בלאט 6 פון 10

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 17, 2009 8:27 am
דורך יוסלמאן
יוד איינער האט געשריבן:דעם לוחות העדות פון רבי ר' יונתן האט ער אויך דארט ?


יא יוד איינער, מ'האמיר עס שוין אמאל אראפלאדירט. גיב א זוך דערפאר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 17, 2009 8:30 am
דורך scy4851
לוחת העדות מרבי ר' יהונתן ז"ל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 17, 2009 8:38 am
דורך יוד איינער
שכח פארן אהערברענגן נאכאמאהל, און טשולדיגט פארן בעטן עפעס וואס איך האב נישט געוואוסט אז עס געפונט זיך שוין דאהי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 17, 2009 2:47 pm
דורך פארשער
לייכטזין אונד פרעממעלייא עס קוקט אויס ווי עפעס א מין פלעי איך פארשטיי נאר נישט קיין ווארט וואס עס שטייט דארט

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 04, 2010 12:04 pm
דורך שאץ מאץ
איך ווייס נישט צו איינער האט שוין צוגעלינקט דעם "חסרונות הש"ס" היות ס'איז אין די ניטל תקופה, ווערט אסאך ארום גערעדט פון דעם חסרונות הש"ס וואס דא ווערט געלערנט די פרשה ארום אותו האיש,

http://www.hebrewbooks.org/22221

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 07, 2010 7:02 am
דורך מאטעס
זכור ימות עולם פון ר' הערש וואלף פרידמן פון בני ברק. הנ"ל היה משב"ק אצל מהר"א מבעלזא זצ"ל
מעניין במיוחד תיאוריו על חצר בעלזא באותה תקופה בא"י במשבר השואה ולאחריה, גם לחובבי הפולמוס מתואר שם "פרשת סטמר" מנקודת מבטו כמובן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 07, 2010 8:01 pm
דורך אויפריכטיג
היסטאריע: דאס איז די ערשטע ספר אויף לשון קודש געדרוקט אין אמעריקע!!!!!
אבני יהושע על פרקי אבות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 07, 2010 10:13 pm
דורך מוטשע נישט
ספר יפה מהישועה אן אינטערסאנט ספר וואס רבינו נסים גאון האט געשריבן פאר זיין זוהן דונש (דונש בן ליבראט?) נאך וואס זיין קינד איז ל"ע אוועק.
עס אנהאלט באוויסטע און אסאך אומבאוויסטע מדרשים און סיפורים

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 08, 2010 3:32 am
דורך מאטעס
מוטשע נישט האט געשריבן:ספר יפה מהישועה אן אינטערסאנט ספר וואס רבינו נסים גאון האט געשריבן פאר זיין זוהן דונש (דונש בן לברט?) נאך וואס זיין קינד איז ל"ע אוועק.
עס אנהאלט באוויסטע און אסאך אומבאוויסטע מדרשים און סיפורים

זיין איידעם אדער שווער נישט זיין זון,

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 08, 2010 7:09 am
דורך מוטשע נישט
בן ליבראט דארף נישט דייקא מיינען א זוהן פון ליבראט, עס קען מיינען א שם כינוי וכו'

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 08, 2010 7:16 am
דורך farshlufen
ר' נוטשע מישט, עס שטייט דאך "דונש חתנו".

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 12, 2010 3:49 pm
דורך שטיקל גבאי
איך האב געהערט די וואך, אז ר' חיים ראזענבערג שיחי' האט זיך צוקריגט מיט די ספריה חב"ד, און וועגן דעם האט ער שוין נישט ארויף געלייגט די לעצטע פאר וואכען קיין נייע ספרים.
(איך ווייס נישט מער פרטים)

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 12, 2010 4:16 pm
דורך ברוקלין
ביז דערוויל האבן זיי שוין איבערגעהיפט אוצר החכמה

אוצר 40000
היברו בוקס 42000

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 17, 2010 11:04 am
דורך תרנגול
ווייסט איינער ווי מ'קען קויפן אין מאנסי די הארד דרייוו פון היברו-בוקס, און וויפיל קאסט עס?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 17, 2010 2:28 pm
דורך יהיה כן
ברוקלין האט געשריבן:ביז דערוויל האבן זיי שוין איבערגעהיפט אוצר החכמה

אוצר 40000
היברו בוקס 42000


אויך מיר א חכמה!, ער רעכנט יעדע קונטרס'ל פון אידישע ליכט פאר א ספר! ווען אין אוצר החכמה, איז א קובץ פון איבער 150 חלקים פארעכנט אלס 'איין' ספר

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 17, 2010 6:03 pm
דורך מוטשע נישט
קונטרס אגרת השבת. א בריוו פאר אמעריקאנער אידן צו האלטן שבת
http://www.hebrewbooks.org/2642

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 11:19 am
דורך בן בוזי
אן אינטערעסאנטע בוך איז דא אויף היברו בוקס, א ספר היובל וואס א דרוקעריי האט ארויס געגעבן לרגל זייער 15'טע יובליאום, לכבוד דעם האבן די רבנים געשיקט באגריסונגען און וואונטשן.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 31, 2010 5:38 pm
דורך scy4851
לכל חפץ געדרוקט און 'ויניציאה' בשנת שי"ב לפ"ק
א ספר מיט נוסחאות פון שטרות כעין אוויא דער קיצור נחלת שבעה

פונעם שער בלאט:

והוא תיקון שטרות הנהוגים בבני ישראל כדת משה וכהלכה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 04, 2010 3:45 pm
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 04, 2010 4:53 pm
דורך קארל
כל מלאכת הגיון, דברי מחשבה פון אריסטו, לויט א קיצור פון דעם אראבישן פילאזאף אבן רשד. די קאפיע פון דעם ספר קומט פון דעם ביבליאטעק פון רבי מתתיהו שטראשון, א זון פונעם רש"ש.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 04, 2010 9:24 pm
דורך פרייליכערהייט
בן בוזי האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע בוך איז דא אויף היברו בוקס, א ספר היובל וואס א דרוקעריי האט ארויס געגעבן לרגל זייער 15'טע יובליאום, לכבוד דעם האבן די רבנים געשיקט באגריסונגען און וואונטשן.


זעהט אויס אז די אנשיקעניש פון פראווענען יובל'ס און יובעליונם'ס. נישט אינעם קאנטעקסט פון פופציג, ווי איר עכטע באדייט, איז נישט קיין נייע זאך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 04, 2010 11:15 pm
דורך קארל
פרייליכערהייט האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע בוך איז דא אויף היברו בוקס, א ספר היובל וואס א דרוקעריי האט ארויס געגעבן לרגל זייער 15'טע יובליאום, לכבוד דעם האבן די רבנים געשיקט באגריסונגען און וואונטשן.


זעהט אויס אז די אנשיקעניש פון פראווענען יובל'ס און יובעליונם'ס. נישט אינעם קאנטעקסט פון פופציג, ווי איר עכטע באדייט, איז נישט קיין נייע זאך.

ניין, ס'איז נישט קיין נייע זאך. פאקטיש האט נאך דער פויבסט פאול דער צווייטער באשטימט פאר איבער 600 יאר צוריק אז א "יובל" זאל אפגעהאלטן ווערן יעדע 25 יאר. זע דא א לענגערע אפהאנדלונג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 04, 2010 11:21 pm
דורך פרייליכערהייט
איך רעד דאך ביי אונז יידן, וואס לערנען אין פרשת בהר, וואס אזאנס יובל איז. יובל איז אזא סארט סיכום, פון זיבן מאל זיבן. וואס איז נאך ניין און פערציג. דאס האט עפעס מיט א סוד חמישים... [והוא רחום יכפר עון], דאס איז עפעס א מין לעולם, יא! אין פרשת משפטים ווערט עס אזוי באצייכנט. עס איז נישט סתם קיין צייכענונג. אדער א יארטאג...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 04, 2010 11:26 pm
דורך קארל
"אזוי ווי ס'גוי'אישט זיך, אזוי אידישט זיך."
שוין געהערט אמאל דעם אויסדרוק?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 10, 2010 10:26 pm
דורך שאץ מאץ
לכבוד חודש אדר

א ספר כל בו לפורים, איך וויס נישט צו דער ספר איז 100 פראצענט כשר, אבער אסאך פורים רבנים האבן גענומען זייער חומר פון דעם ספר,
ער האט זמירות מיט פיוטים מיט אקדמות לפורים, ווי אויך גמרות מיט מדרשים אלעס אליין געקנעטן...

http://www.hebrewbooks.org/33628