בלאט 4 פון 7
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 04, 2012 12:41 am
דורך לכתחילה אריבער
האט איינער שוין געזען די "הסדר הערוך", א הערליכע ליקוט אויף אלע הלכות און מנהגי פסח, והסדר, אויפן סטייל ווי די ספרים פון אליעזר קעסטענבוים'ס כולל (כ'קען מיך נישט דערמאנען די נאמען) זייער שיין און אנטערעסאנט.
דא קען מען זעהן א פריווי:
http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?24480און די "געשריבענע הגדה",בית אברהם-בית אהרן, מיט פיר פרושים בדרך פרד"ס (היינט איז עס שוין געדריקט, אבער עס פלעגט זיין געשריבן, מיט א הערליכע קונצליכע שריפט, ממש פונקטליך, עס האט אויסגעזען פון קומפיוטער).
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 04, 2012 2:51 am
דורך msp
איך ווייס פון הסדר הערוך דריי חלקים
איז דאס וואס דו מיינסט?
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 04, 2012 10:06 am
דורך yield
הגדה מדרש בחידוש האט איינער איבערגעדרוקט? אזוי ליגט מיר אין קאפ
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 04, 2012 2:42 pm
דורך לכתחילה אריבער
msp האט געשריבן:איך ווייס פון הסדר הערוך דריי חלקים
איז דאס וואס דו מיינסט?
יא.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2013 10:44 pm
דורך ישלהוסיף
הגדה של פסח - גנזי יוסף, ערשטע הגדה פון תשע"ג שוין צובאקומען אין דער געשעפט.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2013 9:17 am
דורך farshlufen
געווענטליך ווען מען דערמאנט א פריש ספר "יש להוסיף" אביסעלע על המחבר - המלקט ועל הספר ומהותו.
יישר כחכם.
הגדה בת עין
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2013 10:23 pm
דורך יוראפ
לקט מאמריו מספה"ק בת עין
ע"י הרב ישראל מאיר מענדלאוויטש
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 9:23 am
דורך farshlufen
יוראפ האט געשריבן:לקט מאמריו מספה"ק בת עין
ע"י הרב ישראל מאיר מענדלאוויטש
מהדיר ומו"ל הספר בת עין החדש.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 05, 2013 11:40 am
דורך ישלהוסיף
דריי נייע (בתוך שאר...) הערליכע שיינע הגדות
1) אבני נזר
2) נחלת צבי - משפחת רבי נתן צבי בריסק-טאשנאד
3) לפלגות ראובן - רבי זעליג ראובן בענגיס זצ"ל גאב"ד ירושלים עיה"ק
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 05, 2013 2:29 pm
דורך msp
מיין מיינונג איז אז אסאך פון די הגדות איז מלאכה ואינה חכמה
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 05, 2013 2:43 pm
דורך ישלהוסיף
msp האט געשריבן:מיין מיינונג איז אז אסאך פון די הגדות איז מלאכה ואינה חכמה
דהיינו אז אויף די הגדה זעלבסט איז כמעט נישט דא קיין תורות, אויב יא זענען זיי געהאקט אדער בדוחק אריין געשטיפט,
אסאך פון די סארט הגדות זענען ליקוטים, וואס איז מער שבת הגדול דרשות, סוגיות, מנהגים אדער עניני פסח - נישט "הגדה של פסח".
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 06, 2013 9:51 pm
דורך שויתי'ניק
איך זוך שוין לאנג, א פירוש אויף די הגדה זעלבסט, נישט קיין תורות, מעשה'לעך...
וואס האט די הגדה מיט מיר\אונז\היינט?
ס'זאל מסביר זיין פשט פון יעדן ווארט, ווי אויך ערקלערן דער טיפערער באדייט וואס דער בעל הגדה וויל אונז לערנען\זאגן דא...
וכו'. וכו'.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 07, 2013 8:20 am
דורך farshlufen
שויתי, דאן נעם אפיר פירושי הראשונים וקדמונים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 07, 2013 11:27 am
דורך בעאבאכטער
yield האט געשריבן:הגדה מדרש בחידוש האט איינער איבערגעדרוקט? אזוי ליגט מיר אין קאפ
פון וועלכע הוצאה רעדט איר?
ס'האט עס איינער איבערגעדרוקט אין ארץ ישראל לערך פאר 20 יאה צוריק, זייער א שיינע ארבייט.
ס'איז געלאפן זייער גוט, ווייל חוץ פון דעם וואס מ'רעדט פון א תלמיד פון רמ"ע מפאנו, און בנוסף איז עס זייער א קלארע שפראך, מיט גוט הסבר, איז עס פשוט א שיין הגדה.
כמה יאהרן האב איך עס גענוצט ביים סדר נאכט.
גאנץ מעגליך אז ס'איז נאך דא דערפון.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 07, 2013 11:33 am
דורך יוראפ
ישלהוסיף האט געשריבן:דריי נייע (בתוך שאר...) הערליכע שיינע הגדות
1) אבני נזר לקוט דברי תורה בנגלה בשם נזר ההלכה וליקוט דברי חסידות בשם נזר ההגדה
2) נחלת צבי - משפחת רבי נתן צבי בריסק-טאשנאד
3) לפלגות ראובן - רבי זעליג ראובן בענגיס זצ"ל גאב"ד ירושלים עיה"ק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 07, 2013 11:35 am
דורך יוראפ
הגדה דרך אמונה
ביאורים ופנינים על סדר ההגדה עם ליקוט הלכות מספר שונה הלכות וע"פ מנהגי הגר"א והחזו"א, מאת הרה"ג ר' חיים קניבסקי שליט"א
הגדה של פסח כיד המלך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 07, 2013 1:50 pm
דורך israelm
איך האב געשריבן הגדה של פסח כיד המלך.
ווער וויל די הגדה, זאל שיקן מיר צו מיין אימל:
Israelsam10@012.net.ilווער קען זי ארויפנעמען צו היברו בוקס, זאל זיין געבענטשט!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 07, 2013 1:56 pm
דורך ווינקל
עפעס דעטאלן קענט איר געבן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 07, 2013 9:22 pm
דורך רבניש
שויתי'ניק האט געשריבן:איך זוך שוין לאנג, א פירוש אויף די הגדה זעלבסט, נישט קיין תורות, מעשה'לעך...
וואס האט די הגדה מיט מיר\אונז\היינט?
ס'זאל מסביר זיין פשט פון יעדן ווארט, ווי אויך ערקלערן דער טיפערער באדייט וואס דער בעל הגדה וויל אונז לערנען\זאגן דא...
וכו'. וכו'.
תורת'לעך מיט מעשיות ווייס איך שוין אז נישט
כווייס אבער נישט צו איר זוכט פשט פון יעדס ווארט ע"ד:
רמז, סוד, דרוש, חכמה, מוסר, חאסידאת, פולפול, קבלה, מאשר שמנה, צאנה וראנה, גדי פאללאק, יוני גרשטיין, אדער הפירושים המפורסמים עם הנקודות.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 08, 2013 1:57 am
דורך רבניש
ס'באקאנט די מליצה פונעם מלבי"ם ווי ער שרייבט "עשרה קבים של פירושים ירדו לעולם, תשעה נטלה ההגדה של פסח, ואחד כל התורה כולה.
אלזא ס'באמת שווער מחליט צו זיין וועלכע הגדה ס'פאסיג ווייל יעדע הגדה האט עפעס אן אנדערע מעלה-וואס דער אנדער האט נישט.
כאב אין באזיץ אן ערך פון 20 הגדות יעדעס יאר קומט אוודאי צו נאך:
איין יאר האב איך געהאט די הגדה "המשובח" פון הוצאת "עטרת" (כמיין יצא לאור ע"א) גאר א פיינע ארבייט אריינגעלייגט, יעדע הלכה אויפן פלאץ, אלע מנהגים שיין שרייבעריש ארפגעלייגט, עברי טייטש, און דערנאך נאך אביסל ביאור ווי עס פעילט אויף די ווערטער, דערנאך פרפראות, און אויך דעם סיפור יציאת מצרים, מיט די מדרשים באמת א מחי'.
א געשמאקער סייז קליין, האט פלאץ אויפן געשטאפטן טיש, און מיט גרויסע קלארע אותיות אזוי ווי יעדע פראדוקט פון "עטרת"
דאס איז גאר גוט פאר דעם "הגדה כללי" צו פירן דעם סדר, דערנאך קומט אוודאי צו, דער זייטן בענקל מיט אלע אנדערע.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 08, 2013 8:29 am
דורך msp
פרדס ההגדה איז געווען גאר א גוטע זאך
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 7:04 pm
דורך ווילוויסן
israelm האט געשריבן:איך האב געשריבן הגדה של פסח כיד המלך.
ווער וויל די הגדה, זאל שיקן מיר צו מיין אימל:
Israelsam10@012.net.ilווער קען זי ארויפנעמען צו היברו בוקס, זאל זיין געבענטשט!!
דא איז דא א form צו שיקן ספרים צו היברו בוקס, איך האב נישט קיין עקספיריענס איבער דעם, אדרבה, איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 12, 2013 4:40 pm
דורך צדיקל
געזען אין סטאר א נייע הגדה פלא יועץ מכת"י פון הגאון ר' אליער פאפו ז"ל
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 13, 2013 4:31 pm
דורך צדיקל
שויתי'ניק האט געשריבן:איך זוך שוין לאנג, א פירוש אויף די הגדה זעלבסט, נישט קיין תורות, מעשה'לעך...
וואס האט די הגדה מיט מיר\אונז\היינט?
ס'זאל מסביר זיין פשט פון יעדן ווארט, ווי אויך ערקלערן דער טיפערער באדייט וואס דער בעל הגדה וויל אונז לערנען\זאגן דא...
וכו'. וכו'.
ס'איז זייער שווער צו זאגן וועלכע הגדה איז דאס בעסטע ע"פ פשט, יעדע האט זיך זיינע מעלות, און יעדער האט זיינע געשמאק וואס ער זיכט, איך וועל געבן א שטיקל רשימה, ותן לחכם ויחכם.
בראש איז הגדה עם פירושי הראשונים תורת חיים (מוסד הרב קוק), פירושים פון 12 ראשונים, אבער ס'איז נישט אויסגעשטעלט ווי פירוש נאר יעדע פירוש באזונדער.
הגדה רזא דאגדתא (שבתי פרענקל), ביאור ע"פ הראשונים וגדולי האחרונים אויף יעדע ווארט כמה פשטים, א ליקוט פון מנהגים והטעמים על מצות הלילה.
הגדת המדרש המבואר (מכון מדרש המבואר), א ביאור ע"פ הראשונים, און יינה של מדרש אלע מדרשים אויף יעדע ווארט פון הגדה.
הגדה מפורשת ומבוארת (ר' אהרן הלוי), פירוש ע"פ ראשונים, מתרתן של ראשונים, מקורת ומדרשים, מקורת ההלכה, טעמים ומנהגים, ידע תדע.
הגדה שערי ההגדה ((ר' שמואל יוסף שטיצברג) פירוש על דרך פשט ע"פ הראשונים, מדרשי חז"ל על יציאת מצרים.
הגדה בעלזא (מחנובקא) פירוש ע"פ פשט לפי הראשונים, כהלכות הפסח טעמים ומנהגים על מצות הלילה, און בעלזא תרות.
חוץ מזה איז דא א הגדה אוצר דברי המפרשים (שאול יחזקאל ווייס), א אוצר נפלא פון פירושים און טייטשן אויף יעדע ווארט, און טעמים אויף יעדע זאך, אבער האט זייער אסאך אויף יעדע ווארט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 8:25 am
דורך צופרידן
איך מיין אז די הגדה "המשובח" פון עטרת איז נאך אלץ די בעסטע,
איך האב דאס פאריגע יאר געקויפט, און זיך דערקוויקט מיין הארץ מיט דעם,
שוין יארן לאנג וואס איך האב געזוכט אזא מין הגדה, וואס האט אין זיך אלע מעלות,
אויך די "הכנות לסדר" מיט אזא רייכן פארנעם און קלארקייט איז ממש געוואלדיג,
ווען מען קוקט דערין אביסל איז מען שוין אליין איבערצייגט אירע מעלות.