בלאט 2 פון 7

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 7:41 pm
דורך אויפריכטיג
חוקר האט געשריבן:עס איז דא א מעשה אז א איד איז אמאל געקימן און א שטאט פארקויפן א הגדה וואס ער האט געדריקט האט א איד ציגעגאנג און פרעגן עם עס איז שוין דא אזויסאך הגדה'ס וואס דארף מען נאך איינס מיט אייערע פרישים ענפערט ער מיט יענעמס הגדה קענען אינז נישט פסח מאכן וד"ל

ענליכס צו דעם האט שוין דער רבי זי"ע בעל דברי יואל געזאגט נאך אויף ר' יוסל אשכנזי, ווען ער האט געהאלטן ביים דריקען די ערשטע הגדה מהר"י ט"ב, אז ער מיינט נישט די הגדה, ער מיינט די קניידלעך...

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 23, 2010 12:44 pm
דורך אויפריכטיג
שאץ מאץ האט געשריבן:איך האב אין באזיץ מסתמא א 35 הגדות (מיט אזא משוגעת אז יעדעס יאר קויף איך א נייע)

אויב איך האב גוט צוגעטראפן איז דיין היי יעריגע נייע הגדה, די הגדה "מפי ספרים וסופרים"...
מיינס איז עס זיכער!

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 23, 2010 12:47 pm
דורך אויפריכטיג
איינער האט עפעס אינפארמאציע איבער די זעלטענע הגדה
http://www.bl.uk/collections/treasures/ ... adband.htm

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 4:01 pm
דורך נארישער
איך האב געזען אין ביהמד די הגדה עבודת הצדיקים , פון אן אויבן אויף קוק האט מיר אויס געקוקט אז סאיז א נייע זאך וואס איז איבער ארויס גענומען פונעם גליון מבאר הצדיקים לבית נאנאש,

איך פלעג אלעמאל ניצן די הגדה נר יהושע אויף אידיש, סאיז צוטיילט אויף פיר חלקים דרושים סיפורים און קליינע תורהלעך, לעצטנס האב איך אנגעהויבן מיצן די הגדה דברי חיים ווי סשטייט אלע מנהגים פון דער הייליגער צאנזער רב וואס סאיז היינט נאכט דער יארצייט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 8:04 pm
דורך קרעמער
נארישער האט געשריבן:איך האב געזען אין ביהמד די הגדה עבודת הצדיקים , פון אן אויבן אויף קוק האט מיר אויס געקוקט אז סאיז א נייע זאך וואס איז איבער ארויס גענומען פונעם גליון מבאר הצדיקים לבית נאנאש,

עבודת הצדיקים איז א פרישער חיבור, א ליקוט פון הערליכע סיפורים פון מערערע ספרים, שטרם ראה אור הדפוס.

דער באר רבותינו פון נאנאש האט נאר די לעצטע פאר וואכן געלאזט לויפן איין בלעטל מיט מעשיות פון עבודת הצדיקים, מסתמא אלס אדווערטייזמענט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 8:26 pm
דורך שאץ מאץ
אויפריכטיג האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:איך האב אין באזיץ מסתמא א 35 הגדות (מיט אזא משוגעת אז יעדעס יאר קויף איך א נייע)

אויב איך האב גוט צוגעטראפן איז דיין היי יעריגע נייע הגדה, די הגדה "מפי ספרים וסופרים"...
מיינס איז עס זיכער!


פון וואנעט ווייסטו? האסט מיר געזעהן קויפן?

גראדע האב איך עס טאקע געקויפט היי יאר, אבער למען האמת איז ער שוין געוועהן פאר א יאר אינדרויסן, נאר היות לעצטע יאר בין איך נישט דאהי געוועהן האב איך מיר נישט פארלייגט אויף הגדות, היי יאר האב איך משלים געוועהן און געקויפט מפי סופרים וספרים, און אויך דעם "עבודת הצדיקים" צוקער זיס מלא טעם, ס'איז מיר צוניץ געקומען ביי איין שיעור וואס איך האב געגעבן במשך די פארלאפענע וואכן, לעמות זה דער מפי סופרים וספרים האט מיך אביסל נערוועז געמאכט ווייל ס'איז אביסל צו שטארק וויזניץ.....

http://zbermanbooks.com/

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 7:01 am
דורך farshlufen
ערב דעם פארגאנגענעם פסח העעל"ט האבן מיר גגעקויפט עטליכע פרישע הגדות, טייל אינעם לאקאלן ספרים געשעפט און וואס איז נישט געווען ביינעם בנמצא האבן מיר באשטעלט ביי ר’ http://www.zbermanbooks.com" onclick="window.open(this.href);return false;, אפרטם אחת לאחת מיט מיינע הערות:

1) הגדת בית אברהם הנקרא די געשריבענע הגדה, מחברו הרה"ג ר' אברהם אהרן ב"ר יונה פריעדמאן הי"ד, ליידער לא זכיתי לעיין בה השנה עקב קוצר הזמן.
2) הגדת "כתם פז"
עם פירושי ראשונים ואחרונים, והם:
"ברית הלוי" לר"ש אלקבץ.
"רשב"א"
"אבודרהם"
"(מלבי"ם) – משכיל לאיתן"
ועוד, וואס איך געדענק נישט כעת.

מיין בליק: א גלענצנדע איידיע פון א הגדה, אבער זייער נישט קיין פראפעסיאנאלע ארבעט. ועוד וואלט איך געוואלט וויסן פון וואנעט איז דער מקור פונעם פירוש הרשב"א.

3) הגדת "כלו מחמדים" עם:
"מעשי נסים" מהגאון החוות דעת.
והיתר שכחתי.
מיין בליק: גענוי ווי פריערט האבן די מו"ל אראפגעשטעלט א שלאבערישע ארבעט. ועוד "מעשי נסים" אן דעם פי' מעשי ה' אויף וואס ער בויעט לרוב איז ווי פירש"י עה"ת אן דעם חומש.

למעשה האב מיר געלערנט דעם "מעשי ה'" עה"ס פון אנפאנג ונהנתי מאוד, א שאדע אויף אזא שיינעם פירוש פון א פריערדיגן וואס זיצט פארשטופט אין זיין פירוש עה"ת.
כתם פז

וועלכע הגדה נוצט איר?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 5:11 pm
דורך פריילאך
נאכן ניצן איבער א דאזען הגדות במשך די יארן, האב איך געזעהן יעדע הגדה מיט זיינע מעלות טאקע, אבער א דבר השלם האב איך נאך נישט געטראפן.

איך וואלט געוואלט האבן אין מיין הגדה 1)הלכות בקיצור 2)פירוש המלות אויף שווערע ווערטער 3) געקליבענע שיינע תורות און מעשה'לעך 4) בעיקר שיינע מדרשים וואס מען קען נאכזאגן פאר די משפחה (א שטייגער פון גראדער'ס מאמרים אויף די מכות) ועוד ועוד.

אפשר וואלט די עולם דא מיטגעטיילט וואסערע הגדות זיי נוצען, און וואס בכלל איז דא אויפן מארקעט?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 5:35 pm
דורך אלף בית
איך ניץ די הגדה של פסח - ברך משה (דפוס ראשון).
סאיז הערליך שיין אויפגעזעצט, מיט די הפלא'דיגע טייטשן.
צום סוף איז דא א הערליכע ליקוט בארבעט דורך ממייענות התאחדותינו, אויף זייער שטייגער. איינגעטיילט אין עטליכע מאמרים, וואס איז מלהיב הלב. (כ'מיין אז אין די צווייטע מהדורה איז עס נישט אריינגעדריקט).

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 6:53 pm
דורך scy4851
פאריגע וואך האב איך מיר איינגעהאנדלט צוויי הגדות ביי זנדל ברמן מוח"ס.

1) הגדה של פסח אוצרותיהם של צדיקים.
אמרות טהורות ושיח שרפי קודש..נלקט ונערך ע"י אהרון פרלוב
נדפת בירושלים עיה"ק בהאי שעת"א

2) הגדה של פסח מפי ספרים וסופרים
שיחות של ר' אליעזר דוד פרידמן שליט"א רב בביהמ"ד דחסידי בעלז - לונדון יצ"ו
מהדורה חדשה ומורחבת נדפת בשנת תש"ע
ועיין לעיל

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 6:58 pm
דורך מי יודע
בעפאר פסח נוץ איך הגדה ברך משה דפוס ראשון כנ"ל
ביים סדר נוץ איך דפוס שני, ווייל ביים סדר איז ממילא נישטא קיין צייט צו קוקן לאנגע זאכן, איך ברך משה גופא איז דא אסאך שיינע קורצע זאכן

איך האב שוין געזען היי יאר עטליכע מלקטים (נישט מחסידי סאטמאר) ברענגן הגדה ברך משה, ס'איז דא עכט שיינע ממש פשטים אין די הגדה, די פינגער צו באלעקן, איך כאפ אן א דוגמא די טעם וואס אונזער מנהג איז צו גיסן מיטן כוס ביי די מכות מיט די גאנצע הענט און נישט מיט א פינגער, וכהנה, ס'קוקט אויס ווי ס'איז גאר קיין אנדערע פשט אין די הגדה נישטא.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 10:03 pm
דורך יגעתי ומצאתי
הגדה בית אהרן בית אברהם (די באוואוסטע געשריבענע הגדה) איז לכאורה גאנץ צוגעפאסט צו אייך. ער האט הלכות בקיצור (אפשר צו ווייניג, מער דיונים ווי הלכות). הערליך אויסגעטייטשט די גאנצע הגדה עפ"י פשט, די מימרות אין די הגדה זאלן גיין צוזאמען איינס נאכן צווייטן. הערליכע תורות איינגעטיילט לויט פרד"ס אגדה וכד'. און בעיקר א אויסטערליש הערליכע ליקוט פון מאמרי חז"ל און מדרשים איבער יעדע ענין אין די הגדה.
איין חסרון האט ער אז מ'דארף האלטן אין איין מישן (אבער אלע גוטע הגדות זענען אזוי).

נאך א הערליכע הגדה איז הגדה חודש האביב, פונקטליכע הלכות אויף יעדע ריר, אלע מנהגים פון אלע קרייזן ווערן אראפגעברענגט בטוטו"ד. אויך א הערליך שיינע ליקוט פון ספרי תלמידי בעש"ט (נחלי בינה) מסודר לויט יעדע ענין. אבער האט נישט קיין ליקוט פון מדרשים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 31, 2011 9:37 am
דורך פריילאך
איינער זאגט מיר צו נוצען הגדה שבחו אהובים.

עניוואן עקספיריענס דערמיט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 31, 2011 9:59 am
דורך moshele11211
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:הגדה בית אהרן בית אברהם (די באוואוסטע געשריבענע הגדה) איז לכאורה גאנץ צוגעפאסט צו אייך. ער האט הלכות בקיצור (אפשר צו ווייניג, מער דיונים ווי הלכות). הערליך אויסגעטייטשט די גאנצע הגדה עפ"י פשט, די מימרות אין די הגדה זאלן גיין צוזאמען איינס נאכן צווייטן. הערליכע תורות איינגעטיילט לויט פרד"ס אגדה וכד'. און בעיקר א אויסטערליש הערליכע ליקוט פון מאמרי חז"ל און מדרשים איבער יעדע ענין אין די הגדה.
איין חסרון האט ער אז מ'דארף האלטן אין איין מישן (אבער אלע גוטע הגדות זענען אזוי).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 31, 2011 10:18 am
דורך msp
איך האב אמאהל געזעהן א שארף ווארט פון הייליגער ראפשיצער רב ז"ל אז יעדעס יאהר דארף מען א נייע הגדה ווייל דער רשע פון פאראיאהר איז היי יאהר שוין א צדיק א רבי'לע....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 31, 2011 10:25 am
דורך msp
איך וואלט געהאלטען ,אויב מען קוקט נישט פאליטיש אויף די זאך, אז די הגדה תורת חיים איז א מייסטערווערק
עס האט א גאנצע צאהל ראשונים מיט הערות און הארות
אויך די הגדה בעלי התוספות איז געוואלדיג
אמנם איז פשוט אז דאס דארף מען פאראויס צוגרייטען און נישט איבערלאזען פאר סדר-נאכט....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 31, 2011 11:06 am
דורך והוא פלאי
דער בעסטע הגדה דארף זיין ביי אייך אין קאפ, דאס הייסט קוקט אייך פאר רואיג פון יעצט, ביים סדר וואס מען קוקט איז כאפ לאפ, אני הצעיר והדל, קוק מיך פאר יעדעס יאר די הגדה במשך חודש ניסן מיט אן אנדערע מפורש אדער גאנג, בדרך כלל לפי תכונת נפשי בעומק הפשט, און ביים סדר זיץ איך מיט די הגדה הנהוג בבית אבותי, וכבבית אבותי זאג איך נישט קיין סאך, אבער איך שטעל מיך פאר אז אפי' איך זאל ווען זאגן, וואלט עס געווען פון געהעריג אדורך געטוהנע זאכן, נישט פון קיין בליק אויף דער מינוט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 31, 2011 12:04 pm
דורך איש האמת
אני לעצמי מה אני, האב איך ליב דער הגדה שיח צדיקים (שוין ארויסגעקומן פאריאר), דורך הרה"ג ר' חיים יוסף פריעדמאן שליט"א
אבד"ק ברעזאן , החובר חיבורים מחוכמים, און זיין סעריא שיח צדיקים על המועדים,
דער אינהאלט איז דזשאוקס און הומור, אלעס ע"ד צחות והלצה, ווי אויך שיינע מעשיות פון דער עמי הארצים ביים סדר
וואס מיינע קינדער ווי אויך איך אליין האבן ליב צוהערן און ליינען, שיינע גרויסע קלאר און לעזבארע אותיות, ממש מעין עולם הבא

ווי קען מען פארגעסן פון דער הגדה באר יהודה, און דער צייטן ווען מיר זענען געוועהן קינדער, איז דאס געוועהן
פון די איינציגע הגדה מיט יודיש טייטש, און שיינע תורות, און מעשיות

כמדומה לי אז די הגדה וואס איז דאס מערסטע גענוצט געווארן ביי רבנים און אדמורי"ם
איז דער הגדה קול יהודה, יו"ל ע"י הגאון הצדיק רבי חיים יהודה דייטש דומ"צ מאקאווא
מ'האט עס פאר צוויי יאר איבערגעדרוקט פון דאס ניי, עס האבן עס גענוצט
הרה"צ קוה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע, והיו קורא אותו די מאקאווע-בעלזא הגדה
הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר , כן סיפר המשב"ק ר' יוס'ל אשכנזי שעד שנדפס הגדה מהר"י ט"ב היה משתמש בהגדה זו
האמו"ר רבי יעקב יוסף מסקווירא זצ"ל, כן סיפר האדמו"ר מסקווירא שליט"א
הרה"ק גאון עולם מהרי"י מצאנז קלויזענבורג זצ"ל
ועוד הרבה צדיקים שהיו משתמשים בהם

די געשעפטן זאגן אז א הגדה איז א גוטע גייענדיגע ביזנעס, און מ'קען מאכן געלט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 31, 2011 1:54 pm
דורך איזעי
איש האמת האט געשריבן:ווי קען מען פארגעסן פון דער הגדה באר יהודה, און דער צייטן ווען מיר זענען געוועהן קינדער, איז דאס געוועהן
פון די איינציגע הגדה מיט יודיש טייטש, און שיינע תורות, און מעשיות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 31, 2011 2:12 pm
דורך איש האמת
הרב איזעי
חזרה איז א גוטע זאך!
אבער אויף אלעס מאכסטו חזרה?

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 01, 2011 12:18 pm
דורך איזעי
דער סדר דא אויף איי וועלט איז אז אויב איינער וויל אויך זאגן וואס א צווייטער האט שוין געשריבן, אדער ער האלט ווי יענעם, אנטשטאט עס צו שרייבן נאכאמאל, אדער בלויז שרייבן "איך האב אויך געוואלט אזוי שרייבן", אדער "איך האלט אויך אזוי", ציטירט מען וואס יענער האט געשריבן און פארטיג.

איך האב געוואלט שרייבן וועגן דעם הגדה, ווייל איך האלט אז דאס איז גאנץ גוט, און דאס דעקט מער ווייניגער אלעס וואס ער האט געבעטן, און דייקא אויף א לייכטן און שיינעם אידיש, גוט פאר אינג און אלט (אפשר דברי תורה האט עס נישט אזויפיל), און ווען איך האב געזען אז דו האסט עס אריינגעווארפן ערגעץ אינמיטן דיין קאמענט, האב איך עס ציטירט, אז מען זאל עס באמערקן.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 01, 2011 12:39 pm
דורך איש האמת
איזעי האט געשריבן:דער סדר דא אויף איי וועלט איז אז אויב איינער וויל אויך זאגן וואס א צווייטער האט שוין געשריבן, אדער ער האלט ווי יענעם, אנטשטאט עס צו שרייבן נאכאמאל, אדער בלויז שרייבן "איך האב אויך געוואלט אזוי שרייבן", אדער "איך האלט אויך אזוי", ציטירט מען וואס יענער האט געשריבן און פארטיג.

איך האב געוואלט שרייבן וועגן דעם הגדה, ווייל איך האלט אז דאס איז גאנץ גוט, און דאס דעקט מער ווייניגער אלעס וואס ער האט געבעטן, און דייקא אויף א לייכטן און שיינעם אידיש, גוט פאר אינג און אלט (אפשר דברי תורה האט עס נישט אזויפיל), און ווען איך האב געזען אז דו האסט עס אריינגעווארפן ערגעץ אינמיטן דיין קאמענט, האב איך עס ציטירט, אז מען זאל עס באמערקן.


א גרויסע שכויח פאר דיין הסכמה, אז דו האלסט ווי מיר, ברוך שכוונתי לדעתו הגדול,
ס'פרייד מיר זייער,

רשימות חסידישע הגדה של פסח

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 1:44 pm
דורך חכם עתיק
א רשימה נאר פון די חסידיש הגדות של פסח, וואס זענמען דא צובאקומען און די געשעפטען:
באר מים המגיד מזאלאשיץ
אוהב ישראל אפטא
עבודת ישראל קאזניץ
ערבי פסחים מאד
שפתי קודש בעלזא
אמרי קודש בעלזא
בית צדיקים באבוב
דברי יואל סאטמאר
במסלה זידיטשוב
דרכי חיים צאנז
דברי חיים צאנז
ברך משה סאטמאר
יציב פתגם קלויזענבורג
דברי יציב קלויזענבורג
מהר"י שטייף
דברי מנחם ליבאוויטש
אבני אש וואלקאן
שער יששכר מונקאטש
תפארת צבי מונקאטש

אזוי אויך איז פון אדמורי"ם שליט"א:
מונקאטש
באבוב
סאטמאר

כ'ווייס ספעלט נאך אסאך פון די רשימה, אויב ביטע קען מען צולייגען.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 3:14 pm
דורך והוא פלאי
לא זכיתי להבין מהלכך, כי יש הגדות למאות שלא הבאת, ומאידך הבאת כאלו, שאינם שייכים לרשימה זו, כגון מהר"י שטייף, אף שהי' קדוש לא שייך לרשימה זו

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 6:51 pm
דורך חכם עתיק
גערעכט לגבי מהר"י שטייף,

אבער כ'וויל מוסיף זיין:

דיבורים קדושים בעלזא
קול יהודה מאקעווע
נועם אלימלך ליזענסק
תפארת צבי ספינקא
תפארת בנים מונקאטש
ויגד יעקב פאפא
ויחי יוסף פאפא
ערוגת הבשם
אשי ישראל מודזיץ
אך פרי תבואה ליסקא
עבודת הלוי טאהש
פני מנחם גור
תפארת שלמה ראדאמסק

ואולי יתכן לפי היש אומרים להוסיף:
כנפי אלישע
הילולי דבי איגרא משפחת איגר
אש דת משפחת אסאד
ארץ צבי קודזיקלאוו
צפנת פענח רוגטשוב


כ'וויל דא מוסר מודעה זיין אז די אלע הגדות קען מען בייקומען אין געשעפטען, ווי למשל אויף היברו בוקס האב איך געטראפען הגש"פ בנין דוד אוהעל, אבער אין געשעפט איז זי קיינמאהל געוועהן. די רשימה איז אויף אזוינע וואס מקען גיין קויפען, ווי אזוי נאך קען איך זיך מסביר זיין.

אדרבה האב איך אויסגעלאזט ביטע לייג צו צום רשימה