בלאט 1 פון 1

נ"ך באשרייבונג פון חיים שויס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2009 9:42 pm
דורך שוועמל
איך זוך צו באקומען די בענדער פון חיים שויס וואס האט געשריבן אויף אידיש די נביאים ראשונים און אחרונים.

זיינע ווערק זענען געשריבן פון א היסטארישן, אידעאלאגישן, קולטורעלישן און גייסטליכן שטאנדפונקט וואס איז מקיף דאס השתלשלות פון די נביאים און זייערע אויפטוען.
די פובלישונג איז דורך "פארבאנד ביכער פאדלאג" און דער ארגאניזאציע דוכט זיך "אידישע ארבעטער פארבאנד אין אמעריקע". געדרוקט בערך אין די יארן נאכן קריג.

אויב עמיצער פארמאגט די בענדער, אדער ווייסט ערגעץ אונליין ביטע מודיע זיין.
א דאנק

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2009 10:02 pm
דורך צדיק מושל
איר ווייסט וואס ייוו"א באדייט ?
מדקדקים בקלה כבחמורה זיכער נישט,
איינער וואס טרעפט ביי זיי חן, אזוי אז זיי זאלן דרוקן זיינע ווערק,
איז צריך בדיקה אחריו, ווייניג געזאגט, ואם שגיתי השם הטוב יכפר בעדי וכו'.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2009 11:36 pm
דורך שוועמל
ווי קומט אריין דא ייוו"א?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 07, 2009 8:35 pm
דורך אברמלע דער עין יעקב יוד
שוועמל האט געשריבן:זיינע ווערק זענען געשריבן פון א היסטארישן, אידעאלאגישן, קולטורעלישן און גייסטליכן שטאנדפונקט


אוי וויי ס'שמעקט פון השכלה

שוועמל האט געשריבן:די פובלישונג איז דורך "פארבאנד ביכער פאדלאג" און דער ארגאניזאציע דוכט זיך "אידישע ארבעטער פארבאנד אין אמעריקע".

פון די נאמען אליינס וואלט איך געשטאנען אוועק אלפיים אמה...

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 13, 2013 12:53 am
דורך רבניש
שוואמעל קוקט אויס האסט עס געשאפט לסוף, ווייל די האסט איינגעריהט דא!

אלזא דערלאנג אהער, לאז א צווייטען אויך נהנה זיין, איך לעכטשע נאך גוטע תנ"ך ספרים,