איבער ספרים און מחברים
מאנטאג מאי 18, 2009 1:01 pm
שוין א לאנגע צייט וואס איך האב געטראכט פון עפענען אזא אשכול, עס איז פארהאן די היברו בוקס דאַט אָרג וועלכע איז פון די גרעסטע שטיצער פאר אונזער פארום פון ווי חברי הקרעטשמע זענען דולה ומשקה פון דארט פילע אינפארמאציע, היינט צו טאגס זענען שוין פארהאן אויף איר געוועלבעל 35,816 ספרים, דאס איז אן אוסטראנאמישער ציפער, צווישן זיי זענען פארהאן זייער אינטערעסאנטע ספרים, וויל איך אט דעם אשכול ווידמען צו לינקען אהין איבער אינטערעסאנטע ספרים און ביכער וולכע מ'קען דארט געפונען.
ס'פארשטייט זיך אז פאר יעדעם איז עפעס אנדערש אינטערעסאנט, דעריבער זאל דער וואס ברענגט א לינק זאגן וואס עס מאכט דעם ספר אדער ביכל אינטערעסאנט.
Advertisement
מאנטאג מאי 18, 2009 1:27 pm
אוסף תמונות (אלבום) מילידי הארץכשמו כן הוא א בילדער אלבום פון ארץ ישראל'דיגע פערזענליכקייטן
אויסווייז א בוך מיט נעמען פון שטיצער פאר דער גאלאנטער רב'ס ישיבה ווי אויך געפונען זיך דארט די נעמען פון די בחורים וועלכע האבן געלערנט אין ישיבה בשנת תרצ"ג
אסיפת הרבנים בקראקא א סעריע פון אסיפות אויף צו מאכן נאך אסיפות
מאנטאג מאי 18, 2009 2:03 pm
א געלונגענער געדאנק הרב בן בוזי, מיר האבן שוין אין די פארגאנגענהייט געברענגט עטליכע גאר היסטארישע און אינטערעסאנטע ספרים פון דארט, אבער יעצט האבן מיר א פלאטפארמע פאר קורצערע אפהאנדלונגען.
כה לחי!
מאנטאג מאי 18, 2009 2:11 pm
wow!!
דארט איז דא איצט סחורה, וועל מיר דערויף אפזיצן אי"ה און אהערברענגען וואס עס איז אינטערעסאנט בל"נ.
מאנטאג מאי 18, 2009 2:31 pm
עס איז כדאי מעורר צו זיין אז נאך 30 זייטן הייבט זיך עס נאכאמאל אן, בקיצור עס איז דאפלט אריינגעסקענט, עס האט עטליכע מערקווידיגע בילדער, וואס איז מיר געווען אינטערעסאנט, און פילייכט ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם איד איז דאס.
- עטעטשמענטס
-

מאנטאג מאי 18, 2009 2:58 pm
איך בין אין שאק, איך הער נעכטן אויפן טעלעפאן ווי איינער גרויזט זיך אז ער האט פארשאפט די גאנצע סעריא "אידישע ליכט" יוי מיינע קינדער יארן זענען פארברענט געווארן דארט, איך שריי מיט שאק, ווי האסטו דאס באקומען, זאגט ער אויף היברו בוקס [דאס איז א מין וועבזייטל זאגט ער מיר.. כאילו איך האב נאך אין מיין לעבן קיין קאמפיוטער נישט געזען פאר די אויגן]
http://www.hebrewbooks.org/alephגייטס אראפ ביז "אידישע" - ס'גייט לויט די אלף בית, ביי ביי, די נעקסטע 5 יאר בין איך פארנומען..
מאנטאג מאי 18, 2009 5:25 pm
איך בין לעצטנס געוואויר געווארן אז מ'קען דארט אויך זוכן ווערטער אינעם תוכן פונעם ספר. כ'בין ממש נתפעל געווארן פון די פונקטליכע רעזולטאטן. זייער OCR ארבעט געוואלדיג, אפילו אויף אלטע פארזשאווערטע רש"י אותיות. איר קענט צב"ש מיט איין קנעפל (נישט די ניק) טרעפן אלע תשובות וואס זענען געשריבן געווארן צו "שלמה ווייס". אויב זוכט איר מער ווי איין ווארט, מאכט זיכער צו לייגן די טוירקי לעגס ("גענזען פיסלעך") פאר שלמה און נאך ווייס. איך האב אויף דעם אופן געטראפן עטליכע ספרים וואו מיינע זיידעס האבן געגעבן מעות קדימה.
מאנטאג מאי 18, 2009 5:31 pm
יגרסהדותא האט געשריבן: ביי ביי, די נעקסטע 5 יאר בין איך פארנומען..
יגרל טוע דאס נישט פאר אונז,
אויב יעדער וועט אייך נאך טוען קענמער צומאכן די קערטשמע פאר די נעקסטע 5 יאר היל"ת.
מיטוואך מאי 20, 2009 9:37 am
אן היסטארישע ספר וואס באשרייבט די בשותפות'דיגע נסיעה צו די מושבות אין אר"י דורך ר' יוסף חיים זאנענפעלד ווי אויך דער דעמאלסדיגער יפו'ער רב.
ארויסגעגעבן דורך די אגודה בשנת תרע"ד.
אלה מסעי
מיטוואך מאי 20, 2009 12:29 pm
יגרסהדותא האט געשריבן:איך בין אין שאק, איך הער נעכטן אויפן טעלעפאן ווי איינער גרויזט זיך אז ער האט פארשאפט די גאנצע סעריא "אידישע ליכט" יוי מיינע קינדער יארן זענען פארברענט געווארן דארט, איך שריי מיט שאק, ווי האסטו דאס באקומען, זאגט ער אויף היברו בוקס [דאס איז א מין וועבזייטל זאגט ער מיר.. כאילו איך האב נאך אין מיין לעבן קיין קאמפיוטער נישט געזען פאר די אויגן]
http://www.hebrewbooks.org/alephגייטס אראפ ביז "אידישע" - ס'גייט לויט די אלף בית, ביי ביי, די נעקסטע 5 יאר בין איך פארנומען..
איינער דא האט קאנעקשאנס ביי היברו בוקס?
אויב יא זעטס זיי זאלן אראפנעמען די "אידישע ליכט" פין די סייט, אונז האב מיר קוים צוריקבאקומען יגר'ל אונז וועל מיר אים נישט לאזן נאכאמאל נעלם ווערן.
מיטוואך מאי 20, 2009 12:40 pm
farshlufen האט געשריבן:אן היסטארישע ספר וואס באשרייבט די בשותפות'דיגע נסיעה צו די מושבות אין אר"י דורך ר' יוסף חיים זאנענפעלד ווי אויך דער דעמאלסדיגער יפו'ער רב.
ארויסגעגעבן דורך די אגודה בשנת תרע"ד.
אלה מסעי
קוק?
מיטוואך מאי 20, 2009 1:00 pm
מאשקע האט געשריבן:איך בין לעצטנס געוואויר געווארן אז מ'קען דארט אויך זוכן ווערטער אינעם תוכן פונעם ספר. כ'בין ממש נתפעל געווארן פון די פונקטליכע רעזולטאטן. זייער OCR ארבעט געוואלדיג, אפילו אויף אלטע פארזשאווערטע רש"י אותיות. איר קענט צב"ש מיט איין קנעפל (נישט די ניק) טרעפן אלע תשובות וואס זענען געשריבן געווארן צו "שלמה ווייס". אויב זוכט איר מער ווי איין ווארט, מאכט זיכער צו לייגן די טוירקי לעגס ("גענזען פיסלעך") פאר שלמה און נאך ווייס. איך האב אויף דעם אופן געטראפן עטליכע ספרים וואו מיינע זיידעס האבן געגעבן מעות קדימה.
סארי, איך האב מיך גענומען זוכן, איך ווייס נישט וואס דו רעדסט, זייער OCR טויג אויף כפרות [שוין נאכן פליקן..]
1. ס'נעמט מוראדיג לאנג
2. ער ברענגט האלבערטע זאכן
מיטוואך מאי 20, 2009 1:06 pm
יגר, עס דעפענדירט וועלכע פאנט דער ספר איז, דאס איז מיין עקספיריענס, איך האב אזוי אויך געפונען ווערטפולע אינפארמאציע אויף מיינע אור עלטערן.
מיטוואך מאי 20, 2009 1:17 pm
אינטערעסאנט, ווייל מאשקע שרייט דאך אז ס'כאפט אפילו רש"י אותיות!
זאג, ס'האט ביי דיר אויך גענומען לאנג? [לאנג מיין איך א גוטע 10-15 מינוט]
מיטוואך מאי 20, 2009 1:44 pm
יגר, קענסט פרובירן, טו ווי פאלגענד:
עפן עני ספר, סעלעקט א פאראגראף, קאפי עס, און פעיסט עס אין ווארד, אויב איז עס גרייזיג זיי וויסן אז אזוי ליינט עס דער OCR סוירטש.
ווי לאנג עס נעמט? צומאל נעמט עס א קידוש החמה פעריאד און צומאל גייט עס שנעל, עס ווענדט זיך ווי ביזי זייער סייט איז.
מיטוואך מאי 20, 2009 2:15 pm
farshlufen האט געשריבן:יגר, קענסט פרובירן, טו ווי פאלגענד:
עפן עני ספר, סעלעקט א פאראגראף, קאפי עס, און פעיסט עס אין ווארד, אויב איז עס גרייזיג זיי וויסן אז אזוי ליינט עס דער OCR סוירטש.
זאג צדיק'ל, מיט וויפיל ספרים זאל איך אזוי טון?.... איך בין גענוג ביזי מיט מיינע אידישע ליכט'ס...
לאמיתו של דבר, א יש"כ פאר דיין תשובה
מיטוואך מאי 20, 2009 2:20 pm
עס איז נישט רעכט וואס דו זאגסט, ocr סוירטש ארבעט נישט אזוי, דו"ק ותשכח אז זייער סוירטש ענדזשין ארבעט פיל בעסער ווי עדאביס אייגענע סוירטש ווען מען עפענט אויף דעם pdf.
מיטוואך מאי 20, 2009 2:27 pm
יגר, גלייב מיר אז מיר האבן שוין אדוכגעלייענט די אידישע ליכט'ס פאר 20 פלאס יערס עגאו.
ר' בן בוזי, ביטע זייטס אייך מער מסביר איך בין בטבע אביסעלע פלאטשיק.
מיטוואך מאי 20, 2009 5:12 pm
גם אני נושעתי הרבה מהחיפוש של 'היברוי באקס'
מצאתי שם הרבה שמות מאבותי ובני משפחתי שנתנו דמי קדימה לספרים קודם המלחמה בפוילין, ובזה יש כמו הנצחה לזכרם ולשמם שנאבדו בימי הזעם
אגב, איך האב זיך געטראפן פערזענליך מיט דעם מייסד און אנפירער פון דעם סייד, הרב חיים ראזנבערג שליט"א, ער זאגט מיר אז ער גיט אכטונג עס זאל נישט אריינלייגן קיין ספרים פון קיין פושעים ואפיקורסים, ער איז מקפיד צו לייגן נאר פון ערליכע (עכ"פ לויט זיין מיינונג און השגות...).
אויך זאגט ער מיר אז ער איז מקפיד אריינצולייגן נאר מיט רשות, [געוויסע ספרים האט ער אפגעקויפט פון מארגנשטערן דער פראדיצירער פון אוצרות התורה, וואס דארט איז דא ספרים וואס ער האט נישט קיין דירעקטע רשות פון מו"ל אדער מחבר, ואכמ"ל].
ער האט מיר נישט געוואלט זאגן ווי אזוי זיין חיפוש איז געמאכט געווארן....
שטייצעך אז איך האב עם געגעבן פיל חיזוק און עם געזאגט אז ער זאל למען השם ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עז, מיט א שטורעם.
מיטוואך מאי 20, 2009 6:22 pm
יא, די חיפוש קען אמאל נעמען זייער לאנג. נישט נאר די ocr; נאר אפילו די געווענליכע חיפוש.
און אזוי ווי ביזי'ס זון זאגט, זייער ocr איז אסאך בעסער ווי עדאובי'ס. און איך גלייב נישט אז עדאובי קען אויפכאפן רש"י אותיות פון 150 יאר צוריק.
מיטוואך מאי 20, 2009 6:34 pm
היברובוקס איז שוין היינט אויך א shadow סייט פון
http://www.chabadlibrary.org זייער ציל איז ארויפצישטעלען אויפען וועב זייער גאנצע לייברערי וואס אנטהאלט 250,000 ספרים
יגר זאגט אז ער איז ביזי די נעקסטע 5 יאהר, דאכט זיך מיר אז און 10 יאהר ארום וועט ער נאך אלטץ זיין פארנומען
מיטוואך מאי 20, 2009 10:06 pm
[quote="scy4851"]היברובוקס איז שוין היינט אויך א shadow סייט פון
http://www.chabadlibrary.org זייער ציל איז ארויפצישטעלען אויפען וועב זייער גאנצע לייברערי וואס אנטהאלט 250,000 ספרים
/quote]
ר' שמחה
טאקע דארט האבן איך אים געפונען! אין 770 אויפן צווייטן שטאק, דארט האט ער זיין גאנצע קלאפער געצייג, די ריזיגע סקענערס וכו', מיט א טוץ ארבייטער, האבעך געהאט א שטיקל אינטערוויא מיט אים
דאנערשטאג מאי 21, 2009 11:01 am
ר' שמחה, מיר האבן דארטן אביסל ארום געבלעטערט אין זייער קאטאלאג און געזען אז זיי האבן א ים מיט סחורה.
מיין פראגע איז: וויאזוי קען איך פועל'ן ביי זיי ארויפצושטעלן אנליין א ספר וואס איך דארף וויכטיג?
דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:28 pm
איך בין דארט געווען (אין חב"ד לייברערי) איך האב געבארגט און געסקענט אויפן פלאץ א געוויסער ספר (מיט א האנט סקענער) וואס כאב געדארפט, ר' חיים נ"י איז צוגעקומען צו מיר און געקוקט וואס איך טו, ער האט מיך געפרעגט וואסערע ספר דאס איז וכו', ער זאגט מיר אפשר קען ער דאס ארויף לייגן, ויהי כן!, דעם נעקסטן מאנאט האב איך עס דארט געטראפן!
עס איז דא א אפציע אויפן סייט (דאכט זיך אין די 'בלוג' טעב) ווי מען קען שיקן פידבעקס, ווי אויך פארלאנגען ספרים וואס צו סקענען, איך האב עס שוין כמה פעמים געטון (איך ווארט נאך דערויף ביז איצט....), ס'ווענדט זיך אויב דער ספר איז נישט 'כל הזכיות שמורות' פארן מו"ל, ער וועט נישט סקענען קיין ספר אן רשות.
דאנערשטאג מאי 21, 2009 1:39 pm
יהיה כן האט געשריבן:ער האט מיר נישט געוואלט זאגן ווי אזוי זיין חיפוש איז געמאכט געווארן....
www.ligatureltd.com/ עס שטייט אויף היברו בוקס אז דער חיפוש ארבעט מיט זייערס א פראגראם