בלאט 1 פון 1

איבער דעם בוך 'ליובאוויטשער רבי'ס זכרונות'

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 10:19 pm
דורך דוד משמש
עס איז דא ספר "ליבאוויטשער רביס זכרונות" - 2 בענדער - איך האב דאס געליינט אלס יונגער בחור

די מעשה איז פון הרב ברוך זי"ע כ'מיין אז עס די זיידע פון בעל התניא זי"ע - געשריבען דורך הרה"צ מוהריי"צ דער שווער פונעם לעצטען ליבוואיטשער רבין
צוויי דיקע כרכים - ווי אזוי ער האט געזיכט און געפינען "צדיקים נסתרים" - גאר אינטערעסאנטע עובדות גג על גג- נאך גאנצע בלעטער צוריק צו די ערשטע התחלה - גאר באלערענד
כ'געדענק ווי איך אלס קינד נאכען ליינען די מעשוית באשלאסען ביי מיר איך מיז און איך גיי ווערן א "נסתר" אזוי נתרגש פלעג איך ווערן ..

איצט וואס איך וויל וויסען - וויסט איימיצער צו זענען זענען די מעשיות אמתדיגע מעשיות ? - אדער נאר געשריבען און פיקציע כדי צו לערנען פאר צעיר הצצן א הדרכה און א ליבשאפט צו צדיקים און צום דרך הנסתר ?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 10:46 pm
דורך ביקסאד
עס באדארף נאך צו זיין אמת אויך ?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 11:02 pm
דורך אברמלע דער עין יעקב יוד
רבי דוד - איך קוק זייער אריין און די אשכולות פון די"ועל פליטת בית סופריהם"
איר שרייבט שוין די דריטע אשכול - איך מיז אייך קאמפלעטירען איר רעדט פון גאר אינטערעסאנטע" נושאים" -זעיט אויס איר האט א גוטען געשמאק - איר וויסט פון וואס צו רעדן....

שווער צו גלייבען אז עס איז נישט קיין "פיקציע" - וואס זאגען די חבדסקע יודען ??

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 11:52 pm
דורך זיס
ס'הייסט אז עס איז נישט אמת.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 10:26 am
דורך badatz
ב''ה
שמעתי ממקור מוסמך מאוד . שהיות שבני הנעורים היו עסוקים בקריאה
ספרי חשק וספרי קלמן שולמאן ושאר ספרי שטות והבל כידוע --שזה שרף
את הנוער--האדמו''ר המהרי''ד מבעלז אמר פעם על ציון אביו הקדוש
והתאונן על מצב הדור ואמר בזה''ל שהיום -בזמנו - פאר צווייא קראצער
קען מען קויפען א ביכעל וכו' ע''כ מסר נפשו וזמנו הריי''ץ וכתב ואח''כ נתן לדוד
לייב מעקלער מהמארגען זשורנאל לסדר והדפיסו מידי שבוע בשבוע
בהמשכים .ואח''כ קיבצם לשני כרכים .פשוט שהנוער יהי' לו במה
להתעסק .

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 5:11 pm
דורך עפל קאמפאוט
בד"צ איך האב אויך געהערט ענליכס, אז אסאך וואס האבן געבאקן מעשיות זענען געווען זייער כוונה לשם שמים צו ראטעווען די יוגענט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 5:30 pm
דורך שאץ מאץ
הצדק עם בד"ץ
ווייל דער מהריי"ץ איז געוועהן זייער א גלונגענע מענטש און א שטארקע בעל כשרון מיט זעלטענע כשרונות, ועכ"ז האט ער זיך מטריח געוועהן צו מאכן אידישע ביכלעך און נישט געשריבן אנדערע ווערק, איז דאס בלויז צוליב דעם אויבדערמאנטע סיבה,

די מעשה איז נאר אז היינט ווען מענטשן (שרייבער'ס) מאכן פיקציע מאכן זיי די מעשיות פון הבלים שפיאנען מיט שיסער'ס מיטן גאנס וחיות,
ער האט געשריבן די ביכער מיט אסאך טעם, און ערליכן געשמאק,
.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2009 1:24 pm
דורך בונם דער טרעגער
אויב אזוי וואס איז מען אזוי בייז אויף ר' יודא רויזענבערג (כ'מיין אז דאס אזי זיין נאמען)

וואס מען זאגט אז ער האט פאברעצירט דעם מהרל'ס גולם..

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2009 2:20 pm
דורך זיס
דער חילוק איז אז דער מהריי"ץ האט עס געבויט אויף אמת'ע זאכן וואס האט זיך אפגעשפילט אין יענע טעג, נאר ער האט עס גוט צוגעפיצט און היבש דראמאטיזירט, אבער דער מציאות איז אז עס זענען געווען אזלעכע זאכן אין יענע טעג, משא"כ רבי יהודא ראזנבערג האט דערציילט גלאטע לגיונות און געבויט דורך דעם שיטות וואס קען זיין געפארפול פאר אידישקייט, למשל זיין שטעלונג איבער דער ירושלמי אויף קדשים אדער אז דער יעב"ץ האט צוריקגעצויגן פון זיין שטעלונג אויף זוהר - אין אנדערע ווערטער האט ער גענומען שטעלונגען אין הלכה און נישט בלויז דערציילט מעשיות...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2009 2:22 pm
דורך badatz
בונם דער טרעגער האט געשריבן:אויב אזוי וואס איז מען אזוי בייז אויף ר' יודא רויזענבערג (כ'מיין אז דאס אזי זיין נאמען)

וואס מען זאגט אז ער האט פאברעצירט דעם מהרל'ס גולם..

ב''ה
כבוד הנושא בעול שיחי'
וועהר איז "ברוגז" דיא שאלה איז דאך נאר ציא ס'איז אמת דיע מעשיות ציא נישט .
תנועת חב''ד האט פראבלעמען מיט נאך אטענטישקייט -למשל חרסונער גניזה-בריווען פין אלטען רעבין ראה אגרות בעל התני' לרד''צ
הילמאן ובזמן האחרון בישורון כרכים כ'-כ''א במאמרי דוד קאמינצקי.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2009 2:31 pm
דורך badatz
זיס האט געשריבן:דער חילוק איז אז דער מהריי"ץ האט עס געבויט אויף אמת'ע זאכן וואס האט זיך אפגעשפילט אין יענע טעג, נאר ער האט עס גוט צוגעפיצט און היבש דראמאטיזירט, אבער דער מציאות איז אז עס זענען געווען אזלעכע זאכן אין יענע טעג, משא"כ רבי יהודא ראזנבערג האט דערציילט גלאטע לגיונות און געבויט דורך דעם שיטות וואס קען זיין געפארפול פאר אידישקייט, למשל זיין שטעלונג איבער דער ירושלמי אויף קדשים אדער אז דער יעב"ץ האט צוריקגעצויגן פון זיין שטעלונג אויף זוהר - אין אנדערע ווערטער האט ער גענומען שטעלונגען אין הלכה און נישט בלויז דערציילט מעשיות...

ב''ה
כבוד מעלתו ימחול לי -הריי''ץ ג''כ בנה על דברים שלא היו ובאנגלית קוראים לזה פיקשען -או אצלינו באירופה קראו לזה באבע מעשות .
ישנו מכתב מהרה''צ מאזאראוו שכת לו ט''ז הערות על הסיפורים שנדפסו במארגען זשורנאל .ויש שם סיפורים על וויכוחים שלא היו ולא נבראו
למשל בשקלאוו -.
לא ידעתי מה תלונתך על הרב יודא רויזענבערג נידון הירושלמי על קדשים "גדולים" וטובים ממנו נפלו בפח עיין בספרו של ר' מאיר דן פלאצקי שאלו שלום
ירושלים והדברים ארוכים כמדומני שיש אשכול בשכינות כאו על זה .
.............................................אך העיקר זאלסט זיין א זיסער יוד .........................................................................

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2009 2:38 pm
דורך זיס
קודם כל "אמן ואמן".

אבער איך וויל מחולק זיין מיט אייך (נישט אויף די ברכה...).

פארוואס זאגט איר אז די זאכן זענען נישט געווען?! - איז נישט געווען אזא מצב אין די צייטן פארן בעל-שם-טוב אז נאר די בעלי-תורה זענען געווען ארויפגעקוקט און די ארבייטער זענען געווען סעקנד-קלעס פיפל (כמעט די גאנצע ספר איז געבויט אויף דעם), און עס איז געווען אן עבירה זיי צו העלפן?! - איז נישט געווען אזא זאך ווי נסתרים און גאנצע חבריות פון זיי, אנגעפירט דורך רבי אליהו בעל-שם און אנדערע?! - איז עס נישט ריכטיג אז די נסתרים זענען ארומגעפארן אין שטעט און שטעטלעך און אזוי אויפגעטאן פאר אידישקייט?!

אמת דער ריי"ץ האט געמאכט שיינע מעשיות, און אפילו צוגעלייגט פרטים וועלכע זענען נישט אמת (עס מוז דאך אזוי זיין, ער געדענקט דאך יעדע דרשה פון א נסתר מיט א דעיט... יעדע מעשה מיט אזא פונקליכקייט...), אבער עס נעמט נישט אוועק די אויטענטישקייט פון די זאכן וועלכע האבן זיך אפגעשפילט אין יענע טעג.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2009 3:22 pm
דורך badatz
זיס האט געשריבן:קודם כל "אמן ואמן".

אבער איך וויל מחולק זיין מיט אייך (נישט אויף די ברכה...).

פארוואס זאגט איר אז די זאכן זענען נישט געווען?! - איז נישט געווען אזא מצב אין די צייטן פארן בעל-שם-טוב אז נאר די בעלי-תורה זענען געווען ארויפגעקוקט און די ארבייטער זענען געווען סעקנד-קלעס פיפל (כמעט די גאנצע ספר איז געבויט אויף דעם), און עס איז געווען אן עבירה זיי צו העלפן?! - איז נישט געווען אזא זאך ווי נסתרים און גאנצע חבריות פון זיי, אנגעפירט דורך רבי אליהו בעל-שם און אנדערע?! - איז עס נישט ריכטיג אז די נסתרים זענען ארומגעפארן אין שטעט און שטעטלעך און אזוי אויפגעטאן פאר אידישקייט?!

אמת דער ריי"ץ האט געמאכט שיינע מעשיות, און אפילו צוגעלייגט פרטים וועלכע זענען נישט אמת (עס מוז דאך אזוי זיין, ער געדענקט דאך יעדע דרשה פון א נסתר מיט א דעיט... יעדע מעשה מיט אזא פונקליכקייט...), אבער עס נעמט נישט אוועק די אויטענטישקייט פון די זאכן וועלכע האבן זיך אפגעשפילט אין יענע טעג.

ב''ה
כבוד אדם מתוק תמחול לי אין אני רוצה לישרף מגחלתן של צדיקים --הריי'ץ עשה ועושה מכוחו--כי כח הפועל בנפעל -למען היהדות דברים
שיחידים זכו לזה . אלפי אלפים של משפחות שמרו גחלת היהדות מכוחו ומכח כוחו כידוע ע''י המסירות נפש שלו .אאמו''ר ז''ל אמר לי שהוא שמע בשעת מעשה מהמשב''ק של מרן מבעלז זי''ע שמרן דיבר מהמסירת נפש שלו .ממילא איך אנשים כערכי יכולים לדבר עליו וכי בגלל דבר הכתבים או טענות
אחרות -דמיונות-נדבר ח''ו עליו אפילו ברמז ע''כ אין רצוני להמשיך בנושא זה --האם קראת פעם רשימות המאסר שלו .

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2009 4:36 pm
דורך זיס
חס ושלום - אדרבה! איך האב געשריבן לטובת די זכרונות, אז עס איז נישט "באבע מעשיות" (כלשונך), נאר עס איז אפגעשפילט זאכן פון וואס עס האט באמת פאסירט אין יענע טעג.

בנוגע ר' יודל ראזנבערג - דאס אז גדולים וטובים האבן זיך טועה געווען מיינט נאך נישט אז ער האט גוט געטאן...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2009 6:56 pm
דורך דוד משמש
לעבאוויטשער יודען די יונגע האלטען אז עס איז אמת ויציב - פראשטייט זיך אליינס

מען דארף אבער פרעגען די עלטערע..

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2009 7:49 pm
דורך זיס
ס'איז זיס צו זען ווי זיי בויען פשעטלעך אויף זיינע פיקציע מעשיות...

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 10:29 am
דורך badatz
[quote="דוד משמש"]עס איז דא ספר "ליבאוויטשער רביס זכרונות" - 2 בענדער - איך האב דאס געליינט אלס יונגער בחור

די מעשה איז פון הרב ברוך זי"ע כ'מיין אז עס די זיידע פון בעל התניא זי"ע - געשריבען דורך הרה"צ מוהריי"צ דער שווער פונעם לעצטען ליבוואיטשער רבין
ב''ה
הרב ברוך לא הי' זקינו של האדמוה''ז נ''ע רק אביו ונינו הבכור של הצמח צדק הי' נקרא
על שמו ברוך --ושלום אחר אביו של הצ''צ ר'שלום שכנא .
וחידוש שעל המציבה של ר' ברוך הנ''ל שנמצאת בעיר סעליש בקארפאטרוס כתוב
ששמו הי' ישראל ברוך והדבר פלא- כמו רוב המסורות בתנועת ליובאוויטש ---לא חב''ד -ודו''ק

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 2:17 pm
דורך בן בוזי
מתי התחילה ליובאוויטש להיות 'תנועה' (באידיש: באוועגונג), ולמה נקרא זה כך? לפי הרש"ב שי' לוין התחילה זאת עדיין בימי האלטער רבי נ"ע וא"כ גם חב"ד הנו 'תנועה'.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2009 1:07 pm
דורך שטיקל גבאי
פארוואס דרוקט נישט קה"ת איבער די צוויי בענדער און אידיש נאר לשה"ק?
אין און היברובוקס.ארג איז עס אויך נישט דא, ווען אלע אנדערע חב"ד ספרים זענען יא פארהאנען.

אפשר האבן זיי אויך איין געזעהן אז סאיז נישט ........., און אז מדרוקט עס און אן אנדערע שפראך קען מען שוין אביסל פארדרייען. (אייגענע השערה)

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2009 10:23 pm
דורך סלונימער
דא האט מען די צוויי בענדער אויף אידיש
ערשטער טייל
http://ia310817.us.archive.org/2/items/ ... 210475.pdf
און דער צווייטער טייל
http://ia331432.us.archive.org/1/items/ ... 208212.pdf

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2009 7:54 am
דורך badatz
ב''ה
אם יש חידוש שלא מדפיסים הוא --הקריאה והקדושה שיצא לאור באמצע מלחמת העולם השני'
ושם יש דברים על הגאולה וזה הי' הגרעין של משיחיזעם שאנו רואים היום .
לאלתר לגאולה- לאלתר לתשובה --מען דארף נאר אויס פוצען דיא קנעפלעך --ועוד מאמרי קודש
כאלו .

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2009 11:06 am
דורך farshlufen
מה הם לא מדפיסים? הם נמצאים לכל דורש ומבקש בהיברו בוקס.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2009 11:09 am
דורך badatz
farshlufen האט געשריבן:מה הם לא מדפיסים? הם נמצאים לכל דורש ומבקש בהיברו בוקס.

ב''ה
אצלי הדפסה נקרא !!!!!!!
ספר מכורך .כמו שמדפיסים ספר .
וכנראה שאין אתה יודע מה שהולך בי היינד דעי סין

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2009 11:30 am
דורך farshlufen
ב'יהיינד דצ'ין....