בלאט 1 פון 1

משנה תורה להרמב"ם ומפרשיו

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 06, 2009 10:35 am
דורך אליהו
אור יקרות??? קיפאון!!



בבתי הכנסת מחולקים דפי פרסומת לרמב"ם חדש בהוצאת מכון אור יקרות ובהפצת יפה נוף.

בפתיחת העלון לא רואים אור יקרות אלא קיפאון וחשכה.


הם בחרו בפירסומת בהלכות עבודה זרה אשר מכונים בדפוס ורשה-וילנא "עבודת כוכבים" בגלל הצנזור.

הם נאמנים למהדורת ורשה-וילנא הנ"ל שהיא כבר לא נפוצה ונדחקה מפני רמב"ם פרנקל.

ועוד יותר הם נאמנים לאפיפיור ימח שמו ולצנזורים המשומדים ימח שמם.



צחוק עשו, שהם מגישים שינויי נוסחאות לפי כ"י תימניים כאשר הרושם שעלול להתקבל הוא שהרמב"ם כתב עובד כוכבים ועבודת כוכבים אלא שהתימנים גורסים גוי או עבודה זרה.


אבל אחרי שבהוצאת פרנקל עובד/עבודת כוכבים כבר טואטא לאשפה, ואחרי שידוע לנו שבדפוס ונציה (ועוד) לפני הצנזור כתוב גוי ועבודה זרה הרי זו רמייה ממש.


הרמב"ם והכסף משנה כתבו אידם ולא חגם זה לא שינוי נוסח תימני.


עבודה זרה לא עבודת כוכבים!


מובטחני שהאפיפיור פיוס ימח שמו שורף התלמוד (לא הש"ס) מתמוגג מנחת בגיהנם לראות עד כמה הצליחו

מעשיו!
מובטחני שגם לא הדפיסו שהנוצרים עובדי עבודה זרה.


הנאמנות הזו מזכירה את הנאמנות של עוז והדר לוילנא ובעיקר במסכת עבודה זרה ששם יש שינויי צנזור בלעדיים לוילנא, וצריך לעקוב אחרי האותיות הזעירות להבחין בהם!



יותר קשה להוציא את הגלות מהיהודים מאשר את היהודים מהגלות!

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 06, 2009 10:43 am
דורך farshlufen
ר' אליהו, עפעס אן הסבר האבן כאטש די דרוקערס אויף דעם וואס זיי שטעלן נישט צוריק דעם אריגענעלן נוסח?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 06, 2009 12:10 pm
דורך אליהו
זיי מיינען אז דער אלטער נוסח פארקויפט זיך בעסער.
אבער איך ווייס נישט וואס איז דער היתר צו מכשיל זיין דעם עולם מיט קריסטליכע נוסחאות.
פריערדיגע דורות איז געווען א מצב פון אונס
אבער יעצט גייט דאבס אריין אין "ואל תשכן באוהלך עולה".

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 11:18 am
דורך מיללער
וייסט איינער ווער עס האט געשריבען דעם פירוש וואס איז געדרוקט אין רמב"ם הל' קידוש החודש?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 3:25 pm
דורך scy4851
דער פירוש איז געשריבען דורך ר' עובדי' בן דוד
ער האט געלעבט בערך א 100 יאהר נאכען רמב"ן

בייגשטעלט איז דאס שטיקעל וויא דער חיד"א דערמאנט און שם הגדולים.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 3:53 pm
דורך מיללער
א הארציגען יישר-כח ר' שמחה, דער זכות זאל אייך ביישטיין (אגב, ברוך שובך לברכה)

אינטערעסאנט פארוואס ער ווערט נישט דערמאנט אין די שער-בלעטער פונעם רמב"ם, ספעציעל אין די נייע רמב"ם פרענקל ביי די מבוא, אלענספאל, דער חיד"א איז זיכער א פארלעסליכער מקור, וואןו איז פארהאן עטוואס מער לתולדותיו?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 8:57 pm
דורך scy4851
הרב מיללער,
און ספר 'קורא הדורות' ברענגט ער דעם ר' עובדי'
ער וויל גאר זאגען אז ער איז אויך דער מחבד פונעם פירוש אויף די ערשטע 4 פרקים פון הלכות יסודי התורה, אבער דארט און די הגהות פון אינטען באות ד' שטייט אז ער ווייסט נישט פון וויא ער נעמט דאס

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=56

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 21, 2009 8:44 am
דורך מיללער
יישר-כח נאכאמאל ר' שמחה, פאר די טירחא און העתקה.

משנה למלך על הרמב"ם

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 15, 2010 8:20 am
דורך מיללער
די וואך האב איך געהערט פון א גרויסען ת"ח גאר אן אינטערעסאנטער ידיעה, ער זאגט אז דער חיד"א שרייבט אין שם הגדולים אז ר' יהודא ראזאניס בעמח"ס משנה למלך, פרשת דרכים ועוד, האט נישט מחבר געווען זיין ספר 'משנה למלך' אויפן רמב"ם דירעקט נאר געשריבען חידושים להלכה, זיין תלמיד דער גרויסער גאון ר' יעקב כולי בעמח"ס ילקוט מעם לועז האט איבערגעארבייט דעם חיבור על סדר הרמב"ם וסיפחם למו עם הגהותיו (ווי עס שטייט אמר המגיה אין משנה למלך איז דאס פון ר' יעקב הנ"ל).

שרייבט דער חיד"א אז ר' יעקב כולי האט נאר אויף צוויי פלעצער געגרייזט ביים צושטעלן דעם משנה למלך צו א נישט-ריכטיגען רמב"ם (!) אבער חוץ מזה איז דאס קולע אל השערה. עס איז מיר געווען מורא'דיג אינטערעסאנט, אפשר קען איינער צוצייכענען א פונקטליכען אדרעס ווי דער חיד"א שרייבט דאס, איך וויל זעהן דעם לשון אינעווייניג.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 15, 2010 8:33 am
דורך מיללער
אקעי יגעתי מצאתי דער הייליגער חיד"א בספרו שם הגדולים מערכת גדולים אות י' בערך ר' יהודה רוזאניס ברענגט עס טאקע אראפ, אבער דער לשון דארט איז נישט אינגאנצען ווי איך האב עס געהערט פון יענעם תלמיד חכם, דערפאר איז אלס גוט נאכצוקוקען מבפנים.