בלאט 1 פון 1

ספר רזיאל המלאך

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2009 11:22 pm
דורך דוד משמש
איך וועל זאגען דעם אמת - איך ציטער באמת צו שרייבען נאר דעם נאמען פון דעם הייליג ספר

אבער דאך אויב מען פרעגט נישט ווייסט מען נישט

וואס איז דער ספר - און ווער איז דער מחבר - און וועלכע תקופה??

ביטע ווער עס ווייסט אל תמנע טוב...

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2009 10:51 am
דורך שמערי בערי
לויט ווי עס שטייט אינעם אנהייב פונעם ספר האט אדם הראשון באקומען דעם ספר פון רזיאל המלאך

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2009 10:58 am
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2009 12:39 pm
דורך יהיה כן
דער הייליגער כהן פון לובלין רבי צדוק זי"ע שרייבט אזוי:
(ספר הזכרונות מצוה ג')
וספר רזיאל המיוחס לאדם הראשון חיברו בעל הרוקח, וכמו שכתב בהקדמת הספר שהוא היה חתום בו ושקיבל מעשה מרכבה מרבי יהודה החסיד שקיבל מאביו כו'. ומלשון שקיבל וכו', מבואר שהוא המחבר, לא כמו שחשב בעל ההקדמה שהוא המעתיק:
והרואה בפנים הספר בעניני המוסר שורש חסידות ויראת ה' וכו', ימצא דברים ככתבן וכלשונן בספר הרוקח. וכן ניכר מלשונו בכמה מקומות שהוא חיברו. ומה שנתייחס שם איזה דברים לאדם הראשון ולנח, היינו שהוא או רבותיו שמסרו לו חכמה השיגו ברוח קדשם דברים שנתגלו לאדם הראשון ולנח:
והרואה בתוכו יראה שדרך קבלתו משונה מקבלת הגאונים ושאר ספרים שזכרנו, והוא ענין מראה אחרת נתגלית לראש המדברים על דרך ההוא, וכל ההולכים בעקבותיו צפו גם כן במרכבה על פי דרכו המושג להם: עכלה"ק

עס זענען פאראן אסאך ראיות צו רבי צדוק, אז דער 'רזיאל המלאך' איז נישט ארגינעל דער ספר פון רזיאל, נאך עפעס א העתק אדער א ליקוט דערפון, ואכמ"ל.
פאר מער זעה דא:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 2:31 pm
דורך בנימין הלוי
קען זיין באקאנט פאר אנדערע, מיר איז עס געווען גאר א גרויסער חידוש
https://copy.com/Xcsv49BViitr

איבער'ן ספר רזיאל המלאך
מתוך שיעורו של הג"ר מנשה רייזמאן שליט"א viewtopic.php?f=5&t=22822&p=928331#p927703 שיעור # 6

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 3:17 pm
דורך יאנקעלע קליגער
טאקע אינטערעסאנט
אבער ער שמועסט עס נישט געהעריג אויס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 5:14 pm
דורך ניק ניק
ער קומט אריין זייער שארף הרב רייזמאן שליט"א

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 6:03 pm
דורך חסידישער יוד