בלאט 1 פון 1

בעל סדר היום - ר' משה מכיר

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2009 2:20 pm
דורך איזאק
איך וואונדער מיך אויף מיר אליינס אז איך עפן א אשכול בכלל און אין בית סופריהם בפרט, אבער כ'האב נעכטן מיך באגעגענט מיט א אלטן ספר מיטן נאמען 'סדר היום' פון רבי משה ב"ר יה-ודה מכיר.

נאך קיינמאל נישט געהערט פון אים, אינעם שער בלאט שטייט אז ער איז געווען אין די צייטן פון אר"י הקדוש.

אבער א מורא'דיגע חידוש פאר מיר איז געווען וואס דארט שטייט אז פון אים שטאמט דאס וואס אונז אידן זאג מיר יעדן טאג ווען מ'שטייט אויף דעם מודה אני לפניך, דאס האט ער מחבר געווען.

איינער ווייסט עפעס מער ? מיללער ....

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2009 2:32 pm
דורך יהיה כן
רבי משה ב"ר יהודה בן מכיר
חברו של רבי שמואל אוזידא בעל "מדרש שמואל" על אבות רבי משה היה מגדולי חכמי צפת (מובא בשו"ת מהרי"ט פ"ט), בין חכמי העיר וגדוליה
שנתקבצו בבית הועד בשנת שמ"א יתר החותמים היו רבי יום טוב צהלון רבי חייא רופא רבי שמואל די אוזידא ורבי יוסף מטראני, כן חתם על פסק דין
בענין גביית חוב עם גדול רבני צפת בשעתו רבי משה גלנטי. תשובה שלו בהלכה מצויה בספר "באר מים חיים" לרבי שמואל ב"ר חיים ויטאל סימן כ"ה.
בשנת שמ"ט עבר לגור בעין זיתון נתמנה כרבה והקים בה ישיבה גדולה בעיר זו חבר את ספרו סדר היום ופירוש על קהלת שעדיין בכתב יד, בשנת שמ"ב חתם
על פסק דין 'בכפר בוקיעא אשר בגליל העליון', היא פקיעין, (שו"ת מהרי"ט ח"א פ"ב) באותו שנה חזר לצפת ונפטר בה

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2009 2:53 pm
דורך מיללער
דער סדר היום אויף היברו בוקס.

אזוי ווי ר' יחי' כהן האט שוין געענטפערט מיט פרטים האב איך נישט וואס מוסיף צו זיין, נאר אז דער ספר ווערט געברענגט אסאך בספרי הלכה.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2009 3:00 pm
דורך קרעמער
בפרט אין מגן אברהם.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 5:23 pm
דורך נחמן נתן
ס'איז זייער שיין אדורך צו לערנן דעם ספר. יעדער ענין שמועסט ער אויס מיט א געוואלדיגער טעם. סעודות שבת; ביאור אויפן פיוט פון מוצאי שבת 'אליהו הנביא'; מאמרים אויף ימים טובים ובפרט פסח; די דברי מוסר וואס איז נוגע לעניני קדושה וטהרה זענען געוואלדיג; און אזוי ווייטער. איך בין מיך נוהג צו לערנן דערין פאר יעדן יו"ט.