בלאט 2 פון 10

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 1:46 pm
דורך farshlufen
ר' יהי' כן, א דאנק, ווי וויל טריי בל"נ.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 1:47 pm
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 24, 2009 12:38 am
דורך scy4851
farshlufen האט געשריבן:ר' שמחה, מיר האבן דארטן אביסל ארום געבלעטערט אין זייער קאטאלאג און געזען אז זיי האבן א ים מיט סחורה.

מיין פראגע איז: וויאזוי קען איך פועל'ן ביי זיי ארויפצושטעלן אנליין א ספר וואס איך דארף וויכטיג?


הרב פארשלאפען,
עסט מיר זיכער מוחל זיין אז איך האב נישט געענטפערט פריערט.

גיי צי היברובוקס הויפט בלאט
דרוק אויפען קנעפעל (דאז צווייטע קנעפעל פון רעכטס) מיטען נאמען 'אודות about'
יעצט דרוק אויף די לינקע זייט כמעט אינטען אויפען לינק , 'רשום תגובה Feedback form '
עס וועט ארויפקומען א פורם אויס צי שטעלען, מיט פארשידענע אפשענס פון 'feedback type' און א 'pull down menu'
דער לעצטע אפשען איז וואס די דארפסט.

נאך אן עצה איז דא צי שיקען אן אימעיל צי זיי צום אדרעס oldhebrewbooks@aol.com

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 24, 2009 7:08 am
דורך farshlufen
ר' שמחה, א ישר כח מעמקא דלבאי.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 24, 2009 8:54 am
דורך scy4851
פארשלאפען,
נישט דא פארוואס, אבער איין זאך נאר...עס איז נישט גארענטיד אז זייי וועלען עס לייגען וויא שנעל די ווילסט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 27, 2009 7:53 am
דורך סלונימער
וואס איז געשען.יצטער קען מען ניט אריינגיין דארטן,דער אתר ארבעט נישט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 27, 2009 6:36 pm
דורך scy4851
די לעצטע פאר טעג איז שווער דארט עפעס צי זעהן.
עס איז גאר גאר לאנגזאם, און עטליכע מאל האב איך פרובירט און בכלל נישט געקענט אהנקומען דארט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 2:07 pm
דורך מיללער
נייע ספרים אויף היברו-בוקס פון די חודש (יוני למספרם) וואס האבן געכאפט מיין אטענציע;

ר' אברהם אבן עזרא תולדותיו ועבודתו

די פיר חלקים פון 'בית עקד ספרים' וועלכע איז גאר א שטארקע ביבליגראפישע ארבעט אויף ספרים ביז שנת תש"י בערך.

קונטרס העברת עצמות בכפר גריזענהיים ע"י ח"ק דפראנקפורט בשנת תר"ן

איך געדענקט נישט אויב זיי האבן שוין געהאט דעם 'מגילת ספר' פונעם עמדין, וואס מיר האבן שוין לאנג באהאנדלט, אבער יעצט האבן זיי עס זיכער.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 10:41 am
דורך יעהופעץ
אז די וועלט קאכט זיך יעצט מיט סאשעליזעם וואס מען האלט אז מר. אבאמא וויל דאס איינפירן דאהי אין אמעריקא איז אינטערעסאנט צו ברענגען א נייער ספר אויף היברו בוקס אגרות צדק עולמים וועלכע איז דן בענין סאציאליזים עפ"י דת תורה והלכה

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 10:49 am
דורך יעהופעץ
עמודי שיש א לוח פון 414 יאהר משנת תרמ"ד עד סוף אלף הששי, דאכט זיך מיר אז ס'נישטא נאך אזאנס

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 10:52 am
דורך יעהופעץ
ציד רמיה א ספר ביקורת אויפן ירושלמי המזויף (אויב איז דא אן אשכול איבער דעם קען מען דאס אהין פירן)

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 12:32 pm
דורך יעהופעץ
אויף היברו בוקס איז פארהאן א ספר פליאה וועלכע באשטייט בלויז פון חותמים על הספר, ס'איז א טאקע א פליאה ס'דא דארט חותמים מסילתה ומשמנה פונעם יהדות החרדית אבער ס'זעהט אויס אז אין חב"ד לייברערי איז נישט פארהאן דער ספר זעלבסט, ס'וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן וואספארא ספר דאס איז

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 12:39 pm
דורך יעהופעץ
דער ספר כתר שם טוב צו באעהרן דעם שר וגדול ר' משה מאנטיפיורא צו זיין הונדערטסטע געבורט איז דו צו באקומען אויף היברו בוקסספר כתר שם טוב

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 12:59 pm
דורך farshlufen
א ישר כח הרב מן יעהופעץ יע"א, איינס איז בעסער פון צווייטן.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 1:26 pm
דורך יעהופעץ
מחזה מול מחזה זייער אן אינטערעסאנט קונטרס'ל ווי דער מחבר לייגט אראפ זיינע פורים טעג אויף א וואונדערליכער אופן

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 9:20 am
דורך farshlufen
מלחמת מצוה פון יצחק גראס ז"ל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 4:51 pm
דורך scy4851
לבית דוד דרושים יקרים לפי רוח הזמן והעת פון איינעם א ר' יוסף מאיר לעווין פון סינסינעטי אהייא

ער האט דארט א הספד אויף דעם 'טאיטעניק' אומגליק

עס איז זייער אינטערעסאנט אוויא ער באשרייבט דער אומגליק
בתוך הדברים דערמאנט ער מר. איזידאר סטראוס מיט זיין ווייב, די בעלעבתים פון די מעיסיס דעפארטמענט סטאר, וואס זיי זענען אויך דערטרונקען געווארען מיטען טיטאניק

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=38811&pgnum=87

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 10, 2009 9:45 am
דורך מיללער
ר' שמחה,
איך האב נישט געוואוסט אז איר האט דאס דא באריכטעט, פונקט היינט אינעדרפרי האב איך אנגעראכטען אין 'זכור ימות עולם' א לענגערע עסיי איבער די טיטאניק און איר אידישע היסטאריע, און מדעת עצמי צוגעברענגט דעם 'לבית דוד' ניטאמאל וואוסענדיג אז איר האט דאס דא דערמאנט.

וויאזוי פלעגן מיר דאס רופען אין די 'זארעך עפאכע'; שני קרצ'מאים נתקרצ'מו בקרצ'מה אחד....

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 10, 2009 1:34 pm
דורך scy4851
און פאר דיר, הרב מיללער, קומט א יישר כוח פאר ברענגען און דיין תגובה דער עגונה שאלה.
איך האב געוויסט דערפון און דאס געזיכט אויף היברובוקס, בעיקר דאס צישטעלען צי דעם אומגליק פון דער פראנצויסישע עראפלאן וואס איז אריין געפאלען און וואסער א פאר וואכען צירוק און א יוד פון פראנקרייך איז נעבעך דארט אומגעקומען.
יישר כוח פארען מראה מקום

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 4:28 pm
דורך בן בוזי
הלכה למשה לר' משה וויינבערגער רב דביהמ"ד הגדול אנשי אונגארן בנוא יארק, ס'איז זייער אינטערעסאנט ווי ער רעדט איבער די יוניאן פון די שוחטים בימים ההם סוף תר"ן תחלת תר"ס יארן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 10:17 am
דורך מיללער
ווער איז דער ח.י. עהרנרייך פון דעווא א רב ארטודוקסי ההולך לערכאות?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 16, 2009 7:50 am
דורך farshlufen
אין גלות ביי יודן
א פראפאגאנדע בלעטל פון די אגודה אין תר"פ, אנהויב שניידט ער שטיקער בהשכל ובדעת אין די משכיל'ישע און ציונ'יסטישע באוועגונגען און זייערע מכלומר'שטע חכמים, מיטן אויספיר פון זייער קונטרס זענען מיר אבער פארשטייט זיך נישט איינשטימיג.

דאס קונטרס'ל איז ווייזט אויס געשריבן דורך א גאר גוטער שרייבער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 16, 2009 8:54 am
דורך farshlufen
מיללער האט געשריבן:ווער איז דער ח.י. עהרנרייך פון דעווא א רב ארטודוקסי ההולך לערכאות?

עס שטייט אויסגערעכנט זיין יחוס אינעם קונטרס הנ"ל, ליין עס אדורך איטס עי גוד ריעד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 16, 2009 10:14 am
דורך מיללער
כ'האב עס געלייענט דאס איז פון די זעלבע סעריע פון די 'תיקון עולם' און ר' מאיר סעמניצער סומטאכע, איך האב נאר געוואלט וויסען צו דער ר' חיים יהודה עהרענרייך איז פון שאמלויער רב'ס משפחה (אפשר באלאנגט עס טאקע אין שו"ת בעניני יוחסין ורבנים, איך וועל עס טאקע אהינקאפירען אויך).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 16, 2009 7:07 pm
דורך scy4851
או איז דער קונטרס גוט!

די חברה דארט און חב"ד לייברערי שטעלען וואס עס קומט זיי אינטער די האנט, אהן באקוקען אונווייניג וואס דער נושא פונעם ספר אדער קונטרס איז, נאר צי קענען הייבען די מספר פון ספרים וואס זיי האבען ארויפגעשטעלט?
וואס...זיי זענען און א רעיס מיט אוצר הכחמה, ווער קען שטעלען מער?