בלאט 9 פון 10

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 24, 2011 2:56 pm
דורך מאטעס
מעשה איש תולדות מרן החזון איש

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 25, 2011 11:48 am
דורך פרעגער
אויגן-דאקטער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אן היסטארישע ספר וואס באשרייבט די בשותפות'דיגע נסיעה צו די מושבות אין אר"י דורך ר' יוסף חיים זאנענפעלד ווי אויך דער דעמאלסדיגער יפו'ער רב.

ארויסגעגעבן דורך די אגודה בשנת תרע"ד.
אלה מסעי

לעטצענס שיין איבערגעדרוקט


הספר הינו תח"י, ונרשם ע"י הרה"ג ר' יונתן בנימין הורוויץ אב"ד שטראסבורג, שגם הוא השתתף במסע התשובה.

סידור הבעשט

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 12:26 am
דורך dovidal
הסידור שנמכר לאחרונה שהוא כתב יד יאמפילו תק"י שהיה שייך להבעש"ט גם יכולין לראות בהיברו בוקס תשוחחלו

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 12:30 am
דורך dovidal
בן בוזי האט געשריבן:אויף היברו בוקס איז דא די צוויי בענדער פונעם ערשטער דרוק אור החיים ח"א אור החיים ח"ב וואס דער אור החיים הק' האט אליינס געדורקט שנת בכת"ף ישאו, איז מיר אינטערעסאנט צו זעהן אז אויפן שער בלאט פונעם ספר רופט זיך עס ארחות חיים למעשה געדענק איך צו האבן געזעהן קאפיס פון דער ערשטער דרוק וכמדומה אז ס'הייסט יא 'אור החיים', למעשה שרייבט דער אוה"ח הק' אליין אין די הקדמה אז ער האט עס א נאמען געגעבן 'אור החיים' איז אויב אזוי וואס איז דער מאטיוו געווען פון שרייבן 'אורחות חיים'?

גם עשה הגה"ק בעל אור החיים הקדוש דבר נפלא מרוב ענוה שפירושו בצד שמאל ופירוש רש"י בימין שלא נמצא שום ספר כזה

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 8:21 am
דורך יוסף שרייבער
dovidal האט געשריבן:הסידור שנמכר לאחרונה שהוא כתב יד יאמפילו תק"י שהיה שייך להבעש"ט גם יכולין לראות בהיברו בוקס תשוחחלו



דודל איך האב געפלאנט צו שרייבען וועגען דעים 'סידור הבעשט' אבער איך האב נישט ליב קאליע צו מאכען פאר א יוד,אבער אז די דערמאנסט עס עלעך שרייבען.

דער אמאליגע בעל הבית פון דעם כת"י האט בשעתו ארויסגעגעבען א קאפי פון די סידור,ער שרייבט נישט אין די הקדמה קיין אות אחת עס זאל האבען צו טוהן מיטען בעש"ט ,איך בין געווען ביי עם בערך 16 יאר צוריק דעמאלס האט ער פראבירט בקול רפה 'משער' זיין אז די כת"י זאל זיך ווען האבען געטראפען דעם בעש"ט,און ערגעץ צווישען דעמאלס ביז היינט איז עס געווארען דעם בעש"ט סידור.

איך האב גערעדט מיט נאך יודען וואס מען האט זיי עס אנגעטראגען בשעתו און קיינער געדענקט נישט עס זאל זיין דעים בעש"ט סידור. שוין דער עיקר מען האט געטראפען א סאקער פאר א האלבע מלאנע.

על פי השמיעה האט א.ע. דאס געקויפט פאר אדמו"ר מהרב"צ מבאבוב.

ד"א פון דעים זעלבען סופר משה בן יוסף מלובומל איז פארהאנען נאך כת"י (א כת"י פין חיבור דרך עץ חיים האט אוף זיך דער נודע ביהודא'ס חתימה קען מען דאך פון דעם מאכען עפעס מוראדיג,דער נוב"י צוזאמען מיטען בעש"ט),אפשר קען מען זיי אויך מאכען פאר דעם בעש"ט כתבים,ווער וויל אריינשפרינגען אין דעם פרויעקט?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 8:39 am
דורך farshlufen
נאר א האלבע מעלאנע? געהערט א העכערע נומער.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 8:45 am
דורך יוסף שרייבער
אין מקוה קען מען רעדען וואס מען וויל,גייט צו סותביס וועבזייטעל שטייט 572,500 USD אינקלודינג קאמישאן דאס הייסט אז דער האמער פרייז איז געווען בערך א א האלבע מעלאנע און דער מוכר באקימט בערך 440 אלפים.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 9:43 am
דורך farshlufen
ר' יוסף, איך האף אז איר פארשטייט אז מיין מקור איז נישט קיין מקוה מקור.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 9:51 am
דורך יוסף שרייבער
הרב פארשלאפען,וואס איז דא דער ספק? איך זאג דאך איר קענט זעהן דער אפישעל סותביס פרייז.

סתם פאר אינטרעסאנטקייט וויפיל האט איר געהערט? (איך ווייס עס האט זיך ארומגעדרייט א שמועה 750,000)

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 12:34 pm
דורך ווילוויסן
אין זייער באשרייבונג איז דא צוויי משיעות פארוואס עס איז דעם בעשט סידור

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 12:41 pm
דורך ווילוויסן
Lot 91 SIDDUR TEFILLA ME-HA-ARIZAL MI-KOL HA-SHANAH (ORDER OF PRAYER FOR THE ENTIRE YEAR ACCORDING TO RABBI ISAAC LURIA), YAMPOL (UKRAINE). SCRIBE: MOSES BEN JOSEPH OF LUBOML, 1750 Manuscript, ink on paper Lot Sold Hammer Price with Buyer's Premium: 572,500

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 1:19 pm
דורך ווילוויסן
יוסף שרייבער האט געשריבן: ד"א פון דעים זעלבען סופר משה בן יוסף מלובומל איז פארהאנען נאך כת"י (א כת"י פין חיבור עץ חיים האט אוף זיך דער נודע ביהודא'ס חתימה קען מען דאך פון דעם מאכען עפעס מוראדיג,דער נוב"י צוזאמען מיטען בעש"ט),אפשר קען מען זיי אויך מאכען פאר דעם בעש"ט כתבים,ווער וויל אריינשפרינגען אין דעם פרויעקט?


איך געדענק ווען ס'האט זיך פארקויפט אפאר יאר צוריק, איך האב נישט געוואוסט אז מ'רעדט פון זעלבן כותב, יישר כח פאר די ידיעה.
ס'מאכט סענס ווייל דער נודע ביהודא איז דאך געווען רב דאן אין שטאט.
מ'קען דאס ערגעץ זען אויפן נעט?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 1:25 pm
דורך ווילוויסן
dovidal האט געשריבן:הסידור שנמכר לאחרונה שהוא כתב יד יאמפילו תק"י שהיה שייך להבעש"ט גם יכולין לראות בהיברו בוקס תשוחחלו


דא איז דער לינק
http://hebrewbooks.org/20882

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 1:37 pm
דורך ווילוויסן
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 42&hilite=
ביי דעם דף דארף צו זיין א חתימה "מנחם נחום בן מלכה". סופאסידילי.. מאור עינים. עסט מיר זאגן זיי האבן עס ארויסגענומען.

דוד'ל
דו ווייסט ווען און ווער האט דאס ארויפגעלייגט אויף היברובוקס?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 1:54 pm
דורך יוסף שרייבער
זעהט אויס מען דארף האבען הייליגע אויגען זוכה צו זיין צו זעהן די חתימה.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 2:03 pm
דורך ווילוויסן
יוסף שרייבער האט געשריבן:זעהט אויס מען דארף האבען הייליגע אויגען זוכה צו זיין צו זעהן די חתימה.


;l;p-

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 2:14 pm
דורך ווילוויסן
ווילוויסן האט געשריבן:אין זייער באשרייבונג איז דא צוויי משיעות פארוואס עס איז דעם בעשט סידור


דאס איז אפיציעל וואס זיי שרייבן אין די קאטאלאג.
According to Rabbi Israel Shotek, (the grandson of the Besh"t), the siddur was inherited from Rabbi Israel ben Eliezer
by his son, Rabbi Tzvi of Pinsk, then to his son, Rabbi Israel Shotek, who immediately before his death, bequeathed it
to Rabbi Mordechai (Mottel) Twersky of Chernobyl.


This chain of transmission is attested to in several written
histories. However, an alternative tradition (supported by the inscription found on f.69r) has the siddur being gifted to
Menachem Nachum
, the first Maggid of Chernobyl and father of Mordechai, directly by his teacher, the Ba'al Shem
Tov
. By both accounts, the siddur remained in the hands of the descendants of Menachem Nachum for the next two
centuries.

גירסה א', ירושה מבעש"ט לבנו ר' צבי, לבנו ר' ישראל שותק, לפני פטירתו נתנו ר' ישראל לר' מאטעלע טשערנאבלער.
גירסה ב', [געבויעט אויף א חתימה דף סט פון מאור עינים שמו ושם אמו], מתנה מבעש"ט לתלמידו המאור עינים, ירושה לבנו ר' מאטעלע טשערנאבלער.

צו קלאר איז עס שוין נישט, אבער וואס אני הק' פארשטיי נישט. אפילו לגירסה ב', פארוועם האט דער מאור עינים זיך מזכיר געווען, אויב האט עס אים דער בעש"ט געגעבן א מתנה? ווען זיי מאכן ווען די מעשה אז ער האט עס געגעבן א מתנה פארן בעש"ט און נאכן בעש"ט פטירה צוריקגענומען, וואלט איך נאך פארשטאנען די חתימה, אבער לויט זייער מעשה פארשטיי איך נישט.
איך גלייב מ'קען אלעס פארענטפערן.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 27, 2012 9:06 am
דורך farshlufen
"שם משמעון" לזכרון הרב ר' משה שמעון זיוויץ רב בפיטסבורג:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=4
אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו...

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 1:25 pm
דורך מיללער
פערצופעל געטראפן.

צפנת פענח, קורות העתים ודברי הימים ממציאות ארץ החדשה שקורין אמעריקא, געדרוקט אויף דייטש-אידיש אין בארדיטשוב תקע"ב
http://hebrewbooks.org/43129
דער פערפאסער האט געהייסן חייקל הורוויץ פון אומאין (אומאן) ווייסט איינער מער איבער דעם בוך ומחברו?

נ.ב. האט מיר מיין נאנטער פריינד און געערטער קאלאבאראטאר ר' פישעלע פון דער מגיד פון אהבת רעים אין בראנזוויל מעורר געווען אז אויף היברו-ביכער הנ"ל פעלן די ערשטערע בלעטער ביז דף י', אפשר האבן דא די זאמלער און אנטיק-הענדלער אן אנדערען עותק דערפון (לא נמצא באוצה"ח).

-

הוספה:

געטראפן א באשרייבונג איבער דעם חיבור ומחברו, באריכות:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=34

דער חייקל איז געווען פון די ראשי המשכילים פון די תלמידים פון נפתלי הירץ וויזל.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 8:24 pm
דורך ווילוויסן
חייקל. דער באקאנטער אפיקורוס פון אומאן
אין די אויסגאבע "די ליכטיגע היים" איז געלאפן די לעצטע יאר ט העכסט אינטערעסאנטע באשרייבונג איבער אים אויך ארום דעם בוך.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 12:06 am
דורך יוסף שרייבער
ווערט דערמאנט אין כתבי ברסלב. וויקי שרייבט:

'די שטאט אומאן איז דעמאלטס געווען א מאדערנע שטאט, אסאך צדיקים האבן זיך געוואלט דארט בעזעסן אבער זיי האבן נישט געקענט, געוואנט האט אין די שטאט די הויפט גרויסע משכילים וואס האבן געוואלט איבער פיהרן די פרומע אידן צו זיין גוים, חייקל הורוויץ מיט זיינע צוויי איידעמער הירש בער הורוויץ, און דער אייניקעל פון דעם גאון דער נודע ביהודה משה לאנדא. זיי זענען אלע געווען תלמידים פון דעם משכיל נפתלי הירץ וויזעל. זיי האבן ביי זיך געהאט דעם ספר פון זייער רבין יין הלבנון אין כתב יד.

נפתלי הירץ וויזעל האט גשריבן דאס ספר יין הלבנן וואס איז געווען א פי' אויף מסכת אבות אבער ער האט דערין אריין געפלאכטן אסאך אפיקורשיסע געדאנגען. זיינע נאכפאלגער האבן געוואלט דרוקן דעם ספר און עס צושפרייטן צווישן אידן, און אזוי אריינברענגען די השכלה צווישן עהרליכע אידן. אין פאקט זענען זיי געווען נאנט צום קעניג פון אוקריינא זיי האבן פארמאגט ספעציעלע שריפטן פון "ניקאליי" אז זיי זענען אויסגערופענע בירגער. ווען ר' נחמן האט זיך אמאל אפגשעטעלט צו וויילן א שבת אין אומאן און די אפיקורסים האבן געהערט אז עס געפינט זיך אצינד א חסידישע רבי האט דער שווער חייקל געזאגט פאר זיינע איידעמער איך וועל גיין איהם באזוכן און זעהן אויב עס איז ווערט מיט זאלן זיך פארהערן מיט איהם ! חייקל איז אריבער צו די אכסניא פון ר' נחמן, ווען ער איז אריין געקומען פרעגט איהם ר' נחמן וואס וויל א יוד, ענטפערט ער איך האב געהערט אז עס איז געקומען א גרויסער מענטש בין איך איהם געקומען מקבל פנים זיין, זאגט איהם ר' נחמן א גרויסער מענטש! אט קעגן איהם מיר שטייט איין א גערויסער מענטש, ווייל דאן איז פונקט דארט איינגעשטאנען א רוסישער גענעראל, נו פרעגט ר' נחמן פאר וואס גייסטו נישט צו איהם ? חייקל איז שטיל געווארן, ווען ער איז צוריק אהיים צו זיין משפחה האט ער זיי געזאגט ער האט טאקע מיך אביסל פארשעמעט אבער איז זעה עס איז דא מיט וועמען צו רעדן.
שפעט נאמכמיט זענען די דריי משכילים אריבער צו רבי נחמן, רבי נחמן האט דאן געפראוועט שלוש סעודות מיט זיינע חסידים.'


אין כתבי ברסלב שטייט:
'בדרכו לברסלב עבר דרך העיר אומן. בעוברם מול בית הקברות הישן אמר "כמה יפה ונאה לשכב על בית החיים הזה". כאן נפגש ראשונה עם חבורת "המשכילים" המפורסמת – חייקל הורביץ', הירש בער ומשה לנדא (שהיו מתלמידיו של המשכיל הידוע), איתם נוצר קשר שימשך עד להסתלקותו.
מסופר שכאשר שמעו על הצדיק החדש שהגיע לעיר הלכו כמנהגם "לתהות על קנקנו" במטרה לבזותו. תחילה הלך חייקל. כאשר הגיע אל רבנו שאלו ''מה רוצה יהודי?'' הוא השיב ששמע שיושב מולו אדם גדול ובא לקבל פניו. רבנו השיב שבבית ממול שם התאכסן גנרל חשוב, ישנו אדם גדול ומדוע לא יקבל הוא את פניו?! מבויש שב חייקל לביתו . בהגיעו אמר לחבריו שהוא מצא אדם מאד חכם "שיש מה לדבר עימו" והלכו כולם יחד. כאשר הגיעו אליו מצאוהו אומר תורה ובאמצע התורה העביר רבינו לנושא בעל חשבון מתמטי עמוק מאוד, והבינו שאמר זאת עבורם. הם ניסו לפתור את הבעיה וכשלא עלה בידם הפצירו בו שיפתרה ופתרה בשבילם. התלהבותם מהתשובה הייתה כה גדולה עד שהפצירו בו שיישאר לגור באומן. הוא ביקש מהם שישלחו לו את הספר "יין לבנון" ואם יקבל את הספר הוא יבוא לגור באומן. '

'באומן פעל רבנו לקרב את המשכילים, איתם נוצר קשר שהחל עוד בשנת תקס"ב (1802) בדרכו לברסלב. הוא אמר שהם פסולת, אולם למרות שהם רשעים יש ביניהם כאלו עם ניצוצות של קדושה שעדיין לא נתבארו. בייחוד התקרבו אליו שלושת משכילי העיר המפורסמים: משה לאנדא, הירש בער וחייקל הורביץ. מכל מקום רבנו לא אמר בפניהם תורה, והיה נוהג עמם בדרכים מופלאות כך שהעריצו מאד את חכמתו וגאונותו המופלאה והתבטלו אליו ממש. מאוחר יותר אמרו שאלמלא הסתלק כך היו נעשים בעלי תשובה גמורים'

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 12:34 am
דורך סטראשעלע
ווילוויסן האט געשריבן:חייקל. דער באקאנטער אפיקורוס פון אומאן


על משכילי אומאן ראה מאמרי חיים ליבערמאן בספרו אהל רח"ל כאן וכאן ועוד כאן

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 5:54 pm
דורך בן בוזי
מסכת אדמונים וועגן קומיניזם (די בולשאוויקן/רויטע )

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2012 2:13 pm
דורך scy4851
א מאמר בענין א כתב יד פון ר' שת הרופא בר יפת געלעבט אביסעל נאכען רמב"ן און ארם צובה (Aleppo)
http://www.hebrewbooks.org/33076
ווייסט עמיצער מער וועגען דער כתב יד אדער דער מחבר?

ספר על בתי אונגארין

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 9:01 am
דורך טייטל
מונח בזכרוני שיש איזה ספר בהיברו בוקס המקיף את כל תולדות וקורות בתי אונגארין, מי היו הקונים שקנו שם בתים, עם חתימותיהם על שטרות הקניה, ועוד הרבה מסמכים. האם מישהו זוכר אולי את שם הספר? או יודע משהו אודותיו? או אולי מקום אחר שאפשר להשיגו.
תודה רבה