בלאט 4 פון 10

א משכילישע רפורמישע בוך אין היברובוקס

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 08, 2009 1:46 pm
דורך מאטעס
שפאצירנדיג אזוי אין היברובוקס, טרעף איך א ספר אינטערן נאמען 'על דבר שריפת המתים' געדרוקט אין למברג תרל"ח דער מחבר איז 'אשר שמחה ויסמן' ,
דער נאמען אליין האט מיר געצויגן צו עפענען דעם ספר, ויהי בפתחי ובהביטי עלה אחת ושתיים חשכו עיני דער מחבר כנראה א רב רפורמי איז שטארק מצדד דווקא אין די מצווה פון שריפה ר"ל למתי ישראל ובכלל כל תו"ד לעג הרבה לחז"ל הקדו' והפוסקים,
(די רפארמער וואס די נימוסי וקולטור האומה הגרמנית איז זיי זייער געפאלן כידוע, כנראה איז זיי אויך געפאלן דער מנהג פון שרפת המת ר"ל)
[אפשר איינער פון אדירי התורה דכאן האט א צוטריט צו די בעלי האתר זאלן עס אראפנעמען פון דעם אתר]

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 08, 2009 2:33 pm
דורך מאטעס
מאיר באהבה, תולדות מהר"ם שפירא וחורבן לובלין
נתחבר ע"י בנימין מינץ (דער פון פא"י?)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 10, 2009 11:49 am
דורך מאטעס

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 13, 2009 10:36 am
דורך פרעגער
מערקווירדיג ווי אום די תק"ע יאהרן האט מען אין לאנדאן שטארק געקעמפט מיט ציין און נעגל אויף אידישקייט.
די ספר מנחת קנאות, געשריבן קעגן אן אפיקורס וואס האט געדריקט ביכער קעגן די רבנים און מקיימי הדת. דער רב אין שטאט איז געווען ר' שלמה הירשל'ס, און עס געדריקט געווארען א ספר "שרשי אמונה" דורך ר' שלום הכהן מחזק צו זיין די אידן אין אמונה בה' ובתורתו.
געקומען איז א שרייבער י"ט בעננעט - און פארפיהרט קעגן דעם ר' שלום הכהן, קעגן דעם רב ר' שלמה און קעגן דעם דאקטאר ר' יושע וואן אובן (אפשר פון פעסט).
דער שוחט מאיר הכהן איז ארויס געקומען גאר שארף אינעם מנחת קנאות קעגן דעם אפיקורס.
אבער ער שרייבט אז די עיקר סיבה פארוואס ער קומט ארויס קעגן איהם, איז ווייל ער דרש'נט כבד את אביך ואת, נאר אויפ'ן עלטסטן ברידער און נישט אויף אלע עלטערע ברודערס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 24, 2009 6:15 pm
דורך קארל
א ספר עפ"י "שיטת רבינו החכם הרב משה בן מנחם [מענדלסאהן] זצ"ל"
http://www.hebrewbooks.org/41491

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 1:52 pm
דורך farshlufen
נישט אויף היברו בוקס אבער קיין בעסער ארט האב איך דערווייל נישט געפונען:

בוך - "א רבי'שע היים אין אמאליגן פוילן"

געשריבן דורך א ווארקע אייניקל א טאכטער פון אטוואצקער רבי'ן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 2:35 pm
דורך ברוקלין
והוא פלאי האט געשריבן:אודות דר. נתן בירנבוים ידועים ב' מימרות מהקדושת ציון מבאבאוו:

א' אמר עליו דברמב"ם מבואר שבעל תשובה נעשה עניו ושפל, ער ליגט און וואונקל ולא ראש המדברים.

והשני כשהי' הקדו"צ באשכנז ביקש בירנבוים לפגשו, ולא רצה הרב מבאבאוו, ואמר בזה שאיני מאמין שנעשה בעל תשובה אני מאריך ימיו, כי הפורש ממינות מיית כידוע.


דר. יעקב דיהאן ז"ל איז אויך געווען ראש המדברים אין א גרויסע עסקן פאר די עדה החרדית. ויאזוי ווייזט מען אז זיין הארץ איז נישט ציבראכען?

די גאנצע זאך איז נישט מסתבר, מיר טרעפן טיזנטער מאל אז בעלי תשובה (וואס זענען געווען גוים אין כופרים) לעבן ב"ה ביז 120 יאר.

דע גאנצע מימרא דארף האבען פשט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 6:30 am
דורך פרייליכערהייט
קען איינער ביטע ארויסהעלפן ווי צו טרעפן די מלבי"ם חומש, אויף היברו בוקס,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 6:40 am
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 6:46 am
דורך פרייליכערהייט
שכוח פארשלאפן
אבער נישט זיין ספר על התורה האב איך געזוכט, זיין "פירוש" אויף חמשה חומשי תורה, זיך איך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 10:49 am
דורך גוט
קארל האט געשריבן:א ספר עפ"י "שיטת רבינו החכם הרב משה בן מנחם [מענדלסאהן] זצ"ל"
http://www.hebrewbooks.org/41491


אזוי ווי אנדערע האבן שוין פריער אויפגעמערקט ס'איז פארהאנ'ן פיל מיט משכיל'שע ביכער אויף זייער סייט

''חכמים הזהרו'' - אזוי ווי מיר ווייסן פון אונזערע פריערדיגע צדיקים 'נישט אנצורירן קיין ספרים אן די ריכטיגע הסכמות, פאר אלעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 11:22 am
דורך גוט
ברוקלין האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:אודות דר. נתן בירנבוים ידועים ב' מימרות מהקדושת ציון מבאבאוו:

א' אמר עליו דברמב"ם מבואר שבעל תשובה נעשה עניו ושפל, ער ליגט און וואונקל ולא ראש המדברים.

והשני כשהי' הקדו"צ באשכנז ביקש בירנבוים לפגשו, ולא רצה הרב מבאבאוו, ואמר בזה שאיני מאמין שנעשה בעל תשובה אני מאריך ימיו, כי הפורש ממינות מיית כידוע.


דר. יעקב דיהאן ז"ל איז אויך געווען ראש המדברים אין א גרויסע עסקן פאר די עדה החרדית. ויאזוי ווייזט מען אז זיין הארץ איז נישט ציבראכען?

די גאנצע זאך איז נישט מסתבר, מיר טרעפן טיזנטער מאל אז בעלי תשובה (וואס זענען געווען גוים אין כופרים) לעבן ב"ה ביז 120 יאר.

דע גאנצע מימרא דארף האבען פשט, אדער איז עס שטותים

אויך די נקודה די חילוק פון דר. יעקב דיהאן זצ''ל און אנדערע פעלער
פאר ווער ס'איז באקאנט אינ'ם היסטאריע דארט - ווייסט אז ביי דר' יעקב דיהאן ז'צ'ל ווען ער איז צוריק געקומען צו זיכן יהדות איז ער געווען אינגאנצן אומוויסנדיג און האט ער געזיכט די ריכטיגע יהדות ,א שטיק צייט אינאונהויב איז ער געווען ביי די מזרחי א.א.וו. - און דאס האט נישט צופרידיגט זיין נפש, ער האט געזיכט ווייטער און ווען ער האט זיך אנגעטראפן מיט אנדערע אידן די ערליכע אידן פון ירושלים און ער איז אריין צו ר' יוסף חיים זאננפעלד און ער האט געהאט מיט אים לענגערע שמועסן ביז עס איז ממש לעכטיג געווארן וואס איז די ריכטיגע יהדות און ס'איז ביי אים אויפגעוויזן געווארן די לעכערליכקייט פון וואס ער האט געוויסט ביז יעצט ביי די מזרחי און דאס גלייכן -
ע''כ איז ער דענסמאלט געהאלטן אין איין קומען לערנען ביי רבי יוסף חיים זאננפעלד און ער איז אינגאנצן נכנע געוווען אינטער רבי יוסף חיים זאננפעלד. אויך איז אים איבער געוויזן געווארן די געוואלדיגע סכנה פון די מזרחי מיט די ציונישע קרייזן ברחניות ובגשמיות, און ווער ס'איז באקאנט, זענען געווען דענסמאלט אין די פאליטיק מיט די קאנעקשנס צו די בריטישע רעגורונג , צייטן וואס די ערליכע אידן זענען געווען שטארק פארלוירן די ציונים האבן געהאט שטארקע קאנעקשענס, און די ערליכע אידן האבן פארלוירן אלע רעכטן פון צו זיין א קהלה ס'איז געווען אפציעל נאר אייין קהילה וואס די צינוים האבן געפירט מיט אלע רעכטן און אלע אידן זענען אטאמאטיש דארטן אריינגעלייגט און אריינגעפאלן געווארן - עכ''פ ס'איז געווען זייער שווערע פראבלעמען פאר די יהדות החרדות וואס אלע ערליכע אידן האבן געליטן פון די השטלתות הציוניות און וואס ס'פארשטייט זיך אז צווישן די צדיקים דענסמאלטס וואס זענען ארויפגעקומען צו א''י כולו לה' האט זיך נישט געטראפן די ריכטיגע פערזאנען וואס זאלן זיך בכלל קענען טוהן אין דעם נושא און האנדלען אויף צוריק מיט די ריכטיגע קאנעקשענס צו די רעגורונג - ע''כ פארשטייט זיך דער טייער'ער איד ד''ר ר' יעקב דיהאן הי''ד וואס ער איז געוועזן פארדעם פון די גרויסע וואס האבן געהאט שייכות מיט די פאליטיק און ער האט געהאט פארדעם חבירים פון די ענגלאנד'ע רעגורונג, איז עס אינטער ' ' די החלטה אינגאנצן פון רבי יוסף חיים זאננפעלד ' ' געוועזן אז ס'פארשטייט זיך אז ס'איז נישטא קיין בעסערע הצעה ווי אז דער איד זאל זיין דער ריכטיגע שליח פונ'ם יהדות החרדות וואס מ'ווייסט ווייטער די פאקטן אז ער האט געוויסט און באקומען בריוון אז זיין לעבן איז איינגעשטעלט מיטדעם אבער ער איז געגאנגען מיט זיין מסירות נפש טוהן די שליחות פון רבי יוסף חיים זאננפעלד - וואס נאכדעם איז באקאנט ווי אז ער האט אנגעהובין מיט די הייליגע ארבעט האט ער מצליח געווען אז מ'זאל קענען ענדיגן דעם פלאן כאטש אז מ'זאל זיך קענען זיך ארויסשרייבן זיך פונם ציוניסטישע קהלה און ער האט געהאלטן ביים פארן קיין ענגלאנד צו ענדיגן ווייטער לטובת היהדות החרדיות איז ער ליידער נרצח געווארן הי''ד - ויהי' חלקינו עמהם בגן עדן עליון.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 12:17 pm
דורך מיללער
צווואס די גרויסע אותיות?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 12:22 pm
דורך גבאי ביהמד
מיללער האט געשריבן:צווואס די גרויסע אותיות?

מיר האבן פארקלענערט דעם אות, עס העלפט נישט צו צום ליינען נאר פארקערט, ומכאן הקריאה יוצאת, פרובירט נישט ארויסשטארן דארט וואו עס פעלט נישט אויס.

גבאי ביהמד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 1:55 pm
דורך גוט
גבאי ביהמד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:צווואס די גרויסע אותיות?

מיר האבן פארקלענערט דעם אות, עס העלפט נישט צו צום ליינען נאר פארקערט, ומכאן הקריאה יוצאת, פרובירט נישט ארויסשטארן דארט וואו עס פעלט נישט אויס.

גבאי ביהמד

ישר כח פאר פארקלענרן
היות איך בין נישט נאך נישט אזוי באקאנט אין די אפציעס - איך האב געזיכט אזוי ווי אין ווארד למשל מאכט מען די פאנט 11 אנשטאט 9 - דערווייל זעה איך אדער ווערט דאס צו גרויס אדער גארנישט
-
פעלן פעלט דאס אויס ביי די ערשטע שורה זאל ווערן א טראפל גרעסער אויף וואס מ'וויל זיך באציען. ש'כח

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 03, 2009 11:52 am
דורך farshlufen
תיבת נח פון הרב נח קאפלאן פון די בראנקס.

ווערטער וואס איך האב געזאגט ביי בר מצוות חתונות און מצבה שטעלן "לקיים מה שנאמר ודברתם אל הסלע"


דער איד שרייבט קיין גראד ווארט, אויבנאויף קען זיך דאכטן אז דאס איז פון די .... סיריעס ביי אונז אין שטיבל, ליינט און האט הנאה.

דאס אידענטיפיצירן די רבנים המסכימים וועלן מיר איבערלאזן פארן סקרענטאנער רב זז"ג.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 03, 2009 12:00 pm
דורך מיללער
פארשלאפן,
מיט עטליכע יאר צוריק האב איך דאס ארויסגעדרוקט [אינעם אלטען היברו-בוקס ווערסיע איז דאס גרינגער אנגעקומען] פשוט צו לייענען אין בית הכ..., דער איד האט מיך געמאכט לאכען ביז טרערן, איך ווייס נישט צו ער איז געווען א פראסטער עם-הארץ אדער סתם א לץ אבער דאס איז סאמטינג קיוט.


די מסכימים קאם איך נישט אבער דער נאמען רלב"ג איז א ירושלימער רבנישער נאמען.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 03, 2009 12:33 pm
דורך farshlufen
אין איינע פון די בענדער איז אריינגעדרוקט אן הסכמה פון נאווימינסקער רבי'ן, און פון דעם רב מארגאלין שכתב בהירחונים אלל אוווער די גלאוב.

מיר איז אינטערעסאנט אז "קאני איילענד" האט פארמאגט אן אב"ד ור"מ אין יענע יארן.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 03, 2009 1:22 pm
דורך מיללער
לאמיר העלפן פארשלאפן זוכען עפעס וועגן 'קאני איילאנד ורבניה' (נאכדעם וועט דער ימות עולם גבאי מאכען דערפון אן אשכול האף איך)

אין ירחון דגל ישראל בשנת תרפ"ח, ווערט געמאלדן אז הרב אלכסנדר לעווין ציעט זיך אוועק פון קאני איילאנד, און אויף זיין פלאץ ווערט אויפגענומען הרב באסקין.

אין תולדות אשני שם זעה איך אז הרב ר' משה בלעך איז בשנת תש"ז געווארן רב אין 'ביהמ"ד הגדול דקאני איילאנד'.

דא אין אפריון תרפ"ז מעלדט ער טאקע איבער דאס התמנות פון דעם ר' ארי' לייב רלב"ג אלס 'רב הכולל לקוני אילנד' ונתמנה לאב"ד בשש קהילות.

דא אין זכרון בספר ווערט ער דערמאנט מיט זיין פולען אדרעס.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 03, 2009 2:37 pm
דורך farshlufen
יישר כחכם רב מיללער, אבער צו וואס טאן א האלבע ארבעט. די אלע לינקס פירן נאר צום ערשטן בלאט.

-----

תנ"ך ענציקלאפעדיע
חלק ב'
פון ר' אהרן ראזמארין

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 03, 2009 3:37 pm
דורך farshlufen
נאך איינס פון ר' אהרן ראזמארין.
אן ענטפער
אנקעגן די טעאלאגישע סעמינאר.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 10, 2009 1:02 pm
דורך א טענצל!
רבותי! גייט ארויף אויף jiddishbookcenter.org ס'איז דא דארט געוואלדיגע זאכן, פארשטייט זיך אז מ'דארף אויפפאסן מכל הבא ליד.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 10, 2009 1:47 pm
דורך יוסלמאן
ליקוטי אמרים אין אידיש מאמע לשון.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 10, 2009 2:16 pm
דורך בן בוזי
מיללער האט געשריבן:פארשלאפן,
מיט עטליכע יאר צוריק האב איך דאס ארויסגעדרוקט [אינעם אלטען היברו-בוקס ווערסיע איז דאס גרינגער אנגעקומען] פשוט צו לייענען אין בית הכ..., דער איד האט מיך געמאכט לאכען ביז טרערן, איך ווייס נישט צו ער איז געווען א פראסטער עם-הארץ אדער סתם א לץ אבער דאס איז סאמטינג קיוט..


ער שרייבט קלאר אז דער סטיל פונעם ספר איז אויף א לאכעדיגער אויפן אזש ביז צום טאנצן ווייל דרוק איז אותיות רקוד, פונדעסטוועגן דאך מערקט ער אהן אז דאך האט עס דעם אידישן קרעכץ ווייל בלה"ק איז דפוס אותיות ספוד ;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 11, 2009 4:42 pm
דורך scy4851
א ירחון 'הבחור' לתורה ולכל עניני בחורי הישיבות

'הבחור - חלק א
'הבחור - חלק ב
'הבחור - חלק ג
'הבחור - חלק ד
'הבחור - חלק ה