בלאט 2 פון 3

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 13, 2012 1:20 am
דורך לכל זמן
געזען לעצטנס אויף די פאליצעס א פרישע ביכל מיט'ן נאמען: די באן פארט ווייטער פון א. נייבוים.
איז עס די זעלבע שרייבערין ווי א. נייבוים אין מעלות?

א נייע בוך ערשינען מיט'ן נאמען "הראשונים כמאלכים"

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 15, 2012 2:35 pm
דורך חייקל
פעדער האט געשריבן:א נייע בוך ערשינען מיט'ן נאמען "הראשונים כמאלכים", זייער שיין פארציילט אלע תלמידי בעל שם און אראפ, גייט צו מיט א כראנאלאגישן סדר, פונקטליך זייער יחוס, וואו זיי האבן געוואוינט, וואו אלץ זיי האבן משמש געווען ברבנות, אין קורצן, זייער לעבנס ביאגראפיע, און עטליכע קליינע מעשה'לעך. און אזוי ווייטער און ווייטער, אזוי אויך ברענגט ער צו מאפעס פון איבעראל, כדי מען זאל וויסן אפ' היינט וויאזוי צו דערגרייכן אהין.

בעיקר, איז עס א געוועלדיגע אויפטוה, ווייל ענדליך איז איינער ארויסגעקומען מיט א גענויען סדר, ווער און וועמענס תלמיד יעדער איז געווען , אזוי אז די יונגווארג זאלן האבן עפעס א מושג, וויאזוי די תורה און חסידות איז אריבער פון איין רעבי'ן צום צווייטן. פון איין דור צום קומענדיגען. און אביסל האבן א אהנונג אין די הייליגע שטעטלאך און דערפעלאך ווי אונזערע רבי'ס און אור עלטערען האבן געדינט דעם בורא.


איך האב הערשט גאנץ לעצטענס באגעגענט דעם ביכל צום ערשטן מאל כאפענדיג א מנחה אין עפעס א כולל, און כ'האב אויך באוואונדערט די שיינקייט און קלארקייט פון די ארבייט.

כ'האב דאס עפעס נישט געזעהן אדווערטייזט געהעריג.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 4:08 am
דורך טהור-עיניים
יא, אויך געזעהן דעם ביכל-ספר, און פון א איין מינוט'יגען בליק וועלכען איך האב אים געשענקט, קוקט ער מיר אויס צו זיין א גוטער ארבעט. ער איז ארויף אויף מיין רשימה פון ספרים-ביכלעך וועלכע מען גייט זיך איינהאנדלען אי"ה לכשירחיב.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2012 2:05 pm
דורך פריילאך
א הערליך נייע ספר פון ידידינו הרב גראדער, אויף די סדרות פון בראשית איז ערשינען.

גיימער עס איינהאדלען פשוט אלץ הכרת הטוב פאר גראדער.

לפי דעתי איז די בראשית סדרות מדרש, געווען בעסער ווי די יציאת מצרים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 27, 2012 5:20 pm
דורך leiby

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 13, 2012 11:46 am
דורך מיללער
איך זעה נישט באריכטעט דעם נייעם בוך אויף אידיש בשם 'דער אייביגער פאלק' האט דאס איינער דורכגעליינט, איז דאס גוט און מקוריות'דיג?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 13, 2012 11:47 am
דורך מאנ-יימער
מיללער האט געשריבן:איך זעה נישט באריכטעט דעם נייעם בוך אויף אידיש בשם 'דער אייביגער פאלק' האט דאס איינער דורכגעליינט, איז דאס גוט און מקוריות'דיג?

viewtopic.php?f=54&t=18427

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 13, 2012 12:02 pm
דורך מיללער
מאנ-יימער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איך זעה נישט באריכטעט דעם נייעם בוך אויף אידיש בשם 'דער אייביגער פאלק' האט דאס איינער דורכגעליינט, איז דאס גוט און מקוריות'דיג?

viewtopic.php?f=54&t=18427


יישר-כחכם

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 14, 2012 12:37 pm
דורך אויפריכטיג
וואס איז פשט פון דעם פראז "פארגעזעצט דורך די תקופות הגאונים און תקופות הראשונים ביזן היינטיגן טאג"?

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 15, 2012 11:13 pm
דורך פעדער
פונעם פריערדיגן בוך זיינעם "די היסטאריע פון כלל ישראל" אוואו דארט האט ער געשריבן די פריערדיגע תקופות ביז אהער.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 17, 2012 11:34 am
דורך אויפריכטיג
אהא, דאס האב איך נישט געוואוסט אז ער האט שוין א בוך געשריבן בעפאר.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 17, 2012 11:36 am
דורך אויפריכטיג
פריילאך האט געשריבן:א הערליך נייע ספר פון ידידינו הרב גראדער, אויף די סדרות פון בראשית איז ערשינען.

גיימער עס איינהאדלען פשוט אלץ הכרת הטוב פאר גראדער.

לפי דעתי איז די בראשית סדרות מדרש, געווען בעסער ווי די יציאת מצרים.

נעכטן באמערקט אין ספרים געשעפט דעם בוך. אינטערעסאנט אז ידידינו הרב גראדער האט נישט געעפענט א פרישן אשכול מיט די גוטע בשורה אזוי ווי ער האט געטאן ביי ממצרים גאלתנו.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 17, 2012 11:52 am
דורך גראדער
יא געעפנט, אבער מאיזה סיבה האט איינער פון די מנהלים עס אריינגעשליידערט אין די אינטערשטע פאליצע פון א צווייטן פארשטויבטן אשכול.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 17, 2012 12:14 pm
דורך אויפריכטיג
גראדער האט געשריבן:יא געעפנט, אבער מאיזה סיבה האט איינער פון די מנהלים עס אריינגעשליידערט אין די אינטערשטע פאליצע פון א צווייטן פארשטויבטן אשכול.

מיר פאדערן גערעכטיגקייט!

מנהלים, קומטס אריין.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2012 10:03 pm
דורך געלעגער
וואס איז די רעדע פון?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2012 11:28 pm
דורך יוראפ
נע, פשוט מ'האט געזוכט א מנהל...

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2012 11:42 pm
דורך למעלה משבעים
געלעגער האט געשריבן:וואס איז די רעדע פון?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 04, 2013 10:42 am
דורך פריילאך
די ראטה פארלאג, וואס רובו איז פון די מעלות, גיבט ארויס הערליכע סחורה, וואס איז ראוי לעלות על שלחן מלכים.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 11, 2013 11:48 am
דורך פריילאך
.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 11, 2013 12:55 pm
דורך שוועמל
ווייסט עמיצער פון ביכלעך פאר מיידלעך 9+, נישט סתם מעשהלעך נאר מיט קלוגע תוכן ווי למשל פראזן זאצן חשבונות ידיעות אד"ג, עפעס וואס זאל זיי באפרידיגן, מאכן טראכטן, און באשעפטיגן.

דאנקע

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 11, 2013 1:04 pm
דורך יהיה כן
שוועמל האט געשריבן:ווייסט עמיצער פון ביכלעך פאר מיידלעך 9+, נישט סתם מעשהלעך נאר מיט קלוגע תוכן ווי למשל פראזן זאצן חשבונות ידיעות אד"ג, עפעס וואס זאל זיי באפרידיגן, מאכן טראכטן, און באשעפטיגן.

דאנקע


ס'יז דא א ביכל וואס הייסט 'קנאקעדיג'ס'
פרעג אין געשעפט, דארף זיין צוויי חלקים

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 11, 2013 1:49 pm
דורך שוועמל
שוין געליינט.
נאך עפעס?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 22, 2013 12:41 am
דורך שתוקא בתרין
יהיה כן האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:ווייסט עמיצער פון ביכלעך פאר מיידלעך 9+, נישט סתם מעשהלעך נאר מיט קלוגע תוכן ווי למשל פראזן זאצן חשבונות ידיעות אד"ג, עפעס וואס זאל זיי באפרידיגן, מאכן טראכטן, און באשעפטיגן.

דאנקע


ס'יז דא א ביכל וואס הייסט 'קנאקעדיג'ס'
פרעג אין געשעפט, דארף זיין צוויי חלקים

שהכל ברא לכבודו פון הרב מייזעלס פון מאנטרעאל, זייער באלערנד פיל מיט ידיעות און גאר אינטרעסאנט. מיינע קינדער האבן עס, און איך ווער נתפעל פון פארשידענע זאכן וואס איך הער פון זיי, און איך פרעג זיי: פון וואו ווייסטו דאס? און דער ענטפער איז: איך האב עס געליינט אין שהכל ברא לכבודו.
בכלל איז הרב מייזעלס א שטארקע מלקט כידוע

ספרים אויף אידיש

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 11:12 am
דורך לכאורה
לכבוד חנוכה איז ערשינען א פרישער ספר אויף אידיש מיטן נאמען "להודות ולהלל", פארפאסט דורך הרב יואל מענדלאוויטש מו"ץ בקרית יואל (ב"ר עקיבא מרדכי). איך בין שוין לאנג נישט אזוי נתפעל געווארן פון א פריש ספר'ל, איך האב מיך אראפגעזעצט דערצו און נישט ארויסגעלאזט פון האנט ביזן אנקומען צום דעקל פון די אנדערע זייט.

דער ספר איז די צווייטע אין די סעריע פון הלכה ספרים אויף אידיש דורך דעם מחבר, דאס ערשטע הייסט "כתיבה וחתימה טובה" און איז אויף חודש תשרי. די פרישע חיבור איז אויף די חדשים פון כסלו און טבת, און אויסער די הלכות חנוכה באריכות, ווידמעט דער מחבר א חשוב'ער טייל פונעם ספר אויף דינים פון ניטל, עבודה זרה (צב"ש האלטן דאלי'ס אין שטוב, מאלעווען בילדער פון מענטשן א.ד.ג., האנדלן מיט גוים ביום אידם), און ביי די ימי השובבי"ם האט ער א מייסטערהאפטיגע פרק אויף הלכות שמירת עינים.

איך בין זייער סענסיטיוו צו אידישע ספרים, צב"ש איין פרישע אידישער חיבור האב איך געבליקט בלויז אויף די ערשטע צוויי בלעטער און נישט געקענט ממשיך זיין צוליב די שלעכטע אויסלייגן און סתם טעותים וואס זענען אריינגעפאלן. אבער דער "להודות ולהלל" האט מיך ממש געכאפט! איך האב געבלעטערט און געבלעטערט, געלערנט אויבן און אונטן, פון אנהייב, מיטן און סוף, און איך האלט איידערן טרעפן אפילו איין שלעכטע אויסלייג! איך בין ממש פארגאפט.

אויב זוכט איר איינצוהאנדלן א גרינג ספר'ל פאר זיך אדער די קינדער דעם חנוכה סעזאן, וואלט איך געראטן דעם להודות ולהלל. עס איז היימיש (גראדע שטארק סאטמאר'יש אויך... עיין שם), אידיש, חסיד'יש, און גראמאטיש אויסגעהאלטן.

----
איך האב קיין שום שייכות דירעקט אדער אומדירעקט מיטן מחבר, דאס איז בלויז דער אפשאצונג פון איין זעלבסטשטענדיגער איד.

ליכט שטראלן - חלק ב'

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 02, 2013 10:36 am
דורך זארג נישט
ליכט שטראלן - חלק ב'
לעצטענס געזעהן אז עס איז שוין ארויסגעקומען די צווייטער באנד פון די ליכט שטראלן, יא דאס וואס מיר פלעגן האלטן אונטערן קישן אין די יונגע יארן.
אויסערליך קוקט עס אויס א פיל שענערע און בעסערע ארבעט ווי די ערשטער באנד (נישט אז די ערשטע איז אוועקצומאכן, אבער מיר האט עס נישט אזוי געכאפט). גאר שיין און הערליך איבערגעארבעט מיטא פליסיגן אידיש.
צווישן אנדערע ווערט פארציילט צווישן די קירבות פונעם ריזשענער זי"ע און אפטער רב זי"ע. אויך א גאר אונטערסאנטע מעשה פון די צווייטע וועלט מלחמה ועוד, און אויך אסאך פאעזיעס און לידער.