בלאט 2 פון 3

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 25, 2010 9:51 am
דורך שטארק זיך
ארעסטאנט, איז מעגליך ארויפצושטעלן דא דעם מאמר?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 25, 2010 10:05 am
דורך ארעסטאנט
איך וועל פרובירן עס אריינסקענען און ארויפשטעלן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 25, 2010 10:15 am
דורך שטארק זיך
שכוח,
מיר ווארטן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 23, 2010 2:02 pm
דורך farshlufen
שטארק זיך האט געשריבן:שכוח,
מיר ווארטן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 24, 2010 9:19 am
דורך נחמן נתן
אינטערעסאנט אז קיינער מערקט נישט אן וואס דער מנח"א ברענגט אין ד"ת אפאר עמודים אפצופרעגען דעם אוצר. מיט ראיות מוכיחות. און ערגעצוואו האב איך געזעהן ווי אדמו"ר רמ"ש שרייבט אן הקדמה צום הדפסת הגניזה, באווארנט ער זיך מיט דעם אז מונקאטשער רב האט מערער געווען אויף דעם, אבער ער איז דאס מלביש אין דעם אז מונקאטשער רב איז בכלל געווען א שארפער מענטש און א שטארקער מבקר אויף ענינים, האט ער אויף דעם אויך געהאט זאכן צו מערער זיין.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 24, 2010 9:25 am
דורך בן בוזי
אבער ס'איז נישט קיין סתירה מיט דעם וואס דער רמ"ש איז געווען א גרויסער חסיד פונעם 'מאָנקאטשער'.........

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 24, 2010 9:28 am
דורך נחמן נתן
ריכטיג. ער האט שטארק געהאלטן פון איהם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 24, 2010 11:54 am
דורך ביקסאד
הכרת הטוב פאר א מיליאן קראנע . . .

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 15, 2010 7:42 pm
דורך ביקסאד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 1:05 pm
דורך scy4851
און 'ספרים בלוג' איז דא א באריכט אבער נייע ספרים לעצטענס ארויס געקומען.
דא איז א שטיקעל וועגען דער נייעסטע חלק 'ישורון'

8. Volume 23 of Yeshurun. This volume is beautiful; although smaller in size than previous volumes in content it is better (in my opinion). The main highlights are the articles regarding R. N.N. Rabinowich, author of Dikdukei Sofrim, including many letters of his (many of which had not been printed), his notes on Shem ha-Gedolim and a section on Geniza Charsoin. I will be returning to this volume in its own post hopefully very soon.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 1:20 pm
דורך שמעלקא טויב
יא ר' שמחה, הערש איצטערט באמערקט אין ספרים געשעפט און געקלערט צו שרייבן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 9:06 pm
דורך אויפריכטיג
דא איז פאראן א שטיקל איבערזיכט איבער די גניזה החרסונית
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=34

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 12:31 pm
דורך בן בוזי
אן אינטערעסאנטע בליק וויאזוי א חסיד קוקט אהן א זאך כאטש וואס ער איז געווען א גאון אין ביבליאגראפיע.

אט איז וויאזוי הבחור ר' חיים ליבערמאן דער פערזענליכער סעקרעטאר פונעם ליובאוויטשער רבי ריי"ץ נ"ע האט געקוקט אויף דער חארסאנער גניזה און וויאזוי ער האט דאס פארבונדן מיט זיין רבי'ן.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 1:23 pm
דורך farshlufen
בן בוזי א מקור ביטע.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 1:57 am
דורך scy4851
און 'ישורון' חלק כ"ב, א לאנגע מאמר בענין הגניזה

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=501

אן איבערבליק וועגען דער אינהאלט פונעם מאמר

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 2:10 am
דורך שטארק זיך
farshlufen האט געשריבן:בן בוזי א מקור ביטע.

ספר זכרון לע״נ הג״ר משה ליפשיץ ז״ל, האיש ר׳ משה הנ״ל הי׳ מבקר את ר״ח ליברמאן בהיות מקום מושבו ב׳אשל אברהם אשר בוויליאמסבורג.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 12:38 pm
דורך לכל זמן
בן בוזי האט געשריבן:אבער ס'איז נישט קיין סתירה מיט דעם וואס דער רמ"ש איז געווען א גרויסער חסיד פונעם 'מאָנקאטשער'.........

נחמן נתן האט געשריבן:ריכטיג. ער האט שטארק געהאלטן פון איהם.

http://www.teshura.com/teshurapdf/Gancz ... 205766.pdf

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 28, 2012 1:56 pm
דורך בן בוזי
קלעבט צו זייפנות

דער בארימטער זייפן (משה) חיים (אפרים) בלאך, וועלכע איז שוין פיין צושמירט געווארן צווישן די קעמערלעך פון אונזער פארום, האט צווישן די ביכער וועלכע ער האט געלאזט דרוקן אויך ארויס געגעבן דער ספר קובץ מכתבים מקוריים מהבעש"ט ותלמידיו, דאס איז בעצם אן איבערדרוקעריי פונעם ספר חכמי ישראל בעש"ט און אנדערע אויפלאגעס פון די זעלבע סארט בריוולעך מער באקאנט אלס דער כערסאנער גניזה.

לויט ווי איך באמערק יעצט איז דער זייפן נישט געווען גענוג צופרידן מיטן אריגינעלער זיוף נאר געווען געשטופט מוסיף צו זיין פעלש על פעלשעריי. בעת'ן דורך נישטערן דעם זייפנס אוצר האב איך געפונען "העתקות" וועלכע ער האט געקריגן פון איינער מ.י. גוטמאן רב בהושי. העתקת הזייפן חיים בלאך.

דער חידוש דערפון איז אז קיינע פון די מכתבים זענען נישט פריער אפגעדרוקט געווארן נאר אויפגעלייגט געווארן בפרסום ראשון אין בלאך'ס אויבן דערמאנטער חיבור.

(איך לייג דא צו דער פאקסימילי' פון די "העתקות")

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 28, 2012 1:57 pm
דורך בן בוזי
המשך ב'

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 28, 2012 1:58 pm
דורך בן בוזי
נאך איינס

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 28, 2012 2:32 pm
דורך מיללער
בן בוזי האט געשריבן:קלעבט צו זייפנות

דער בארימטער זייפן (משה) חיים (אפרים) בלאך, וועלכע איז שוין פיין צושמירט געווארן צווישן די קעמערלעך פון אונזער פארום, האט צווישן די ביכער וועלכע ער האט געלאזט דרוקן אויך ארויס געגעבן דער ספר קובץ מכתבים מקוריים מהבעש"ט ותלמידיו, דאס איז בעצם אן איבערדרוקעריי פונעם ספר חכמי ישראל בעש"ט און אנדערע אויפלאגעס פון די זעלבע סארט בריוולעך מער באקאנט אלס דער כערסאנער גניזה.

לויט ווי איך באמערק יעצט איז דער זייפן נישט געווען גענוג צופרידן מיטן אריגינעלער זיוף נאר געווען געשטופט מוסיף צו זיין פעלש על פעלשעריי. בעת'ן דורך נישטערן דעם זייפנס אוצר האב איך געפונען "העתקות" וועלכע ער האט געקריגן פון איינער מ.י. גוטמאן רב בהושי. העתקת הזייפן חיים בלאך.

דער חידוש דערפון איז אז קיינע פון די מכתבים זענען נישט פריער אפגעדרוקט געווארן נאר אויפגעלייגט געווארן בפרסום ראשון אין בלאך'ס אויבן דערמאנטער חיבור.

(איך לייג דא צו דער פאקסימילי' פון די "העתקות")


יישר כחכם הרב בן בוזי פאר די ידעות מחכימות און גילוים, דער מ. י. גוטמאן איז ר' מתתי' יחזקאל גוטמאן רב בהושי אח"כ בליאובה, לאחר השואה עלה לאר"י והיה גר בתל אביב, חיבר כמה ספרים בדרוש ותולדות ביניהם תולדות הבעש"ט ושאר מאורי החסידות, מהם בהיברו-בוקס; פרדס יחזקאל, אמרי יחזקאל, אגדות תלמוד הירושלמי, דברי יחזקאל.

ר' מתתיהו יחזקאל היה בנו של ר' שלום גוטמאן ב"ר ישראל גוטמאן מיאסי, לפרטים נוספים עי' פה

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 28, 2012 3:15 pm
דורך בן בוזי
כ'האב געוואוסט אז די רעדע איז פון איהם כ'האב נאר נישט גענומען די מיה נאכצוקוקן זיין פונקטליכע נאמען

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 28, 2012 4:00 pm
דורך מיללער
איך זעה נישט דיין מקור אז ער האט דאס ארויפגעשמירט אויף דעם דערמאנט רמ"י גוטמאן? ער שרייבט נאר:

"מכתב מהרב גוטמן עם העתקת מכתבים מהבעש"ט"

ביסט זיכער אז כוונתו צו דעם דערמאנטן הרב גוטמאן? ווייל צווישען די העתקות און אן אמת'ע בריוו פון רמ"י גוטמאן האט ער אן ענוועלאופ (מעטפה) מיט זיין אדרעס נאך פון ווינא ( פון די פאסט-זיגל זעהט אויס די יארע 1928-תרפ"ח), וכנראה זענען די העתקות נאך פון יענע עפאכע און הרב גוטמאנ'ס בריוו נאכדעם איז שוין פון יאר תש"י, זעה דא:
http://archive.org/stream/chaimbloch00r ... 6/mode/1up
הגם, איך זעה אז דער בריוו קיין עסטרייך האט ער ערהאלטן פון ראמעניע, זעה די סטעמפס (בולים) ומסתבר אז ס'איז פון רמ"י וואס ער האט עוסק געווען אין די ענינים.

זעה אויך שפעטער אביסל נאך א בריוו פון רמ"י, דארט ענדלט אביסל דער שריפט מיט די העתקה:
http://archive.org/stream/chaimbloch00r ... 6/mode/1up
איז דא ערגעץ פארשריבען איבער רמ"י גוטמאנ'ס שייכות מיט די חרסאנער גניזה?

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 28, 2012 12:36 pm
דורך פאמיליעמירעלס
איז באקאנט וואו עס ליגן די אנגעבליכע כתבים?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 10, 2012 4:18 pm
דורך לב טוב
והוא פלאי האט געשריבן:בימי בחרותי איז געווען א מאמר פון שנעבאלג פון לאנדאן מיט א היימישן טעם, צולייגט אויף טאטעריש אין עולת החודש וועגן דעם, איינער קען עס ארויף סקענען פון אוצר החכמה, (שבט תש"מ)?

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=34