פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2012 11:46 am
פאמיליעמירעלס האט געשריבן:איז באקאנט וואו עס ליגן די אנגעבליכע כתבים?
כ'האב געהערט פון א חבר עטליכע יאר צוריק אז מען האט אנגעטראגן פאר זיין טאטען זז"ג עס צו קויפן פאר א גרויסע סומע, און ער האט עס דעמאלט'ס געזעהן, דאכט זיך ביי א טאכטער פון בלאך (ווי פארשטענדליך איז די ריידע וועגן די גאנצע אוצר פון בלאך, ובכלל זה די מכלומר'שטע בריוון קעגן ציוניזם).
דער איד האט עס נישט אפגעקויפט, לויט מיין זכרון ווייל זיי האבן פארלאנגט דערפאר עפעס גאר א אויסערגעוונליכע סומע. א שטיק צייט שפעטער האט ער אויסגעפונען אז די בריוון געפינען זיך אין א לייברארי א ארץ ישראל (כ'געדענק נישט וועלכע), האט עס איהם זייער וויי געטוהן אז ער האט עס געלאזט אנקומען אהין ווייל יעצט וועלן זיי עס באהאלטן און מען וועט נישט קענען אויפווייזען אז די בריוון זענען בנמצא.
נאך האט ער דערציילט וועגן די בריוו'ן אנטקעגן ציונות אז דאס וואס בלאך האט עס ארויפגעלייגט אויפ'ן נאמען פון דר. יוסף בלאך איז נאר געווען מחמת פחד מהציונים אבער באמת זענען די בריוו געווען געשריבן צו איהם זעלבסט. און אז זאוי זעהט מען אין אריגינאלע בריוו'ן.
והוסיף אז בלאך איז נאך נישט געווען דעמאלט'ס קיין קנאי אלץ יידישקייט נאר ער האט געהערט צו א אנדערע תנועה אין וויען וואס האט זיך געהאט אירע אייגענע חשבונות מיט ציונים; און דעריבער האט ער צאמגענומען בריוו פון כל גדולי עולם אנטקעגן זיי.
כל זה דברי ידידי, וואס נעמט עפעס אהן - ע"פ אביו וואס האט עס געזעהן מיט יארן צוריק - אז איינמאל מ'האט די בריוו זעהט מען דאך דעם אמת. אבער איינמאל די אוצר איז נתגלה געווארן זעהט מען דאך אז ס'איז אלץ נאר די געטייפטע כתבים וואס ער זעלבסט האט אנגעגרייט פאר'ן מדפיס; און מ'זעהט שוין איינמאל דעם אמת. (א חוץ אויס אויסער די אוצר איז דא נאך א אוצר מיט די אריגינאלע בריוו'ן).
יענער חבר האט מיר אויך געזאגט בנוגע די וויכוח פון רבה"ק עם הגרחמ"ד אז דער רבי האט געטענה'ט בנוגע זיין טאטענ'ס בריוו אז כאטש ער האט נישט געוואוסט פון אזא בריוו זעהט אבער אין דעם לפי סגנונו ותוכנו אז עס איז יא פון זיין טאטען.
און אז מ'רעדט שוין פון בלאך, זעה איך אז אין סוף ספר ודע מה שתשוב איז דא א קאפיע פון א בריוו אדער 2 פון רב הרצוג, און אין די נעקסטע בלעטער איז דא חתימות פון די גרעסטע גדולי ישראל ווי דער חפץ חיים והגרח"ע אהנ'ע שום בריוו'ן פון זיי, נאר להראות אז ער האט פון זיי אויך ערהאלטן בריוו, ודי בכך לדעת מה להשיב.
ואגב; האב איך אין שטוב א טופס פונעם ודע מה שתשוב מיט א הקדשה און חתימה פון בלאך זעלבסט, דארט שוין אלס משה חיים אפרים, די הקדשה איז צו א טאכטער פון רבו בעל הרי בשמים (אויב מיין זכרון דינט מיר ריכטיג).