פלאץ, עכ"פ דער לאנצוטער האט געמעגט אזוי פילן, און אזוי פארציילן זיינע קינדער די מעשה (כאב איבער געפרעגט די מעשה פון א אייניקל).
סא אז מפארציילט דאס אן א נאמען, וואס איז שלעכט מיט די מעשה ?, די נקודה איז דאך אז דער רבי האט אויפגעכאפט אז לאנצוטער רב האט חלישות הדעת, האט אים דער רבי מפייס געווען מיטן בענטשן, די אנדערע חלק איז דאך נישט נוגע צו די פוינט.
אגב, דער ספר איז זייער גוט לענ"ד, משפירט שטארק די ברייטקייט און געזעצטקייט פונעם מחבר, כהאב אויך אפאר הוספות און הערות, כעלעס בעז"ה אריינשיקן צום מחבר.
האקט