בלאט 1 פון 1
ספר 'פרי העץ' לר"י מודערן מסיגוט זצ"ל
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 04, 2009 10:32 am
דורך מיללער
נעכטן געזעהן א נייע אויפלאגע פון ספר 'פרי העץ' על הספר בראשית להרה"ק ר' יהודא מודערן מסיגוט נכד התרומות הכרי זצ"ל, דער ספר אנהאלט א לענגערע מדור איבער זיינע תולדות ותולדות משפחת כהנא מסיגוט ווי דער מחבר איז געווען א איידעם און מחותן.
דער ספר האט געדרוקט הרה"ח ר' משה ארי' ב"ר שמואל זאנוויל כהנא מוומ"ס נכה"מ, עס איז א געלונגענער ארבעט תחזקנה ידיו.
נ.ב. איך ווייס נישט צו עס איז פארהאן אויך אויף די אנדערע ספרים עה"ת. עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז להשלמת התולדות האט דער מחבר אסאך גענאשט פון דעם 'ספר היזכור לעיר סיגוט' וואס ער שרייבט ארויס, און אויך פון Jewish Gen וועם ער פארגינט נישט די קרעדיט נאר ער שרייבט בערך אזוי: "הדברים ששאבנו ממקורות אחרים צויני כJG" גיי ווייס פארוואס ער קיין נישט שרייבען נארמאל.
אז מ'רעדט שוין, אין שטאט סיגוט איז פארהאן א באזונדערע אוהל למשפחת כהנא, זעה בילד:
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 04, 2009 10:57 am
דורך farshlufen
מיללער, מ'פלעגט צו זאגן אויף דעם ספר...........
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 04, 2009 3:07 pm
דורך ביקסאד
מיללער האט געשריבן:נעכטן געזעהן א נייע אויפלאגע פון ספר 'פרי העץ' על הספר בראשית להרה"ק ר' יהודא מודערן מסיגוט נכד התרומות הכרי זצ"ל, דער ספר אנהאלט א לענגערע מדור איבער זיינע תולדות ותולדות משפחת כהנא מסיגוט ווי דער מחבר איז געווען א איידעם און מחותן.
א דריטל באנד אנטהאלט די תולדות,
וועלן מיר זעהן צו ער וועט אויך קאנען צו טיילן די איבעריגע חומשים יעדע איינע אין באזונדערע בענדער,
איין האלבע באנד איז מן הסתם שוין רעזערווירט פאר מפתחות.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 1:15 pm
דורך מיללער
יוסלמאן האט געשריבן:ס' פרי העץ עה"ת פון הגה"ץ רבי יהודה מודרן מסיגוט זצ"ל. אינעם ספר איז נכלל זיינע תולדות.
שוין דערמאנט באריכות אויבן
תולדות הגאון מהר"י מודרן זצ"ל אין ספר פרי העץ
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 16, 2009 10:51 am
דורך כהנא
סאיז יעצט ארויסגעקימען די ספר פרי העץ פין הגאון רבי יהודה מודרן זצוק"ל פין סיגוט. סאיז דא אסאך חידושים אין זיין תולדות בפרט זיין שייכות צי איהעל (ישמח משה) אין סיגוט. אויך זיין שייכות צום יטב לב זי"ע.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 18, 2009 10:01 am
דורך כהנא
ביקסאד האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:נעכטן געזעהן א נייע אויפלאגע פון ספר 'פרי העץ' על הספר בראשית להרה"ק ר' יהודא מודערן מסיגוט נכד התרומות הכרי זצ"ל, דער ספר אנהאלט א לענגערע מדור איבער זיינע תולדות ותולדות משפחת כהנא מסיגוט ווי דער מחבר איז געווען א איידעם און מחותן.
א דריטל באנד אנטהאלט די תולדות,
וועלן מיר זעהן צו ער וועט אויך קאנען צו טיילן די איבעריגע חומשים יעדע איינע אין באזונדערע בענדער,
איין האלבע באנד איז מן הסתם שוין רעזערווירט פאר מפתחות.
די ד"ת איז שצ"ג דפים, דו תולדות איז ס"ט דפים.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 18, 2009 10:05 am
דורך כהנא
farshlufen האט געשריבן:מיללער, מ'פלעגט צו זאגן אויף דעם ספר...........
איך בין זיכער אז די קענסט טרעפען אזעלכע זאכן (jokes) אויך אויפען גר"א זי"ע אין די יעב"ץ זי"ע וכדומה. קיק אריין אין די תולדות וועסט זען אז קדושים וטהורים וקנאים האבען זיך משתעשע געווען מיטן ספר.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 23, 2009 11:06 am
דורך ברוקלין
איך בין א קרוב צי הגה"ק ר' יהודה מודרן, אפשר מיין עדות איז נישט אזוי שטארק, אבער איך ברויך זאגען אז דער פרי העץ אז א הפלאדיגער ספר. איך ווי איך הער אז יעדער וואס קיקט אריין איז מורידיג נתפעל, אין סאיז א א מיחודיגער ספר.
די דרך פינעם ספר איז א מיזוג פין דרוש אזוי יערות דבש, קבלה אויפען אופן ווי פרי צדיק אין שם משמואל, ווארימע שטיקלעך חסידות אזוי חסידישע ספרים. אין אסאך בקיאות.
עס איז דא אסאך רעיונות ומחשבה (לומדות מסביר צי זיין עניני אגדה) אזוי ספרי מהר"ל.
אין אויך איז ער אסאך מאריך (כמבואר ברמב"ן ואוחה"ק ועוד) אז א יוד עפ"י טבע ציט צום השי"ת (אין אויך אלע אנדערע בע"ח אין א געוויסע זין). אין וועגען דעם פילט ער זיך גיט ווען ער טיט צי דער זאך (רצון השי"ת) אין ער פילט שלעכט ווען ער טיט נישט גיט.
אין סדר בראשית איז דער מחבר אסאך מאריך בענין כל דבר מתפעל מהפכו (א יעדע זאך ווער אקטיוו דורכן פארקערטע). אין וועגען דעם למשל איז דא עליות וירידות כדי דער מענטש זאל זיין א הולך ומחדש, אין נישט ווי א מלאך וואס האט נישט קיין עליות וירידות וועגען דעם איז ער א עומד.
אויך איז ער מסביר דארט די גמרא: הוא (אברהם) אמר קמח, והיא (שרה) אמרה סולת, מכאן שאשה עינה צרה באורחין. יעדער פרעגט אדרבה סולת איז מער? איז ער מסביר וויבאלד אברהם אע"ה איז געווען די מרכבה והמקור לחסד כידוע, אין שרה אע"ה האט געגעבן מער ביז די אנדערע עק, ע"כ איז עס געקימען מצד שאשה עינה צרה באורחין ועקרה המדה ומפעלה מהפכו.
די ספר איז א גיטע לשון וואס פארט גאנץ גיט, אבער אסאך מאל איז ער מקצר.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 27, 2009 5:15 pm
דורך א טענצל!
לידיעה בעלמא: אין די הקדמה שרייבט ער אז פון "תמני שני" האט ער זוכה געווען לקבל לקח מפיו הק' פונעם חת"ס, וועלכער האט אים ליב געהאט ווי א אייגן קינד.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 8:39 am
דורך ברוקלין
אעתיק מספר פרי העץ(תולדות):
הגאון ר' מנחם מענדל מרגליות זצ"ל אב"ד הארינטש, במכתבו שבספר זכרון למשה (מכתבים סי' כא אות ט) כותב וז"ל בערך: והנה אם כי רוב ככל בני הישיבה של מרן [הח"ס] ז"ל לא היו צעירים בשנים, רק מבני י"ח ולמעלה... אין למדין מן הכללות, כי נמצא שם גם צעירים כמו הגאון בעל קול ארי' זל"ה, שתיכף אחר הבר מצוה נעלה להיות ג"כ נמנה בין חשובי התלמידים... ודכוותא טובא בחורים מופלאים עילוים צעירים. והיותר צעיר בין התלמידים נודע לנו היה חמי זקיני הגאון החריף מו"ה יודא מודרן זצ"ל כי היה יושב בלימוד השיעור בהיותו בן תשעה שנים... ע"כ.
מבין התלמידים שנכנסו לישיבת הח"ס זצ"ל בגיל צעיר, היה הגאון רבי אליעזר זוסמאן סופר זצ"ל אבד"ק פאקש (יליד פרשבורג) שנכנס בהיותו בן י"א שנה (הקדמה לספר המקנה); הגאון רבי חיים צבי מאנהיימער זצ"ל אבד"ק אונגוואר שנכנס בהיותו קרוב לבר מצוה (הקדמה לספר עין הבדולח); הגאון רבי אברהם שאג זצ"ל אבד"ק קויבערסדארף בהיותו קרוב לבר מצוה (ספר לפיד אש דף ח); הגאון רבי משה שיק זצ"ל אבד"ק חוסט בהיותו בן י"ד שנה (ספר זכרון למשה דף פח). ע"ע בספר להורות נתן ח"ג.
פרי העץ
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 15, 2011 2:04 pm
דורך ברוקלין
יעצט ארויסגעקימן ספר פרי העץ על סדר ויקרא, כמעשהו בראשונה וכו'