בלאט 3 פון 3

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 11, 2011 4:52 pm
דורך דעפרעסט
אנטשולדיגט פאר די פאריגע תגובה, ס'איז ארויפגעגאנגען אויף פינטל'ס באמערקונג, אינצווישן איז געשען א מיספארשטענדעניש מיט די קאמפיוטער דא,

דער ביכל איך וועל זיי איבערלעבן איז שוין ווירקליך דא צו באקומען אין אלע געשעפטן, איךמיין אז די שוידערליכע פיקטשערס פון וואס דער עולם רעדט דא איז צענזערורט געווארן.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 12, 2011 10:07 am
דורך פעדער
[quote
[/quote
תסלחו . כ'בין נאך נישט באקאנט פונק' וויזוי צו ציטירן אבער אין באציהונג צו וואס דער יעניגער האט באהויפטעט אז:
דער ביכל איך וועל זיי איבערלעבן איז שוין ווירקליך דא צו באקומען אין אלע געשעפטן, איךמיין אז די שוידערליכע פיקטשערס פון וואס דער עולם רעדט דא איז צענזערורט געווארן.


יא ס'איז באמת א ביכל איינס איין דער וועלט . פונדעסטוועגן איך האב אמאהל געהערט צוויי קרימענישן דערויף מיט אן אנדער ניגון . דהיינו
אז עס לייגט צו ברייט אראפ דעם געדאנק פון די פארטיזאנען . א בחינה פון כוחי ועוצם . וואס אלע גדולים זענען דעקעגן געוועהן . און מען האט טאקע מער שאדן געטוהן ווי אפגעראטעוועט . גאנץ ווארשע איז ארויף אין פלאמען . שינית: זענען פאראן אזעלכע וואס זאגן אז געוויסע בילדער זענען צו אומאיידל פאר קינדער. און אויף ביידע איז לכא' א שאד די שפייעכץ , צוליב וואס מי יבין את אשר קרה אין יענע טעג אין יענע אומשטענדן . און די ברוטאלע מערדערייען זענען אפילו די פיצלעך פון וויגעלע מחיוב צו וויסן . לא תשכח....

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 12, 2011 12:04 pm
דורך איזעי
די פארטיזאנען זענען געווען אביסל אנדערש ווי דער אויפשטאנד אין ווארשע, ווי אויך זענען רוב פון זיי געווען געפירט דורך גוים, כאטשיג עס איז געווען אזעלכע וואס זענען געווען געפירט דורך אידן אויך און איך ווייס נישט צו עס איז געווען רוח חכמים נוחה הימנו, אבער צו זאגן א כלל איז נישט ריכטיג.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 12, 2011 4:02 pm
דורך פעדער
ריכטיג עס איז געווען א נפקא מינא אין די פאקטישע געשעענישן. וואס דערפאר פאסט נישט צו פארגלייכן גענוי די ביידע מושגים: ווארשע - אין די פארטיזאנען אבער מכח דעם טענה פון כוחי ועוצם ידי , זעה איך נישט איין קיין גרויסער דיפערענץ ציווישן די צוויי. סיידן די מציאות אז אין ווארשע האבן די אידן געהאט א קלענערע תירוץ צו קעמפן וויבאלד זיי זענען במילא געווען סורענדעד. ס'געוועזן א ריכטיגע מאבד עצמם לדעת. אדער ווי אנדערע וועלן עס א נאמען געבן תמות נפשי מות פלשתים...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 14, 2011 10:24 am
דורך פעדער
די נייע אויפלאגע איז שוין דא צו באקומען אין די געשעפטן

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 17, 2011 3:21 am
דורך טהור-עיניים
איך זעה עס איז אינגאנצן איבערגעזעצט, א זאך וואס איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס, די אלטע איז נאך אויך גאנץ ניי, דעריבער וויל איך פרעגן אויב איינער ווייסט אויב מען האט נאך עפעס געטוישט דארט אויסער ארויסגענומען אפאר שרעקעדיגע בילדער?

בד"וו, האט איינער באמערקט דעם אדרעס פון דעם מחבר ספר דאס קול פון בלוט?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 17, 2011 10:00 am
דורך מי יודע
יא
יעצט געזען, גוט ;l;p-

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 4:40 pm
דורך צולייגער
אדווערטייזמענט פון נייע אויפלאגע

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 11:44 am
דורך להבין שמועות
איצט באמערקט אז סיז פארהאן א אשכול אויף דאס ביכעל וואס כ'האב נאך געליינט אלס קינד, אבער האט מיר איבער געלאזט מיט א שאלה,[נאך די אלטע דרוק פארשטייט זיך- אפשר אין די נייע רעדט ער וועגען דעם] אזוי ווי ער דארט אסאך ארום וועגען זיין טאכטער שיינדעלע וואס ער האט ביטער שווער געארבעט ביז צום ענדע האט ער איר געראטעוועט, ווייסט איינער וואס עס איז געווארען פון איר?, האט זי חתונה געהאט? איז געבליבען א משפחה?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 11:56 am
דורך DotCom
להבין שמועות האט געשריבן:איצט באמערקט אז סיז פארהאן א אשכול אויף דאס ביכעל וואס כ'האב נאך געליינט אלס קינד, אבער האט מיר איבער געלאזט מיט א שאלה,[נאך די אלטע דרוק פארשטייט זיך- אפשר אין די נייע רעדט ער וועגען דעם] אזוי ווי ער דארט אסאך ארום וועגען זיין טאכטער שיינדעלע וואס ער האט ביטער שווער געארבעט ביז צום ענדע האט ער איר געראטעוועט, ווייסט איינער וואס עס איז געווארען פון איר?, האט זי חתונה געהאט? איז געבליבען א משפחה?


כמדומה לי, אז זי איז דער באוואוסטער מיסיס יאקאב וואס וואינט אין אנטווערפען, די מעלות האט שוין עטליכע מאל דערציילט שיינע איבערלעבענישן פון איר, כמעט זיכער אז די לעצטע חודש איז זי געווען באשריבן.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 8:48 am
דורך להבין שמועות
עכ''פ אויף זיכער ווייסט איר נישט, אבער על הצד ס'איז מיסיס יאקאב האט זי א משפחה? [סארי כ'ליין נישט די מעלות]

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 10:10 am
דורך ביקסאד
בלי שום ספק, מרת ש. יאקאב פון אנטוו"פ אלמנת ר' יצחק, איז די בערימטע מיידעלע פון דעם בוך.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 10:12 am
דורך DotCom
להבין שמועות האט געשריבן:עכ''פ אויף זיכער ווייסט איר נישט, אבער על הצד ס'איז מיסיס יאקאב האט זי א משפחה? [סארי כ'ליין נישט די מעלות]



איך האב עס יעצט קאנפירמד, עס איז טאקע מיסיס יאקאב פון אנטווערפען, זי האט א גרויסע משפחה קע"ה בעיקר אין אטנווערפען, זי האט אויך אן איידעם אין וויליאמסבורג ר' שמשון בן ר' שמואל קרויס, (וגם בקרית יואל ר' שלמה קאלער?).

איך האב אויך יעצט געהערט אינטערסאנטע פרטים אויף די מעשה אבער משום כבוד המשפחה קען מען עס נישט שרייבן אויף א פאבליק פארום.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 10:28 am
דורך להבין שמועות
פון א באקאנטער מיסיס יאקאב ווייס איך נישט, אבער יעצט שטעל איך צוזאם אפשר איז דער באקאנטער בדחן מענדל יאקאב פון בני ברק א זוהן פון די מיסיס יאקאב?? [כ'ווייס אז ער קומט פון אנטווערפען]

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 13, 2013 1:11 am
דורך רבניש
איך וואלט געגעבן פאר די איבערדריקער פון דעם פריעדמאן בוך א גרויסן פיין פאר א ווייעלעישאן...

געניצט א פונט וואס מען ניצט פאר השבת אבידה צעטליך.. פשוט עס ליינט זיך נישט ס'איס פיצי קליין, מיט שטעכיגע שפיצען ביי די פיסלעך...

ביים דריי אין צוואנציגסטן בלעטעל (וואס האט גענומען א גאנצען זמן הקיץ ביז אהין) האב איך אריינגעלייגט א סימן דערינען און פארמאכט..

אויב איר ווילט קומט דאס אפנעמען ביי מיר, איך געב אייך עס גערן אוועק (ניין אפשר נישט ס'וועט מיר פאריקען דעם גאנצעם סדר-אויסטשעל אינעם שאפע מיינער)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 11:40 am
דורך ניש קשה
אינטערעסאנט אז קיינער שרייבט נישא דא איבערן בוך "איך בין געבליבן לעבן"פון יודא לייב פיינגאלד
געווען איז ער פון די אנפירער פון ווארשעווער אויפשטאנד
גאר א נאנטע פריינד מיט מרדכי אנולעוויטש און אנטעק צוקערמאן ,די צוויי הויפטן פונעם אויפשטאנד
ער האט זיך צוויי מאל ארויסגעכאפט פון טרעבלינקע און ער האט דארט האר אויפשטעלנדע עפיזאדן
א must פאר אלע חובבי האלעקאוסט

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 15, 2013 11:42 am
דורך derech eretz
סאדע_באטל האט געשריבן:עס איז דא א ביכל איבערן קריג מיטן נאמען, "אני עוזרו של מענגעלע", דער שרייבער איז געווען אין דעם בלאק ווי מענגעלע ימ"ש האט געמאכט זיינע "עקספערימענטן" אויף אידן רח"ל, איך האב אמאל געליינט די ביכל, איך מיין אז די ביכל טאר מען נישט ליינען אפי' אויב דער טאטע רופט אריין.
רשעים ארורים ימ"ש
תמחה את זכר עמלק מתחת השמים, לא תשכח!!!

ווער עס ווייסט ווי מען קען באקומען די בוך, זאל זיך לאזן הערן ביטע

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 28, 2014 7:34 am
דורך farshlufen
שטרויזאק האט געשריבן:דער ספר נצח קדושים איז דא אויף אידיש און אויף לשה"ק.
דער לשה"קדיגער איז אסאך שרעקעדיגער און מער גראפיק ווי דער אידישער.

(בד"וו אנפאנג פון דעם ספר האט ער איבערגעדרוקט א ספר יומא טבא לרבנן אויף די משנה מסכת כלאים, א הפלא'דיג ספר אויף חשבון

מציבת ר' אליהו הלוי שטיינבערגער [אבי הרב ר' שמחה שלום זז"ג] בעל מחבר הספר נצח קדושים:

בילד

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 04, 2014 1:01 am
דורך ישלהוסיף
גארנישט האט געשריבן:"באגראבן צום לעבן"
"און די לעצטע מינוט"
"איבער בערג און ימען"
"דער ווינדערליכער כלל טוער"
"נצח קדושים"
"דער טאטע האט געהייסן לויפן"
"איך וועל זיי איבערלען"
"איך האב זיי איבערגעלעבט"
"צאנז"
"פארשפעטיגט די שיף"
"חורבן אייראפע"
"חורבן אונגארן"
נו לייגט צו


ימי שאול בכתובים - ר' שאול הוטטערער
אביר יעקב - ר' יעקב כהנא [ואביו ר' יוסף אריה ע"ה]
דער פינפטלינג צוזאמענטרעף - מרת חייטשא פוקס (ווייסבלום), יענטי זילבערבערג (אייכענשטיין)
כוס היגונים - שלמה גוטטער
א פייער און אין וואסער - חיים שלמה קעניגסבערג
דער טאטע הייסט לויפן... - ר' פנחס ישעי' קארנבלי
גייען פאראוס - פעסקא פרידמאן
ממחשכים הושיענו - ר' ישעיהו הכהן גליק - יאנקלאוויטש
געוועהן אמאל א דערפל - ר' יוסף דוב לאנדא
פון קרעסטור קיין אמעריקא
מראש צורים - משפחת לאנדא - ע"י ר' יונה לאנדא

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2014 7:43 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד,

נאך געקענט ר' אלי' ז"ל פון סאטמאר ראדני סטריט אין די אלטע גוטע צייטן.

אויך דורכגעליינט דעם נצח קדושים אפאר מאל אלס קינד, אריין אין די ביינער.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 8:57 pm
דורך שואלכענין
שאגת מעונה - יעקב מארוקו (מיט אים איז געווען א גאנצע סענזאציע אז ער האט צוריק געטראפן זיין זון נאך 50 יאר, ער האט עס אזוי געדרוקט מיט בילדער פונעם זון וכו', נאך זיין פטירה האט זיך אויפגעדעקט אז דער "זון" איז סתם א בלאפער...)
עלי מרורות (רב אהרן יושע אהרנזאן - מען האט געמיינט אז ער איז אומגעקומען, זיין ווייב איז געגאנגען מיט אים אויף די גאס און געזען זיין נאמען מיט א "ז"ל"... זי האט זיך ממש דערשראקן, ער האט איר בארואיגט: ז"ל מאכט, ז'אל ל'עבן...)
בכף הקלע - יחזקאל הרפנס
כי אש קדחה באפי - ?
עדות - ר. ל-ן