בלאט 1 פון 1

ספר הכתב והקבלה ומחברו

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 7:59 am
דורך farshlufen
קרעמער האט געשריבן:פון הכתב והקבלה (איך ווייס נישט ווער דער מחבר איז, אויב איז דאס נישט אויסגעהאלטן - ביטע איינמעלדן):

מיללער האט געשריבן:הכתב והקבלה האט מחבר געווען ר' יעקב צבי מעקלענבורג אב"ד קעניגסבערג אין דייטשלאנד, קיין הסכמות האט ער נישט, זיין תיהל איז צאמצוברענגען תורה שבע"פ מיט תורה שבכתב על דרך הפשט.

אלס חומר למחשבה און צוצוגעבן שטאף פאר אונזער נייער פילילאג הרב פארשלאפן, איז עס גאר גוט, א דאנק אייך הרב קרעמער.

farshlufen האט געשריבן:מיינע ידידים הרב קרעמער און הרב מיללער, צו ערשט א ישר כח פאר די הערות, צוויטענס עס זעט אויס אז איר הערט נישט ר' ישראל דוד שלעזינגער זז"ג'ס שיעורים, ער ברענגט כסדר צו ענליכע שטיקלעך פון דעם "הכתב והקבלה" און מאכט דערפון א לאנגס און א ברייטס ע"פ דרכו, נישט אז איך רעקאמענדיר דעם ספר אבער כך הוא דרכו של הרה"ג הנ"ל.

מיללער האט געשריבן:פארשלאפן,
איך הער ר' ישראל דוד'ס שיעורים אין תנ"ך כמעט טעגליך אין די קאר, למען האמת איך געדענק נישט הערן פון 'הכתב והקבלה' אבער עס קען זיין אז בי די שיעורים אויף תפלה דערמאנט ער עס, אלנספאל, אז ער ברענגט עס קען מען עס זיכער נוצן לסמך.


מאטעס האט געשריבן:איז דא א כלל אז הכל בחזקת איסור עד שיבוא אליהו ויתיר? א בושה אז מען דארף די הסכמה פון ר' שלזינגר אויף 'הכתב והקבלה' א לוחם מובהק געגן די השכלה, און דאס איז אויך דער ציל פונעם ספר,

farshlufen האט געשריבן:ר' מאטעס, ווען א איד פרעגט אויפן אידענטיטעט און אנגעהעריגקייט פון א מחבר ספר, איז נישט טייטש אז ער האלט אז עס איז אסור, ער וויל פשוט וויסן צו דער מחבר איז אזא איינער וואס ווייסט אז הראשונים כמלאכים, אדער איינער וואס קלערט אז הראשונים זענען געוועזן פשוט'ע בני אדם.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 9:31 am
דורך farshlufen
אין מכלול להרד"ק נדפס אין דייטשלאנד אין די תר' יארן איז דא א בריוו פון דעם הכתב והקבלה וואו ער נעמט זיך פאר די הברה אשכנזית, בתוך דבריו שרייבט ער אז ער האט גערעדט צו א געוויסן פראפעסער וואס האט באשטעטיגט זיינע ווערטער, מיינט דאס אז ער האט געהערט צום שטודירטן חדר?

אגב, איך האב געזוכט דעם מכלול אויף די נעט, איז עס טאקע נישט אראונד?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 9:50 am
דורך מיללער
פארשלאפן,
מיר ליידן אויף טעלעפאטיע, נעכטן האב איך געלערנט טור וב"י הל' קרי"ש ווי מ'רעדט פון די דקדוק ביי קריאת שמע, דער ב"י ברעגט דארט עטליכע שטיקלעך פונעם 'מכלול' אזוי ארום האב איך גענומען דעם מכלול אין די האנט און 'בינגא' מיך אנגעשטויסן און די בריוו פון הרב מקעלענבורג צווישן די אנדערע בריווען וועכלע האבן מיר געשמעקט משכיליש, ווי למשל שד"ל.

וועגן דעם 'מכלול' אנליין, כבר יגעתי ולא מצאתי.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 10:18 am
דורך farshlufen
טעלעפאטיע?

איך האב עס נעכטן איינגעהאנדעלט אין ספרים סטאר.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 4:04 pm
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 4:10 pm
דורך מיללער
farshlufen האט געשריבן:http://tog.co.il/he/Article.aspx?id=40

יישר-כח פארשלאפן פאר די לינק.

זיי לייגן אים אראפ אלס א לוחם קעגן השכלה וריפורם, למעשה זאגען זיי אז ער ברענגט אסאך פון
שד"ל און פונעם גר"א, ווער עס ווייסט די הרחק פון די צוויי זעהט די איראניע.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2009 7:58 am
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 21, 2010 4:23 pm
דורך נאטרוליסט
דער הכתב והקבלה ברענגט אסאך אראפ פון שלמה מדונא און פון נה"ו אויך.