בלאט 1 פון 1

ספרים מיוסדים על שירה ופיוטים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 7:45 am
דורך יוסלמאן
כידוע אז אין די טעג צווישן יום הקדוש אין סוכות האט דער הייליגער חתם סופר מחבר געווען זיינע שירים און זמירות. קען איינער ארויפלייגן די פיוטים אז דער עולם זאל עס קענען לערנען און פארשטיין יעדעס ווארט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 9:51 am
דורך מיללער
יוסלמאן,
דער ספר הייסט 'שירי משה' היברו בוקס-האט עס נישט, עס וואלט בכלל געווען אינטערעסאנט צו שמועסן פון גדולים ורבנים וועלכע האבן אויך מחבר געווען שירים ופיוטים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 10:14 am
דורך יוסלמאן
ישר כוח מילער. ס'איז דא עפעס אויך פון ר' שמעון סופר'ס פיוטים. אין רבינו שמעון סופר האט ער - פארשטייט זיך - א קאפיטעל איבער זיינע שיורים און ער ברענגט אביסל, פלאי פלאים. ווי הייסט דער ספר? קען מען עס ערגעץ באקומען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 11:16 pm
דורך שוטה
דער חת"ס האט אויך מחבר געווען א ניגון פאר יעדע פון זיינע פיוטים, עס איז נאך דא היינט ביי די אייניקלעך [אויך איז דא ביי זיי זיין ניגון אויפן פיוט צמאה לך נפשי].

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 1:19 pm
דורך שעפטיל
אינטערסאנט אז דער חתם סופר האט מחבר געווען ניגונים, ווי קען מען דאס הערן?
מען זאגט דאך נאך אז ער וואלט אוועקגעגעבן האלב פון זיין כח התורה צו קענען אביסל און פארשטיין חכמת הנגינה. (פון סאטמאר רבי זצ"ל זאגט מען נאך אז דאס איז נישט אמת)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 6:00 pm
דורך פרייליכערהייט
שוטה האט געשריבן:דער חת"ס האט אויך מחבר געווען א ניגון פאר יעדע פון זיינע פיוטים, עס איז נאך דא היינט ביי די אייניקלעך [אויך איז דא ביי זיי זיין ניגון אויפן פיוט צמאה לך נפשי].

צמאה לך נפשי מיינסטו, אדער ביזט דיך טועה מיט צמאה נפשי לאלוקים, וואס כידוע האט דער הייליגער חת"ס נאר דאס געזונגן פרייטאג צונאכטס,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 8:21 pm
דורך scy4851
מיללער האט געשריבן:יוסלמאן,
דער ספר הייסט 'שירי משה' היברו בוקס-האט עס נישט, עס וואלט בכלל געווען אינטערעסאנט צו שמועסן פון גדולים ורבנים וועלכע האבן אויך מחבר געווען שירים ופיוטים.


קארעקשען.
דער ספר הייסט 'שירת משה' און עס געפינט זיך אויף היברובוקס
http://www.hebrewbooks.org/35195

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקען אויף פעידש 18 א שיר וואס דער הייליגער חת"ם סופר האט מחבר געווען חה"מ סוכות
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=18

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 8:23 pm
דורך קארל
אן אינטערעסאנטער ספר וואס איז מיוסד אויף פיוטים וואס איז נתחבר געווארן דורך דעם באוואוסט פייטן עמנואל מרומי.
איידער איר קוקט אריין דערין זייט געווארנט אז אין שו"ע שטייט מפורש אז מען טאר אין דעם ספר נישט אריינקוקן. או"ח סי ש"ז סעי' ט"ו:
מליצות ומשלים של שיחות חולין ודברי חשק כגון ספרי עמנואל אסור לקרות בהם בשבת, ואף בחול אסור, משום מושב לצים

http://hebrewbooks.org/33276

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 23, 2009 7:37 am
דורך יוסלמאן
טא פארוואס ברענגט איר א ספר וואס איז נגד שו"ע?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 23, 2009 9:59 am
דורך קארל
וואספארא פראגע?
איר קענט דאך זען דעם שער בלאט, בלעטערן דערין אן לייענען, וכדומה. איז נישט אינטערעסאנט צו זען א ספר וואס האט זוכה געווען צו א הזכרה אינעם שו"ע?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 23, 2009 12:04 pm
דורך קרעמער
איך האב אמאל געזען דעם ספר ביי איינעם אין שטוב, עס איז געווען אן אנטיק אין עלטער פון 3-400 יאר, אבער יענער האט נישט געלאזט בליקן דערין צוליב אזהרת השו"ע.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 23, 2009 2:55 pm
דורך שעפטיל
איך מיין די מנהלים זאלן מאכן א באזונדערן אשכול איבער די ספרי עמנואל.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 02, 2009 8:45 am
דורך פרעגער
ספר 'דיואן' מאת ר' שמואל הנגיד זצ"ל
הספר מחולק לשלשה חלקים: בן תהלים, בן משלי, בן קהלת.
בן תהלים - ר"י שירים, בן משלי - אלף קכ"ו שירים, בן קהלת - אלף תשמ"ג שירים.
השירים הם בעיקר מוסר לאדם איך לנהל חיותו.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 03, 2009 1:57 pm
דורך א טענצל!
כ'האב אנומעלט געזעהן אין ס' שו"ת חות יאיר (חלק ב' סי' רל"ח) פארשידענע פיוטים און שירים וואס ער האט מחבר געווען.