נייע ספרים און ביכער אויף אידיש

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

תגובהדורך לכל זמן » פרייטאג ינואר 13, 2012 1:20 am

געזען לעצטנס אויף די פאליצעס א פרישע ביכל מיט'ן נאמען: די באן פארט ווייטער פון א. נייבוים.
איז עס די זעלבע שרייבערין ווי א. נייבוים אין מעלות?
עת לקרות | ועת לתגוב

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

א נייע בוך ערשינען מיט'ן נאמען "הראשונים כמאלכים"

תגובהדורך חייקל » זונטאג ינואר 15, 2012 2:35 pm

פעדער האט געשריבן:א נייע בוך ערשינען מיט'ן נאמען "הראשונים כמאלכים", זייער שיין פארציילט אלע תלמידי בעל שם און אראפ, גייט צו מיט א כראנאלאגישן סדר, פונקטליך זייער יחוס, וואו זיי האבן געוואוינט, וואו אלץ זיי האבן משמש געווען ברבנות, אין קורצן, זייער לעבנס ביאגראפיע, און עטליכע קליינע מעשה'לעך. און אזוי ווייטער און ווייטער, אזוי אויך ברענגט ער צו מאפעס פון איבעראל, כדי מען זאל וויסן אפ' היינט וויאזוי צו דערגרייכן אהין.

בעיקר, איז עס א געוועלדיגע אויפטוה, ווייל ענדליך איז איינער ארויסגעקומען מיט א גענויען סדר, ווער און וועמענס תלמיד יעדער איז געווען , אזוי אז די יונגווארג זאלן האבן עפעס א מושג, וויאזוי די תורה און חסידות איז אריבער פון איין רעבי'ן צום צווייטן. פון איין דור צום קומענדיגען. און אביסל האבן א אהנונג אין די הייליגע שטעטלאך און דערפעלאך ווי אונזערע רבי'ס און אור עלטערען האבן געדינט דעם בורא.


איך האב הערשט גאנץ לעצטענס באגעגענט דעם ביכל צום ערשטן מאל כאפענדיג א מנחה אין עפעס א כולל, און כ'האב אויך באוואונדערט די שיינקייט און קלארקייט פון די ארבייט.

כ'האב דאס עפעס נישט געזעהן אדווערטייזט געהעריג.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג ינואר 16, 2012 4:08 am

יא, אויך געזעהן דעם ביכל-ספר, און פון א איין מינוט'יגען בליק וועלכען איך האב אים געשענקט, קוקט ער מיר אויס צו זיין א גוטער ארבעט. ער איז ארויף אויף מיין רשימה פון ספרים-ביכלעך וועלכע מען גייט זיך איינהאנדלען אי"ה לכשירחיב.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 3:05 pm

א הערליך נייע ספר פון ידידינו הרב גראדער, אויף די סדרות פון בראשית איז ערשינען.

גיימער עס איינהאדלען פשוט אלץ הכרת הטוב פאר גראדער.

לפי דעתי איז די בראשית סדרות מדרש, געווען בעסער ווי די יציאת מצרים.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 6:20 pm

שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 11:46 am

איך זעה נישט באריכטעט דעם נייעם בוך אויף אידיש בשם 'דער אייביגער פאלק' האט דאס איינער דורכגעליינט, איז דאס גוט און מקוריות'דיג?
צוגעלייגטע
IMG00630-20121212-0915.jpg

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 11:47 am

מיללער האט געשריבן:איך זעה נישט באריכטעט דעם נייעם בוך אויף אידיש בשם 'דער אייביגער פאלק' האט דאס איינער דורכגעליינט, איז דאס גוט און מקוריות'דיג?

viewtopic.php?f=54&t=18427
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 12:02 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איך זעה נישט באריכטעט דעם נייעם בוך אויף אידיש בשם 'דער אייביגער פאלק' האט דאס איינער דורכגעליינט, איז דאס גוט און מקוריות'דיג?

viewtopic.php?f=54&t=18427


יישר-כחכם

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » פרייטאג דעצמבער 14, 2012 12:37 pm

וואס איז פשט פון דעם פראז "פארגעזעצט דורך די תקופות הגאונים און תקופות הראשונים ביזן היינטיגן טאג"?

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מוצ"ש דעצמבער 15, 2012 11:13 pm

פונעם פריערדיגן בוך זיינעם "די היסטאריע פון כלל ישראל" אוואו דארט האט ער געשריבן די פריערדיגע תקופות ביז אהער.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג דעצמבער 17, 2012 11:34 am

אהא, דאס האב איך נישט געוואוסט אז ער האט שוין א בוך געשריבן בעפאר.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג דעצמבער 17, 2012 11:36 am

פריילאך האט געשריבן:א הערליך נייע ספר פון ידידינו הרב גראדער, אויף די סדרות פון בראשית איז ערשינען.

גיימער עס איינהאדלען פשוט אלץ הכרת הטוב פאר גראדער.

לפי דעתי איז די בראשית סדרות מדרש, געווען בעסער ווי די יציאת מצרים.

נעכטן באמערקט אין ספרים געשעפט דעם בוך. אינטערעסאנט אז ידידינו הרב גראדער האט נישט געעפענט א פרישן אשכול מיט די גוטע בשורה אזוי ווי ער האט געטאן ביי ממצרים גאלתנו.

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מאנטאג דעצמבער 17, 2012 11:52 am

יא געעפנט, אבער מאיזה סיבה האט איינער פון די מנהלים עס אריינגעשליידערט אין די אינטערשטע פאליצע פון א צווייטן פארשטויבטן אשכול.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג דעצמבער 17, 2012 12:14 pm

גראדער האט געשריבן:יא געעפנט, אבער מאיזה סיבה האט איינער פון די מנהלים עס אריינגעשליידערט אין די אינטערשטע פאליצע פון א צווייטן פארשטויבטן אשכול.

מיר פאדערן גערעכטיגקייט!

מנהלים, קומטס אריין.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג דעצמבער 18, 2012 10:03 pm

וואס איז די רעדע פון?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג דעצמבער 18, 2012 11:28 pm

נע, פשוט מ'האט געזוכט א מנהל...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג דעצמבער 18, 2012 11:42 pm

געלעגער האט געשריבן:וואס איז די רעדע פון?

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג נובעמבער 04, 2013 10:42 am

די ראטה פארלאג, וואס רובו איז פון די מעלות, גיבט ארויס הערליכע סחורה, וואס איז ראוי לעלות על שלחן מלכים.
צוגעלייגטע
Picture1.gif
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג נובעמבער 11, 2013 11:48 am

.
צוגעלייגטע
Picture2.gif
Picture1.gif
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג נובעמבער 11, 2013 12:55 pm

ווייסט עמיצער פון ביכלעך פאר מיידלעך 9+, נישט סתם מעשהלעך נאר מיט קלוגע תוכן ווי למשל פראזן זאצן חשבונות ידיעות אד"ג, עפעס וואס זאל זיי באפרידיגן, מאכן טראכטן, און באשעפטיגן.

דאנקע
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג נובעמבער 11, 2013 1:04 pm

שוועמל האט געשריבן:ווייסט עמיצער פון ביכלעך פאר מיידלעך 9+, נישט סתם מעשהלעך נאר מיט קלוגע תוכן ווי למשל פראזן זאצן חשבונות ידיעות אד"ג, עפעס וואס זאל זיי באפרידיגן, מאכן טראכטן, און באשעפטיגן.

דאנקע


ס'יז דא א ביכל וואס הייסט 'קנאקעדיג'ס'
פרעג אין געשעפט, דארף זיין צוויי חלקים

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג נובעמבער 11, 2013 1:49 pm

שוין געליינט.
נאך עפעס?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 16, 2013 11:01 pm

תגובהדורך שתוקא בתרין » פרייטאג נובעמבער 22, 2013 12:41 am

יהיה כן האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:ווייסט עמיצער פון ביכלעך פאר מיידלעך 9+, נישט סתם מעשהלעך נאר מיט קלוגע תוכן ווי למשל פראזן זאצן חשבונות ידיעות אד"ג, עפעס וואס זאל זיי באפרידיגן, מאכן טראכטן, און באשעפטיגן.

דאנקע


ס'יז דא א ביכל וואס הייסט 'קנאקעדיג'ס'
פרעג אין געשעפט, דארף זיין צוויי חלקים

שהכל ברא לכבודו פון הרב מייזעלס פון מאנטרעאל, זייער באלערנד פיל מיט ידיעות און גאר אינטרעסאנט. מיינע קינדער האבן עס, און איך ווער נתפעל פון פארשידענע זאכן וואס איך הער פון זיי, און איך פרעג זיי: פון וואו ווייסטו דאס? און דער ענטפער איז: איך האב עס געליינט אין שהכל ברא לכבודו.
בכלל איז הרב מייזעלס א שטארקע מלקט כידוע

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

ספרים אויף אידיש

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 11:12 am

לכבוד חנוכה איז ערשינען א פרישער ספר אויף אידיש מיטן נאמען "להודות ולהלל", פארפאסט דורך הרב יואל מענדלאוויטש מו"ץ בקרית יואל (ב"ר עקיבא מרדכי). איך בין שוין לאנג נישט אזוי נתפעל געווארן פון א פריש ספר'ל, איך האב מיך אראפגעזעצט דערצו און נישט ארויסגעלאזט פון האנט ביזן אנקומען צום דעקל פון די אנדערע זייט.

דער ספר איז די צווייטע אין די סעריע פון הלכה ספרים אויף אידיש דורך דעם מחבר, דאס ערשטע הייסט "כתיבה וחתימה טובה" און איז אויף חודש תשרי. די פרישע חיבור איז אויף די חדשים פון כסלו און טבת, און אויסער די הלכות חנוכה באריכות, ווידמעט דער מחבר א חשוב'ער טייל פונעם ספר אויף דינים פון ניטל, עבודה זרה (צב"ש האלטן דאלי'ס אין שטוב, מאלעווען בילדער פון מענטשן א.ד.ג., האנדלן מיט גוים ביום אידם), און ביי די ימי השובבי"ם האט ער א מייסטערהאפטיגע פרק אויף הלכות שמירת עינים.

איך בין זייער סענסיטיוו צו אידישע ספרים, צב"ש איין פרישע אידישער חיבור האב איך געבליקט בלויז אויף די ערשטע צוויי בלעטער און נישט געקענט ממשיך זיין צוליב די שלעכטע אויסלייגן און סתם טעותים וואס זענען אריינגעפאלן. אבער דער "להודות ולהלל" האט מיך ממש געכאפט! איך האב געבלעטערט און געבלעטערט, געלערנט אויבן און אונטן, פון אנהייב, מיטן און סוף, און איך האלט איידערן טרעפן אפילו איין שלעכטע אויסלייג! איך בין ממש פארגאפט.

אויב זוכט איר איינצוהאנדלן א גרינג ספר'ל פאר זיך אדער די קינדער דעם חנוכה סעזאן, וואלט איך געראטן דעם להודות ולהלל. עס איז היימיש (גראדע שטארק סאטמאר'יש אויך... עיין שם), אידיש, חסיד'יש, און גראמאטיש אויסגעהאלטן.

----
איך האב קיין שום שייכות דירעקט אדער אומדירעקט מיטן מחבר, דאס איז בלויז דער אפשאצונג פון איין זעלבסטשטענדיגער איד.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

ליכט שטראלן - חלק ב'

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג דעצמבער 02, 2013 10:36 am

ליכט שטראלן - חלק ב'
לעצטענס געזעהן אז עס איז שוין ארויסגעקומען די צווייטער באנד פון די ליכט שטראלן, יא דאס וואס מיר פלעגן האלטן אונטערן קישן אין די יונגע יארן.
אויסערליך קוקט עס אויס א פיל שענערע און בעסערע ארבעט ווי די ערשטער באנד (נישט אז די ערשטע איז אוועקצומאכן, אבער מיר האט עס נישט אזוי געכאפט). גאר שיין און הערליך איבערגעארבעט מיטא פליסיגן אידיש.
צווישן אנדערע ווערט פארציילט צווישן די קירבות פונעם ריזשענער זי"ע און אפטער רב זי"ע. אויך א גאר אונטערסאנטע מעשה פון די צווייטע וועלט מלחמה ועוד, און אויך אסאך פאעזיעס און לידער.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט