בלאט 1 פון 1

ספר "נתיבות שלום" פונ'עם סלאנימער רבי זצ"ל.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2009 3:42 am
דורך כתר ישועה
ס'איז דא פארהאנן א ספר "נתיבות שלום" וואס האט ארויס געגעבן א חושעבן רבי און אר"י האדמו"ר הרה"צ רבי שלום נח בראדזאבסקי - דער סלאנימער רבי זצ"ל אן איידעם ביי הרה"ק רבי אברהם וויינבערג זצ"ל דער ברכת אברהם און נחל איתן פון סלאנימא. דע ספר איז זייער גילערנט ביי אסאך אידן און אר"י און בפרט ביי צעירי הצאן - בחורי ישראל וואס גיהערן אפי' צו אנדערע קרייזען ולאו דוקא סלאנים, וואס איז עפעס מושך און דע ספר מער אויף אנדערע ספרים? וואס ס'איז נאך בעסער פון 'מאור ושמש'? נועם אלימלך? און נאך אסאך ספרים הקדושים מתלמידי בעש"ט ומתלמידי תלמידיו? וואס האט מען געטראפן דייקא א לויף צו א ספר פון אן אחרון?
בידעי קאמינא, אז אן חסידישען ראש חבורה האט געפרעגט איינער פון די גרויסע רעבי'ס און צדיקים בדורינו אויב ער קען מפעם לפעם און זיין חבורה איבער זאגן זאכן וואס שרייבט ר' שלום נח זצוק"ל און זיין ספר נתיבות שלום, האט עם דער רבי גענפערט אז ער קען איבער זאגן נאר זאל ער נישט זאגן די מקור נאר זאל ער זאגן אז ער האט גזען און א ספר חשוב.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2009 5:09 pm
דורך זיס
כתר ישועה יקירי:

אויב איך האב נישט קיין טעות האט די מעשה פאסירט ביי כ"ק מרן אדמו"ר מסלאנים ב"ב שליט"א, אויב נישט ביטע מיר פארריכטן.

בנוגע אייער אפהאנדלונג איבערן ספר נתיבות שלום, איז עס באמת א נקודה וואס לאזט זיך דעבאטירן, עס האט צדדים לכאן ולכאן. די סיבה פארוואס מען הערט ווייניג רעדן איבער זיין מהלך און צי עס איז גוט, איז וויבאלד סלאנים איז א פארמאכטע חסידות און עס קומט נישט אזוי ווייט ארויס אויף די גאס.

הרה"ק בעל נתיבות שלום זי"ע, איז אביסל אוועק פון דער דרך פון אלע פריעדיגע סלאנימער רבי'ס, דאס וועט קיינער נישט לייקענען, און זיינע חסידים לייקענען עס אויך נישט, אדרבה! זיי שפירן זיך באקוועם דערמיט אז אזוי דארף עס זיין אין היינטיגן דור. ער האט אראפגעברענגט א שטארקן דגוש אויף חינוך און חסידות, וועלכער איז לגמרי נישט אוועקצומאכן. זיין עיקר כוח איז דאס וואס ער איז מנתח ענינים און צולייגט עס אויף קליין געלט, אזוי אז יעדער איינער קען פארשטיין וואס ער זאגט.

בנוגע זיינע ספרים: די ספרים פונעם בעל נתיבות שלום איז אנגענומען געווארן אין די גאנצע וועלט, צווישן אלע שיכטן און קרייזן, חסידים, ליטאים, ספרדים, מזרחי, נישט קיין חילוק פון וואו מען קומט, דאס ווייזט אויף די חומר פון די ספרים אז ער רעדט צו יעדן מענטש. גראדע האב איך געזען אז מען האט פראבירט מפיץ צו זיין דעם ספר פונעם היינטיגן סלונימער רבי, ר' שמואל, אויף אזא פארנעם ווי זיין פאטער'ס, אבער עס איז נישט געווען אזא גאנבארע סחורה, הגם ער זאגט שיינע זאכן.
די עיקר מעלה פון די ספרים איז, אז עס רעדט צו בעלי-מדריגה און צו פשוט'ע מענטשן צוגלייך, דאס איז זייער זעלטן; מען געפינט ספרים וועלכע רעדן צו פשוט'ע אידן, אנדערע רעדן צו לומדים, און געוויסע צו פשוט'ע אידן אדער גאר צו פרויען, ער רעדט צו אלע מענטשן צוגלייך, ער נעמט די גרעסטע דרגות אין חסידות און איז עס אזוי שיין מסביר אז אפילו אן עם-הארץ קען עס פארשטיין, לעצטנס האב איך געזען זיין מאמר אויף "פרישות", ער צולייגט אזוי שיין וואס עס מיינט פרישות, אנהויבנדיג אז אויב ווילסטו זאגן אז עס מיינט כך-וכך קען עס נישט זיין צוליב דעם און דעם, אזוי גייט ער אריין טיפער און טיפער און לאזט זיך אראפ לעמקות התורה אויף א זעלטענעם סיסטעם. דאס זעלבע טוט ער מיט יעדן יום-טוב און איז מסביר וואס מען קען ארויסנעמען פונעם יום-טוב, אזוי אז א פשוט'ע אידן מיט א בעל-מדריגה קענען צוזאמען לערנען אין דעם ספר.

מען דארף באמערקן אז זיינע ספרים זענען געשריבן געווארן דורך א שרייבער, דוכט זיך אז אהרן סורסקי, (איך מיין אז דער ערשטער באנד אויף בראשית האט ער יא אליין געשריבן), הגם ער אליין איז אויך געווען א נישקשה'דיגע שרייבער.

פארט איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז אין די ליטווישע קרייזן זענען זיינע ספרים מער אנגענומען ווי אין די חסידי'שע קרייזן, אין די ליטווישע בתי יעקב סעמינארן אין ארץ-ישראל, לערנען די מיידלעך זיינע מאמרים אויף חינוך. איך האב שוין פיל מאל געזען א איד מיט א מזרחי קאפל האלט א נתיבות שלום אינטערן ארעם.

ביי חסידים איז מען נישט געוואוינט מיט אזא מהלך, אונזערע ספרים זענען נישט געגאנגען אויף אזא פארנעם. איך האב אמאל געהערט פון א חסידי'שע איד אז דער קדושת לוי אדער מאור ושמש וואלטן אויך געקענט מאכן ספרים מבאר צו זיין נקודות אין חסידות, אבער זיי האבן עס נישט געטאן. אפילו די חב"ד ספרים, וועלכע גיבן זיך יא אפ מיט מער הסבר, גייען נישט אזוי לעומק אריין אין יעדע מידה און יעדע נקודה אזוי ווי ער (נאר מער מיט מח, ואכמ"ל).

נאכמער; ווען עס איז ארויסגעקומען דער ספר התניא זענען געווען צדיקים וועלכע האבן נישט געהאלטן דערפון צוליב די אריכות אין חסידות (אדער צוליב בכלל מפיץ זיין חסידות), עס איז פאראן א שארפע בריוו אין "פרי הארץ" (אין די היינטיגע דרוק האט מען עס שוין ארויסגענומען), פון רבי אברהם קאליסקער זצוק"ל (פון וועלכע די סלאנימער האלטן זיך תלמידים) צום בעל-התניא וואו ער דרוקט זיך שארף אויס קעגן דעם, צווישן אנדערע שרייבט ער אז ביים רבי'ן, דער גרויסער מגיד, איז געווען דער סדר אז ווען א חסיד האט געוואלט האבן א חיזוק ווארט איז ער אריין צום רבי'ן און דער רבי האט אים געזאגט א קורץ ווארט וועלכער האט אים איבערגענומען אלע ביינער, די ווארט האט ער גע'חזר'ט ביז ער איז פריש אריין צום רבי'ן און צומאל האט אים דער רבי איבערגעזאגט די זעלבע ווארט פון פאריגע מאל, ער ברענגט אז אין איין פאל האט דער רבי געזאגט מיטן חסיד דער פסוק שמע-ישראל מיט די טייטש און דאס האט געהאלטן דער חסיד, אבער סתם זיך אריינלאזן אין עמקות איז נישט געווען דער דרך.

פארשטייט זיך אז איך גיי נישט אריילייגן מיין קאפ צווישן אזעלכע בערג, איך האב נאר ארויסגעברענגט די נקודות ארום דעם ספר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 6:55 am
דורך כתר ישועה
זיס
א גרויסע דאנק פאר מאיר עינים זין בהא ענינא, האסט מיר טאקער פארשפרייט א ידיעה.
דער שאלה ביי איינער פון די רעביס' איז נישט ביי אדמו"ר פון סלאנים ב"ב, נאר ביי אן אנדערע רבי. ס'איז מיר א שטיקעל פלא אז די האסט אנגעכאפט דוקא סלאנימער רבי פון בני ברק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 2:23 pm
דורך זיס
אזוי האב איך געהערט די מעשה, אבער אויב דו ווייסט שוין יא, פארוואס זאלסטו נישט מזכה זיין אנדערע אידן און זאגן ביי וועמען די מעשה איז געווען? - אויב מאיזה סיבה האסטו נישט קיין חשק, שיק עס מיר כאטש אין אישי אז איך זאל וויסן.

אז מען רעדט שוין, האב איך אמאל געהערט (נישט פון קיין מקור מוסמך), אז ר' צבי מאיר זיבלערבערג שליט"א זאגט אמאל נאך זאכן פון נתיבות שלום אבער נישט אין זיין נאמען. איך ווייס נישט ווי ריכטיג דאס איז, ווייל איך בין נישט נאכגעגאנגען אמיתות הדברים.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 10:28 am
דורך זיס
היינט געהערט פון א איד:
די רביצין פון סלאנימער רבי פון בני-ברק איז א מחנכת אין בית-יעקב און זי לערנט פאר פאר די מיידלעך נתיבות שלום, איר מאן - דער סלאנימער רבי האט איר געזאגט אז פאר ווייבער איז עס פונקט גוט...

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 4:59 pm
דורך מאטעס
זיס האט געשריבן:היינט געהערט פון א איד:
די רביצין פון סלאנימער רבי פון בני-ברק איז א מחנכת אין בית-יעקב און זי לערנט פאר פאר די מיידלעך נתיבות שלום, איר מאן - דער סלאנימער רבי האט איר געזאגט אז פאר ווייבער איז עס פונקט גוט...

קורץ און שארף, דערמאנט טאקע די סלאנימער אוטענטישע חסידים

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 12:21 pm
דורך scy4851
כתר ישועה האט געשריבן: וואס האט מען געטראפן דייקא א לויף צו א ספר פון אן אחרון?

דאס קען מען נישט פרעגען!...ווייל דענמאלטס קען אויך פרעגען, פארוואס לערענט מען דברי יואל, ברך משה, וכו', וכו', אויך אחרונים.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 1:31 pm
דורך כתר ישועה
דעה ספרי קודש לבית רבותינו מסאטמאר - לערנען כל חובבי ושוחרי תורת סיגעט. אבער נתיבות שלום זעהט מען אן אנדערען סארט לויף פון אפי' בחורים מיט יונגעליט וואס האבען קיינמאל א שייכות מיט אינער פון די סלאנימער רעביס נישט געהאט און פונדעסט וועגען קוקען זיי אריין און דעהם.משא"כ ספרי עצי התמרים איז נישט דא אן עקסטרען לויף מצד אנשי חיצונים אויס שוחרי הדרוש - נוסח סיגעט וואס זיי האבען אייביג אריין באמערקט און ספרי עצי התמרים און אויכעט אנדערע ספרי דרוש אזוי ווי די ד"ת וואס האט זיך געדרוקט און די וואנדערבארע קובצים "כרם שלמה" פון דער יחידי בעלי הדרוש דער חסידישען רעבי'ן ר' שלמה פון באבוב זצ"ל - וואס היינט האט מען אלעס מקבץ געווען און דריי גרויסע באנד בשם "ליקוטי כרם שלמה".

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 22, 2010 6:46 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
זיס האט געשריבן:


מען דארף באמערקן אז זיינע ספרים זענען געשריבן געווארן דורך א שרייבער, דוכט זיך אז אהרן סורסקי, (איך מיין אז דער ערשטער באנד אויף בראשית האט ער יא אליין געשריבן), הגם ער אליין איז אויך געווען א נישקשה'דיגע שרייבער.


די ספרים נתיבות שלום ב' חלקים (על ענינים ועל המועדים) האט ער יא אליין אלעס געשריבן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 12, 2010 2:37 pm
דורך כתר ישועה
גראדע, דערמאן איך זעך איצטער א אויף דעם סאנזער רב זי"ע פארציילטמען אן אפיזאדא ווי ער פלעגט כ'סדר לערנען 'בני יששכר' וואס פאר בני דורו איז דאס אויכעט געוועזען א חידוש בעיניהם וועגן דעם הייליגען בנ"י איז אויכעט געוועזען בשעתו אן אחרון וואס מ'האט עם נאך גיקענט. (ח"ו נישט מדמה זיין דעם שטיק פייער בני יששכר צונ'עם גאו וצדיק משפיע לקהל עדתו ומחוצה לה בעל הנתיבות שלום זי"ע)

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 01, 2010 4:04 pm
דורך hotwire
טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:


מען דארף באמערקן אז זיינע ספרים זענען געשריבן געווארן דורך א שרייבער, דוכט זיך אז אהרן סורסקי, (איך מיין אז דער ערשטער באנד אויף בראשית האט ער יא אליין געשריבן), הגם ער אליין איז אויך געווען א נישקשה'דיגע שרייבער.


די ספרים נתיבות שלום ב' חלקים (על ענינים ועל המועדים) האט ער יא אליין אלעס געשריבן.


ספרי נתיבות שלום נכתבו על ידי כותבים כידוע ליודעי ומביני ח"ן

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 01, 2010 4:05 pm
דורך hotwire
לאחרונה הופיע לאור כרך הראשון נתיבות שלום על הש"ס

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 02, 2010 1:38 pm
דורך כתר ישועה
כתר ישועה האט געשריבן:גראדע, דערמאן איך זעך איצטער א אויף דעם סאנזער רב זי"ע פארציילטמען אן אפיזאדא ווי ער פלעגט כ'סדר לערנען 'בני יששכר' וואס פאר בני דורו איז דאס אויכעט געוועזען א חידוש בעיניהם וועגן דעם הייליגען בנ"י איז אויכעט געוועזען בשעתו אן אחרון וואס מ'האט עם נאך גיקענט. (ח"ו נישט מדמה זיין דעם שטיק פייער בני יששכר צונ'עם גאו וצדיק משפיע לקהל עדתו ומחוצה לה בעל הנתיבות שלום זי"ע)


כהוספה לנ"ל, האב איך געליעזנט נישט פון לאנג צוריק, און איינער פון די אר"י צייטונגען, דאכט זוך מיר כתב עת הנקרא 'מורשה' (מלפנים 'עולם החסידות') אז דער קאסאניער רבי פון בני ברק (רצ"א פאנעט - מהדיר ספרי בני יששכר ובעל פירוש 'הצבי והצדק') שמועס'ט דארט איבער ספרי זקינו הבנ"י, ובתוך דבריו, פארציילט ער אז דער סאנזער רב האט זיך אויסגעדרוקט למתמיהים בכך, וואז'ע פארשטיין היינטיג'ע יונגעלייט אז דו בני ישכר האט מחבר געוועזן כל ספריו ברוח הקודש...

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 24, 2011 2:52 pm
דורך always happy
נתיבות שלום היא סדרת ספרים שכתב הרב שלום נח ברזובסקי, מאדמו"רי סלונים. חמישה כרכים מתוך הסדרה כוללים פרשנות חסידית על חמישה חומשי תורה, כרך אחד על יסודות היהדות והחסידות וכרך אחד על חגים ומועדים. אליהם נוספו חוברות של שיחותיו בנושאים שונים (חנוכה, פורים, השואה, פרקי אבות, שובבי"ם, חינוך ועוד).

הספר התקבל בישיבות מחוגים שונים, והוא נלמד כאחד מספרי החסידות הפופולריים ביותר, גם בקרב חוזרים בתשובה. הסיבה לכך היא בעיקר העברית הרהוטה שבו, לעומת ספרי החסידות האחרים שנכתבו בעברית שקשה להבנה. כמו כן, הרעיונות בספר הם פשוטים יחסית ומובנים לכל אחד, לעומת הספרים האחרים שדורשים ניסיון וידיעה מוקדמת של ספרי חסידות. הספר תורגם לאנגלית וזכה לתפוצה רחבה בארצות הברית ומדינות נוספות.

בתש"ע (2010) החלו לצאת ספרי נתיבות שלום על התלמוד הבבלי, על פי שיעורים שמסר בישיבת בית אברהם. הכרך הראשון יצא על מסכת כתובות ומסכת נדרים.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 24, 2011 5:49 pm
דורך נחמן נתן
always happy האט געשריבן:הסיבה לכך היא בעיקר העברית הרהוטה שבו, לעומת ספרי החסידות האחרים שנכתבו בעברית שקשה להבנה.


איזה? - - קדושת לוי? נועם אלימלך? עבודת ישראל? וכו' - - - שיחות התחזקות?...

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:36 pm
דורך רבבה
עכשיו יצא לאור ג' כרכים נתיבות שלום עהש''ס שיעורים ומערכות שאמר בהיותו הראש ישיבה
מעוניין לדעת מה דעת קהל הלומדים