הספר 'תשובות באנשי און' ונגדו הספר 'תוקף התלמוד'
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2009 5:44 pm
צוויי ספרים אויף היברו בוקס"
1) תשובות באנשי און
2) תוקף התלמוד
די צוויי ספרים זענען פארבינדען איינס מיטען אנדערען.
דאס ערשטע איז געדרוקט און פראנפארט בשנת תר"ה, און געשריבען דורך איינער 'ס. מ. ן.' (פאר סאם ריזען האט ער מורא געהאט ארויס צי שרייבען זיין נאמען)
דער 'תוקף התלמוד האט מיין שווער ע"ה זיידע געשריבען
ר' יצחק צבי מארגארעטען ז"ל אבדק"ק אבראהאם יצ"ו, אן איידעם געווען פון ר' חיים קיצע ז"ל גיסו של ר' עמרם חסידא ז"ל שעלה בסוף ימיו לא"י ונקבר בבית החיים הישן בצפת
דער ס"מ האט געשריבען זיין 'ביכעל' וויא ער באוואשט האלדהיים ורעיו.
דער האלדהיים איז אויפגעקומען מיט א המצאה וויא אזוי צי ערלעידיגען בשעת די חתונה אז אויב מעוועט דארפען א גט שפעטער, וועט מען קומען צי אוהם און ער וועט זאגען מותר לך מותר לך און שוין גע'גט. געבויט האט ער זיין חידוש אויף די גמרא 'כל דמקדש אדעתה דרבנן מקדש ואפקעינהו רבנן קידושין..' איז אויב בשעת די קידושין אינטערען חופה טוט מען עס על דעת האלרהיים ורעיו, קען ער מפקיעה זיין די קידושין און מען דארף נישט קיין גט.
אויף דעם האט ס"מ געשריבען דרייצען מכתבים אקעגען האלדהיים.
פון אויבען אויף זעהט אויס אז דער איז א גרויסער לוחם און נעמט זיך אהן פאר דברי חז"ל און ווארפט אף אלע טענות פון האלדהיים.
דערווייל אז מען קוקט און זיין דרייצענטע מכתב אהנפאנגענדיג פון פעידש 64 און ווייטער, ווערט בולט וואס פאר א שקץ ער אליינס איז געווען.
מיט זיינע בויך סברות, ווייזט ער אויף אז האלדהיים האט געמאכט א טעות און די גירסא פון די גמרא, נאך מער, מיר אלע האבען א טעות. דער ריכטיגע גרסא דארף זיין 'כל דמגרש אדעתה דרבנן מגרש ואפקעינהו רבנן לגרושין מיניה'
דער ספר 'תוקף התלמוד' איז געשריבען געווארען אויף צו ווייזען דאס אמת פון דעם ס"ם און אז ער איז דער זעלבער שקץ אוויא האלדהיים וריעיו