בלאט 1 פון 1

ספרים הקדושים מתלמידי בעש"ט הקדוש

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:42 pm
דורך פייער
יארען צוריק איז ארויס געקומען דאכטזיך מיר פון איינער גאלדשטיין
עטליכע איך מיין דרייסיג צו פערציג צוזאמענגענומענע ספרים פון תלמידי בעש"ט - קלענרע ספרים וואס עס איז נישט אזוי בנמצא

גלייכצייטיג דארט איז געווען פון אסאך גדולי הספרד - וואס האבען געהאט קיין שיכות מיטען בעל שם הקדוש

אבער דאך אויפען דעקעל איז געשטאנען מלתמידי בעש"ט
הכלל -ווייסט איימיצער ווי מען קען באקומען די ספרים -ווייל עס איז געווען א סאך געשמאקע ספרים דארט (כ'האב עס שוין לאנג נישט געזען..)

ישר כח למפרע
פייער

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:57 pm
דורך ביקסאד
איבער הונדערט בענדער.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 10:15 pm
דורך פייער
כ'האס דאס נישט געוויסט אז אזויפיל

עס ליגט א סאך ארבעט צו טרעפען די אלע ספרים איז נישט קיין גרינגע ארבעט..
הכלל ווי איז דאס בנמצא..

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 10:30 pm
דורך ביקסאד
ביי ר' הילל גאלדשטיין הי"ו.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 11:21 pm
דורך מיללער
ר' הלל האט אנגעהויבען מיט ספרים מתלמידי בעשה"ק און שפעטער געטוישט צו 'ספרים קדושים' בכלל, בשעתו האט ער געטאן א געוואלדיגע חסד צושטעלנדיג די ספרים פאר צוגענגליכע פרייזן און ערלויבנדיג פאר מענטשן צו שאפען אזעלכע ספרים גרינגערהייט, למעשה איז ער היבש געגאנגען אן קיין סדר אדער פלאן וואס האט אביסל שווער געמאכט צו וויסען וואו ליגט וואס אבער כאמור איז דאס נישט ממעט דעם זכות פון הרה"ח בנש"ק ר' הילל גאלדשטיין שליט"א בעל הוצאת ספרים 'בית הילל' ע"ש זקנו הרה"ק ר' הילל קאלאמייער זצוק"ל.

אלס א דוגמא, דעם ספר 'היחס מטשערנאבל' ביז היברו-בוקס איז נישט צושטאנד געקומען אדער אין ביהמ"ד, איז דאס מיר שוין צוניץ געקומען צענדליגער מאל, וואס כמדומה איז דאס קיינמאל נישט אפיציעל איבערגעדרוקט געווארן נאר דורך 'בית הילל'.

ומצדיקי הרבים ככוכבים לעולם ועד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 2:03 pm
דורך יוסלמאן
במקום שאין היברו-בוקס יש ספרים הקדושים. ווען אימער איר ווילט נישטערן אין זוכן דרייט אייך לעבן ר' הלל'ס ספרים הקדושים. מ'האמיר ב"ה די גאנצע סעט און ס'איז א עונג רוחני וגשמי. אין א וועג איז באטעמטער צו מישן א הארטע דעקל ווי אין ארויסגעפרינטע פעפער'ס םון היברו-בוקס. בעסר פון אלעם, די אידענע מיינט אז מ'לערנט... שטער נישט טאטי פון לערנען...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 2:13 pm
דורך יהיה כן
אמרי שפר אין וומבס"ג האט זייער אסאך בענדער דערפין