בלאט 5 פון 10
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 11, 2009 6:31 pm
דורך scy4851
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 11, 2009 6:43 pm
דורך ברוקלין
עס איז אראביש!!
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 11, 2009 6:53 pm
דורך scy4851
הרב ברוקלין,
דאס זעה איך אויך.
איך האב געוואלט וויסען וואס דער ספר ענטהלט. אויף וואס פאר א ענין איז דער ספר.
מוסר? על התורה? .וכו' וכ'
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 12, 2009 4:56 am
דורך מאטקע
ג' כרכי אוהל רחל להביבליוגרף ר' חיים ליברמן ז"ל
אוהל רח"ל ח"אאוהל רח"ל ח"באוהל רח"ל ח"ג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 12, 2009 12:08 pm
דורך בן בוזי
תודה רבה ר' מאטקע, כ'האב נאך געקענט ר' חיים'ן ביי די 106 יאהר.
גנזי כתבים א אוצר גדול פון כתבי ידות פון גדולי הדורות ומנהיגי החסידות
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 12, 2009 12:26 pm
דורך גבאי ביהמד
ווארענונג!!
לינקס שאין רוח חכמים נוחים מהם וועלן געמעקט ווערן.
הגבאי, בשם ההנהלה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 12, 2009 6:21 pm
דורך מאטקע
בן בוזי האט געשריבן:תודה רבה ר' מאטקע, כ'האב נאך געקענט ר' חיים'ן ביי די 106 יאהר.
ער האט דערלעבט ביז 106? מיר א חידוש, קיינמאל געהערט פון דעם.
ער איז געווען און באוואוסטזיין ביז צום סוף? דוכט זיך ער האט קיינמאל חתונה געהאט!?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 15, 2009 1:48 pm
דורך scy4851
ווייסט איינער מער אינפארמאציע וועגען וואס עס גייט אהן ביי היברו בוקס בנוגע זייער קאנעקשען מיטען חב"ד לייברערי?
אויף ה"פ איז עפעס געווען אז עס רייבט זיך דארט.
א שטיקעל צייט איז געווען שטיל און גארנישט האט מען געשטעלט.
יעצט און חשון האבען זיי שוין יא געשטעלט פרישע.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 16, 2009 9:37 am
דורך מאטקע
כ'האב יעצט אראפגעלאדענט א קיי"ל פון עטליכע פופציג גליונות פון "הנשר" צו יוסף כהן צדק, פלוצלינג זענען זיי מיר מודיע, אז כ'בין אריבער דעם גרענעץ פאר היינט, כ'דארך ווארטען נאך פיר און צוואנציג שעה אראפ צו לאדענען פון פריש.
צו היברו בוקס באגרעניצט מיט'ן אראפלאדענען?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 23, 2009 8:44 am
דורך יוסלמאן
כ'האלט עס נאך אינמיטן לעזען, ספר דרך החיים געדרוקט דורך הרב חיים יהודא מעקלער פון סט. פאול, מיניסוטע בשנת תרפ"ז. ער שרייבט אביסל הומאריסטיש וועגן די אידישקייט אין אמעריקא. קען איינער ביטע ברענגן א לינק.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 23, 2009 9:08 am
דורך מאטקע
יוסלמאן האט געשריבן:כ'האלט עס נאך אינמיטן לעזען, ספר דרך החיים געדרוקט דורך הרב חיים יהודא מעקלער פון סט. פאול, מיניסוטע בשנת תרפ"ז. ער שרייבט אביסל הומאריסטיש וועגן די אידישקייט אין אמעריקא. קען איינער ביטע ברענגן א לינק.
שיין געבעטען
דא האסטו
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 24, 2009 12:56 pm
דורך בן בוזי
צוואה פון איינער אשר ברעכער א קאסובער חסיד אין קלוזש
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 02, 2009 3:55 am
דורך איטשע
בן בוזי האט געשריבן:תודה רבה ר' מאטקע, כ'האב נאך געקענט ר' חיים'ן ביי די 106 יאהר.
גנזי כתבים א אוצר גדול פון כתבי ידות פון גדולי הדורות ומנהיגי החסידות
אוי, די בריוו זעהן אויס געפעלטשט (פאבריצירט) איינער נאכן צווייטן....
איןן טאקטיק פון פעלשן - אן געכאפט ווערן - אז אנטשאט אריין לייגן דער טאג פון דער וואך און דער חודש (וואס קען שפעטער אויפגעוויזן ווערן אז דער בריוו איז געשריבן שב"ק) איז צו לייגן דער פרשה פון דער וואך, וואס איז כמעט קיינמאל נישט גענוצט געווארן אלס א דאטום אין א בריוו.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 03, 2009 5:41 pm
דורך scy4851
ר' איטשע,
לאו דוקא! מעזעהט בריף וואס דער דאטום איז די פרשה פון די וואך און נישט דער טאג פון חדש.
דא האסטו אן עקזעמפעל
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=4קוק אויפען הסכמה פונעם דברי חיים אויף דעם ספר און אויך אויפען הסכמה פון ר' יעקב ארי' מראדזמין ז"ל. קיין איינער פון זיי האבען נישט געניצט דער חדש דאטום.
נאך איינס,
א בריף פונעם כתב סופר צו ר' עקיבא יוסף שלעזינגער ז"ל געדרוקט אונעם חלק א' פון 'לב העיברי'
דער כתב סופר שרייבט דער דאטום
וי״ו עש״ק לסדר ויברך אתכם כאשר דבר לכם, שנת תרי״ז לפ״ק פ״ב יע״א דער טאג פון חדש איז בכלל נישט דערמאנט
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=4
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 05, 2009 10:27 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
איטשע האט געשריבן:בן בוזי האט געשריבן:תודה רבה ר' מאטקע, כ'האב נאך געקענט ר' חיים'ן ביי די 106 יאהר.
גנזי כתבים א אוצר גדול פון כתבי ידות פון גדולי הדורות ומנהיגי החסידות
אוי, די בריוו זעהן אויס געפעלטשט (פאבריצירט) איינער נאכן צווייטן....
איןן טאקטיק פון פעלשן - אן געכאפט ווערן - אז אנטשאט אריין לייגן דער טאג פון דער וואך און דער חודש (וואס קען שפעטער אויפגעוויזן ווערן אז דער בריוו איז געשריבן שב"ק) איז צו לייגן דער פרשה פון דער וואך, וואס איז כמעט קיינמאל נישט גענוצט געווארן אלס א דאטום אין א בריוו.
דאס איז די חרסאנער בריוון
קיק מכתב ב' פון בעל שם טוב איז דאטירט א' בראשית א דאטום וואס עקזיסטירט נישט
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 05, 2009 11:05 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 05, 2009 11:28 pm
דורך scy4851
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:קיק מכתב ב' פון בעל שם טוב איז דאטירט א' בראשית א דאטום וואס עקזיסטירט נישט
און א"י יא!
אבער כידוע, איז דער בעל שם טוב זי"ע קיינמאל נישט אהנגעקומען דארט
(עס קומט מיר און געדאנק יעצט אז דער פעלשער האט אפשר געוואוינט און א"י און זיך נישט געכאפט אז מען קען נישט נוצען דער דאטום פאר כלומרש'ט בריף געשיקט און חו"ל)
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 06, 2009 10:12 am
דורך בן בוזי
דער גנזי כתבים וואס כ'האב אנגעצייכנט האט קיינע שייכות צום חרסנ'ער גניזה, דאס איז א באזונדערע זאך, מיט פאטאסטאטן פון די כת"י.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 06, 2009 7:11 pm
דורך scy4851
בן בוזי, פון דער צווייטע בריף פונעם בעש"ט האב איך נישט געזעהן דארט א פאטאסטעט, און עס איז טאקע אינטערעסאנט דער דאטום א' בראשית
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 06, 2009 7:23 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
די בריוון פון בעל שם טוב דארט זענען פון די חרסונער (א בלינדער קען דאס דערקענען אינמיטן די נאכט = די דאטומס על הפרשה וכו') די אנדערע צדיקים'ס בריוון זענען אפשר יא קראנט
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 09, 2009 10:16 am
דורך farshlufen
ניי ביי היברו בוקס:
ספרים פון די לייברערי פון דזשעי טי עסצווישן זיי אויך זעלטענע כתבי ידות, מיר האפן אז דאס איז נאר די התחלה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 10, 2009 12:26 pm
דורך זעליג
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 16, 2009 9:41 pm
דורך scy4851
יעצט געזעהן און דער ליסט פון ספרים וואס היברו בוקס האט ארויף געשטעלט און כסלו
דער ספר '
עקיצת עקרב' פון ר' יעקב עמדין ז"ל בענין די קמיעות פון רבי ר' יונתן ז"ל
וואס איז געווען אזוי וויכטיג דאס ארויפשטעלען? נאך מיט די שארפע לשונות וואס ער שרייבט שוין אויפען ערשטען בלעטעל! גיי ווייס!
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 16, 2009 9:57 pm
דורך scy4851
ספר
תלמוד צחקן מוסריגעדרוקט און אמסטערדאם בשנת תנ"ח לפ"ק
פונעם שער בלאט:
אשר הוא חיבור קטן, נחמד ונעים אל לבות האדם, מהויכוח שהיה בין שני תלמידים אוהבים ורעים, מחמת הצחוק, ובפלפלא חריפתא, עם מראה מקום, מתורה נביאים וכתובים ומהתלמוד, הראות והראיות שמביא כל אחד לנצח את חבירו : הקונה אל ידאג אל הכסף אשר יתן בעדו, אודות נעימות הלשון והחכמה, אשר ימצא בו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 17, 2009 2:00 am
דורך יוד איינער
דעם לוחות העדות פון רבי ר' יונתן האט ער אויך דארט ?