בלאט 1 פון 1

ליכט שטראלן - ווי קען מען עס באקומען?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 18, 2009 8:59 am
דורך יוסלמאן
לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו זעהן ביי א חבר איין באנד פון די אלטע ליכט שטראלן, די געלע דעקליך מיט די שווארצע ווערטער און גאר אינטערסאנטע אינהאלט.

דער בוך האב כ'געליינט אלץ אינגעל און ס'איז כדאי צו ליינען אלץ גרויסע טאטע אויך. כ'וואלט זייער געוואלט וויסן אויב איינער ווייס צו מ'קען נאך היינט ערגעץ קויפן אדער אראפלאדירן אלע בענדער, בכלל וואלט מען עס געמעגט איבערדריקן, זאלן אונזערע קינדער ליינען פון צדיקים אנשטאט אבאמא שמאבאמא.

עניוועי, ווער ס'האט אינפארמאציע איז מכובד וכו'.

א שיינעם דאנק פון פאראויס און תזכה למצות.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 18, 2009 9:16 am
דורך farshlufen
ר' יסיפון, קוקטס ביי ר' יוסף הערש וויינשטאק ענד קא.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 18, 2009 9:19 am
דורך דארפסמאן
עס איז דא איבערגעדריקטע און אלע ספרים געשעפטן, זאג נאר וואסערע מעשה ווילסטו הערן און מיין אז איך קען אלע מעשה'ס פון די ליכט שטראלען

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 23, 2009 8:59 am
דורך יגרסהדותא
יאפ'ס, די מעשה פון לייב שרה'ס וואס ער האט אנגעפראסקעט דעם קעניג יעדן פרייטאג נאכמיטאג, איך האב עס שוין אפאר מאל פארציילט ביי מיר אין שטוב. איי זכרונות.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 15, 2010 7:16 pm
דורך ביקסאד
המחבר רבי אליהו הכהן שטיינבערגער, משב"ק הרה"ק רבי אהרן ראטה זצ"ל,
ער האט געשריבן אונטער דעם פעסוואדנים אלי"שב כהן.

זיין זוהן געפינט זעך כמעט יעדעס יאהר ווינטער אין וויליאמסבורג.

"ליכט שטראלן" קאן מען קויפן ביי אלע ספרים געשעפטן, מכירה הראשית איז ביי בימ"ס "אמרי שפר".

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 15, 2010 8:08 pm
דורך אינגערמאן
הרב יוסלמאן קענסט טשעקן אין מיין מאמע'ס בוידעם... העסט מסתמ' דארט אויך טרעפן פיקטשערס פון אלטע רבנים אריינצולייגן אינעם על הצדיקים פארום...

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 16, 2010 12:06 am
דורך יהיה כן
סיז שוין היינט דא אין אוצר החכמה, אלע פינף בענדער

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 13, 2013 12:51 am
דורך רבניש
דער ערשטער באנד היצט איבערגעזעצט שיין פריש דורך "המעתיק" דארט איז פארהאנען די וועלטס מעשה'לע (אין מיינע קינדער יארן) "די מהר"ל אין די שטיינער פון די חושן" וואס מיין ענגלישע טיטשער האט פארציילט סוף פונען ענגליש פראגראם (מיין טישטער איז געווען מיין מנהל'ס ברודער, א כולל יונגערמאן, מיט גאר א גוטען אידיש) עס האט גענומען בערך א יאר,

א ביליגען פרייז פון בלויז 13 טאלערס