בלאט 3 פון 10
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 7:19 am
דורך farshlufen
א גאנצער סעט
ליניען סקול חומש געדרוקט אין פילאדעלפיע פא. תרע"ה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 10:07 am
דורך בן בוזי
אויף היברו בוקס איז דא די צוויי בענדער פונעם ערשטער דרוק
אור החיים ח"א אור החיים ח"ב וואס דער אור החיים הק' האט אליינס געדורקט שנת
בכת"ף ישאו, איז מיר אינטערעסאנט צו זעהן אז אויפן שער בלאט פונעם ספר רופט זיך עס
ארחות חיים למעשה געדענק איך צו האבן געזעהן קאפיס פון דער ערשטער דרוק וכמדומה אז ס'הייסט יא 'אור החיים', למעשה שרייבט דער אוה"ח הק' אליין אין די הקדמה אז ער האט עס א נאמען געגעבן 'אור החיים' איז אויב אזוי וואס איז דער מאטיוו געווען פון שרייבן 'אורחות חיים'?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 10:13 am
דורך farshlufen
scy4851 האט געשריבן:די חברה דארט און חב"ד לייברערי שטעלען וואס עס קומט זיי אינטער די האנט, אהן באקוקען אונווייניג וואס דער נושא פונעם ספר אדער קונטרס איז, נאר צי קענען הייבען די מספר פון ספרים וואס זיי האבען ארויפגעשטעלט?
וואס...זיי זענען און א רעיס מיט אוצר הכחמה, ווער קען שטעלען מער?
איצט האבן זיי ארויפגעשטעלט, בנוסף צו די פריערדיגע דאפעלטע סעט פון אוצר הפירושים מזרחי וגו"א [דפוס ווארשא], נאך צוויי סעטס.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 19, 2009 8:24 am
דורך בןהרחמן
זיי האבן אסאך געדאפלטע ספרים נישט נאר פון אנדערע דרוקן (וואס דאס קען צומאל יא צוניץ קומען) נאר אפילו פון די זעלבע דרוק האבן זיי אסאך מאל צוויי די זעלבע, איך פארשטיי נישט דעם חשבון פון דעם.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 19, 2009 11:46 am
דורך מיללער
דער חשבון פון די דאבלס איז ווייל פון אנפאנג האט הרב ראזענבערג געסקענט מיט א חשבון פון געוויסע פריוואטע און לייברערי קאלעקציעס, דערנאך איז צושטאנד געקומען דער שותפות מיט די חב"ד לייברעריס און די ערשיינונג פון דעם מעגא-סקענער וועלכע מישט די בלעטער אוטאמאטיש און צוטיילט יעדע בלאט אין א עקסטערע פייל אוטאמאטיש.
אין ארדער אז דער סיסטעם זאל גיין געשמירט, ווילען זיי נישט אריינגיין בפרטיות זעהן צו דער ספר איז שוין אנליין, נאר מאהבת הרעזאלטס סקענען זיי מכל הבא לידם, איי אפשר איז שוין דער ספר פארהאן, נישט געפערליך, דאפלט איז שטארקער.
ונמצא יצא הפסידו בשכרו.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 19, 2009 3:04 pm
דורך scy4851
טובים השנים מן האחד.....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 1:54 pm
דורך badatz
בעזהשי''ת
ברוך הבא ידידנו ר' שמחה שיחי' . ב''ה מהערט פין אייך יתן השי''ת לשנים טובים וארוכים געזונטער הייט
א גיטען חודש כתיבה וחתימה טובה שנה טובה ומתוקה א פריילעך יאהר
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 1:08 am
דורך פרייליכערהייט
scy4851 האט געשריבן:לבית דוד דרושים יקרים לפי רוח הזמן והעת פון איינעם א ר' יוסף מאיר לעווין פון סינסינעטי אהייא
ער האט דארט א הספד אויף דעם 'טאיטעניק' אומגליק
עס איז זייער אינטערעסאנט אוויא ער באשרייבט דער אומגליק
בתוך הדברים דערמאנט ער מר. איזידאר סטראוס מיט זיין ווייב, די בעלעבתים פון די מעיסיס דעפארטמענט סטאר, וואס זיי זענען אויך דערטרונקען געווארען מיטען טיטאניק
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=38811&pgnum=87
תיקון טעות : כ'מיין אז זיי זענען נישט געוועהן די בעלי בתים פון מעיסיס , נאר פון A&S אויך א דיפארטמענט סטאר,
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 1:13 pm
דורך מאטעס
והוא שאולא סאטירישער פירוש אויף שיר השירים וואס קריטיקירט די אמאליגע אמריקאנער יודנטהום
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 10:49 pm
דורך סעיגען
farshlufen האט געשריבן:אין גלות ביי יודןא פראפאגאנדע בלעטל פון די אגודה אין תר"פ, אנהויב שניידט ער שטיקער בהשכל ובדעת אין די משכיל'ישע און ציונ'יסטישע באוועגונגען און זייערע מכלומר'שטע חכמים, מיטן אויספיר פון זייער קונטרס זענען מיר אבער פארשטייט זיך נישט איינשטימיג.
דאס קונטרס'ל איז ווייזט אויס געשריבן דורך א גאר גוטער שרייבער.
א גאר גוטער
און באקאנטער שרייבער. דאס איז דער באקאנטער דר. בירנבוים וועלכער איז געוווען פון די גדולי המעריצים פון הערצל און פון די גרויסע ווארטזאגער ביי די חובבי ציון, און איז שפעטער געווארן א שומר תורה ומצות און האט זיך צוגעטשעפעט צו דער אגודה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 11:24 am
דורך farshlufen
א דאנק, איך האב אזוי געקלערט, אבער עס האט עפעס נישט געשטימט מיט זיין קנאות'דיגער סטיל שרייבן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 11:33 am
דורך סעיגען
farshlufen האט געשריבן:אין גלות ביי יודןא פראפאגאנדע בלעטל פון די אגודה אין תר"פ, אנהויב שניידט ער שטיקער בהשכל ובדעת אין די משכיל'ישע און ציונ'יסטישע באוועגונגען און זייערע מכלומר'שטע חכמים, מיטן אויספיר פון זייער קונטרס זענען מיר אבער פארשטייט זיך נישט איינשטימיג.
ווער איז דאס "מיר" וואס זענען נישט איינשטימיג? זענען מענטשן וואס זענען בדעה אחת מיט דער אגודה נישט וועלקאם אין דעם פארום?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 11:40 am
דורך farshlufen
ר' סעיגען, ווען מיר שרייבן "מיר" מיינט עס דער שרייבער פון די שורות, חוץ מזה דאס אויף וואס מיר האבן געזאגט אז מיר זענען נישט איינשטימיג איז ענדערש שיטת הציונים ווי שיטת אגודאים, איך האף אז איר האט מיך פארשטאנען.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 1:11 pm
דורך מאטעס
אויב שוין וועגן ד"ר נתן בירנבוים
פון א אפיקורוס געווארן א מאמין דא דערציילט ער זיין וועג ווי ער איז געווארן א בעל תשובה
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 04, 2009 6:57 am
דורך והוא פלאי
אודות דר. נתן בירנבוים ידועים ב' מימרות מהקדושת ציון מבאבאוו:
א' אמר עליו דברמב"ם מבואר שבעל תשובה נעשה עניו ושפל, ער ליגט און וואונקל ולא ראש המדברים.
והשני כשהי' הקדו"צ באשכנז ביקש בירנבוים לפגשו, ולא רצה הרב מבאבאוו, ואמר בזה שאיני מאמין שנעשה בעל תשובה אני מאריך ימיו, כי הפורש ממינות מיית כידוע.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 04, 2009 11:01 am
דורך סעיגען
שווער צו גלייבן אזא מיאוס'ן לשה"ר אויפ'ן קדו"צ ז"ל.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 04, 2009 1:33 pm
דורך שאץ מאץ
הרב סעיגען שליט"א
קודם שלום עליכם,
איך קוק מיך אום די לעצטע צייט אויף דיר, דו צילסט אויף א אינטרעסאנטע ריכטונג, קודם האב איך געמיינט אז וויבאלד די געהערסט נישט צו די קנאישע קרייזן דעריבער זענען דיינע אויסדריקן אזוי איינזייטיג, נו מהיכי תיתי, קיינער גייט נישט ארויף צווינגען די שיטה אויף דיר יעדער איז בארעכטיגט צו האלט וואס ער וויל,
אבער דא זעה איך דיין קיציונית'דיגע צוגאנג אפי' איבער זייטיגע נקודות לא דוקא ציונות נאר פשוט אמונה בד' וכדומה, איז איגלאי מילתא למפרע אז דייינע אלע אנדערע תגובות זענען מוכח אז צריך בדיקה אחריך....
ביסט נעבאך פארכאפט.....
.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 9:28 am
דורך מאטעס
די ערשטע טייל זאגט מען בשם דעם אמרי אמת
די צוויטע איז טאקע א מיאוסע לשוה"ר עס גלייבט זיך נישט,
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 9:45 am
דורך farshlufen
מאטעס האט געשריבן:די ערשטע טייל זאגט מען בשם דעם אמרי אמת
די צוויטע איז טאקע א מיאוסע לשוה"ר עס גלייבט זיך נישט,
והוא פלאי האט געשריבן:אודות דר. נתן בירנבוים ידועים ב' מימרות מהקדושת ציון מבאבאוו:
א' אמר עליו דברמב"ם מבואר שבעל תשובה נעשה עניו ושפל, ער ליגט און וואונקל ולא ראש המדברים.
והשני כשהי' הקדו"צ באשכנז ביקש בירנבוים לפגשו, ולא רצה הרב מבאבאוו, ואמר בזה שאיני מאמין שנעשה בעל תשובה אני מאריך ימיו, כי הפורש ממינות מיית כידוע.
ר' מאטעס, איר זענט דאך זיך סותר מיני' ובי', מיטן ערשטן אויפן אמרי אמת האט איר קיין פראבלעם, דאס איז לשיטתך נישט קיין לשה"ר?
ועוד, איך זע נישט פון וואס איר זענט נישט צופרידן, דאס אז בירנבוים איז געווען פריער א "כופר" שרייבט ער דאך אליין, לפ"ז האט דאך דער באבובער רב געמיינט בלויז זיין טובה, וואס שטערט אייך דבריו ז"ל?
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 10:06 am
דורך סעיגען
שאץ מאץ האט געשריבן:הרב סעיגען שליט"א
קודם שלום עליכם,
איך קוק מיך אום די לעצטע צייט אויף דיר, דו צילסט אויף א אינטרעסאנטע ריכטונג, קודם האב איך געמיינט אז וויבאלד די געהערסט נישט צו די קנאישע קרייזן דעריבער זענען דיינע אויסדריקן אזוי איינזייטיג, נו מהיכי תיתי, קיינער גייט נישט ארויף צווינגען די שיטה אויף דיר יעדער איז בארעכטיגט צו האלט וואס ער וויל,
אבער דא זעה איך דיין קיציונית'דיגע צוגאנג אפי' איבער זייטיגע נקודות לא דוקא ציונות נאר פשוט אמונה בד' וכדומה, איז איגלאי מילתא למפרע אז דייינע אלע אנדערע תגובות זענען מוכח אז צריך בדיקה אחריך....
.
עליכם השלום, ר' שאץ מאץ,
איך כאפ נישט פינקטליך וואס דו מיינסט. אפשר וואלט כדאי געווען אויב דו ערקלערסט אביסל דיינע ווערטער, נישט נאר פאר מיינעט וועגן, נאר אויך לטובת די חשוב'ע לייענער אז זיי זאלן וויסן וואס און וויאזוי "בודק" צו זיין.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 07, 2009 11:22 am
דורך מאטעס
ר' פארשלאפן
איך האב מקצר געווען, עס איז ידוע בשם דעם אמרי אמת אבער נישט מיט די הוספה אז אין רמב"ם שטייט אז מען דארף זיין א עניו וכו' נאר פשוט דער אמרי אמת האט געזאגט ער איז א בע"ת אין א בע"ת דארף זיצן בין תנור לכיריים נישט זיין קיין ראש המדברים, ד.ה. ער האט נישט עם באשולדיגט מיט גאווה נאר קלאר געמאכט ווי זיין פלאץ געהערט,
בנוגע די צווייטע ווארט, גלייבסטו טאקע אז ר' ב"צ מבאבוב איז אזוי שלעכט געווען און געוונטשן מיתה פאר יעדן בעל תשובה? איי די גמרא זאגט, נו א גוטע קשיא, און ווער נאך ווי חסידישע רעבי'ס האבן געהאט ביכולת ממתיק זיין אזעלכע ענינים און חזל"ן, הגע בעצמיך אויב אלע תוכחות וואס איז מפורש בתורה איז חסידישע ספרים פיל מיט פירושים וואס זענען עס מבאר ע"ד ברכות, קען מען נישט דעם מאמר חז"ל אויך אזוי פארענטפערן?
און וואס וואלט רב"צ געזאגט אויף ר' חיים דוד דאקטער וואס איז געווען א 'משכיל' קודם חזרתו בתשובה איז ער אויך נישט געווען א אמת'ער בע"ת והא ראיה און ער איז געבליבן לעבן?
וכבר לימד אותנו מרן מהר"י מסטמר זי"ע, שלא להאמין לכל מה שאומרים בשם הצדיקים אם אין לזה מקור נאמן
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 07, 2009 11:35 am
דורך farshlufen
ר' מאטעס, איך זע נישט אין באבובער רב'ס ווערטער אז ער האט
געוונטשן מיתה פאר יעדן בעל תשובה?
, אדרבה ער האט דאך געוואלט עס זאל אים נישט שאטן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 07, 2009 11:42 am
דורך מאטעס
ומכלל הן אתה שומע לאו.. נישט אזוי?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 07, 2009 12:57 pm
דורך farshlufen
ר' מאטעס, איר מאכט פשט'לעך און אי בויט שוין אויף דעם פיתום ורעמסס, וכי מאי דוחקך אז איר האט געברויכט אנקומען צו דעם?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 07, 2009 3:54 pm
דורך badatz
="מאטעס האט געשריבן:והשני כשהי' הקדו"צ באשכנז ביקש בירנבוים לפגשו, ולא רצה הרב מבאבאוו, ואמר בזה שאיני מאמין שנעשה בעל תשובה אני מאריך ימיו, כי הפורש ממינות מיית כידוע.
ר' מאטעס, איר זענט דאך זיך סותר מיני' ובי', מיטן ערשטן אויפן אמרי אמת האט איר קיין פראבלעם, דאס איז לשיטתך נישט קיין לשה"ר?
ועוד, איך זע נישט פון וואס איר זענט נישט צופרידן, דאס אז בירנבוים איז געווען פריער א "כופר" שרייבט ער דאך אליין, לפ"ז האט דאך דער באבובער רב געמיינט בלויז זיין טובה, וואס שטערט אייך דבריו ז"ל?[/quote]
ב''ה
אך ידועים דברי צדיקים עיין בספה''ק אורח לחיים-זלאטשאב-וכן אומרים בשם הרה''ק ר'שלום מקאמינקא [זקינו של הרב''צ] שאם מתדבקים לתורה לא מתים .
ומסביר האורח לחיים כי התורה נותנת חיים חדשים .ממילא קשה להאמין לסיפור .ושנית מה נותנת לנו הסיפור הלא כולנו צריכים להיות בעלי תשובה .כמו שמבקשים ג' פעמים ביום השיבנו אבינו ''לתורתיך'' וקרבנו מלכנו לעבודתך ''והחזירנו בתשובה שלימה לפניך ברוך אתה ד. ''הרוצה בתשובה''