בלאט 7 פון 7

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2015 1:44 pm
דורך ישלהוסיף
ויגד משה - פנינים וחידושים מתורתו של רבי משה פיינשטיין, מנוקד.

יחוה דעת - פנינים והנהגות מתורתו של רבי עובדיה יוסף.

הגדת בית בלאזוב - שופרא דהגדה, ליקוט מתורתם של רבני בית בלאזוב

מלבי"ם - פירוש המלבי"ם על הגדה של פסח, נדפס מחדש.

שיח שפתותינו - מרבי חיים קנייעבסקי

הגדה של פסח

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2015 3:22 pm
דורך maybeeynot
איך זיך א הגדה מיט קורצע שיינע ווארימע שטיקלעך פון אמונה אין פון די ניסים צו קענען אריינבליקן בשעתן זאגן די הגדה אין איבער זאגן פאר די קינדערליך

געשריבן: דינסטאג מארטש 31, 2015 2:16 pm
דורך מר. גרין
http://www.hidabroot.org/he/video/89898

ראיון עם אספן הגדות, מרדכי פיש

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 31, 2016 7:22 pm
דורך ישלהוסיף
עפעס פרישע נייע הגדות ספעציעל לכבוד ליל התקדש החג דשנת תשע"ו?

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 31, 2016 9:46 pm
דורך יוראפ
הגדה של פסח "טוב להודות" מיט מערערע פירושים, אנפאנג איז דא א לענגערע פתיחה זיך צוצוגרייטן צום יו"ט

ע"י הרה"ג ר' אשר מרדכי רובין שליט"א

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 31, 2016 9:57 pm
דורך סביב העולם
חידושי תורה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע ניי ארויסגעקומען אויף פסח

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 07, 2016 7:19 pm
דורך ישלהוסיף
לב אהרן - מאת כ"ק מהר"א ט"ב שליט"א אבד"ק סאטמאר, א הגדה פיל מיט הערליכע געשמאקע חידושים ודרושים קצרים.

געשריבן: פרייטאג אפריל 08, 2016 9:09 am
דורך farshlufen
סביב העולם האט געשריבן:חידושי תורה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע ניי ארויסגעקומען אויף פסח

עפעס א פרישע מהלך אין ספרי מרן מהר"י ט"ב, כ'האב נישט ארויס וואס זיי ווילן.

געשריבן: דינסטאג אפריל 12, 2016 7:19 pm
דורך ישלהוסיף
הגדה של פסח מיט חידושים דברי תורה ומנהגים פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א

פרדס הצדיקים - איינגעטיילט אין פיר קאטעגאריעס, פון רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א

געשריבן: זונטאג אפריל 17, 2016 7:47 am
דורך איטשע
הגדה מעשה בר׳ אלעזר - פון הגאון ר׳ אלעזר פלעקלס ראבד״ק פראג.
כ׳האב הנאה, אז זיי האבן געלאזט די אריגענעל פארצייטישע בעהמישע יודישע אנווייזונגען.

מעשי ה' - השלם

געשריבן: זונטאג אפריל 17, 2016 11:04 am
דורך נא_שכל
כ'האט געהאט דעם שבת דעם געלענגהייט ב"ה דורכצוגיין אביסל דער איבערגעארבייטע הגדה מעשי ה' פון הגאון רבי אליעזר אשכנזי זצ"ל, ס'איז א הערליכע גוט ארבייט.

ס'דא 3 נייע מדורים. איינס, מקורות והוספות צו די רייכע ווערטער פונעם מעשי ה'. צוויי, נאך יעדע פיסקא ארוכה גייט ער איבער בקיצור וויאזוי ס'ווערט נתיישב אלע ספיקות פונעם מעשי ה'. דריי, ועולה על כולנה צום סוף ספר איז דא א ביאור משולב וקצר אויף די גאנצע הגדה לויט די ביאורים פונעם מעשי ה'.

הגדת אברבנאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 18, 2016 2:04 pm
דורך נא_שכל

געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2017 12:14 pm
דורך ישלהוסיף
ארויף געברענגט לכבוד ליל התקדש החד הבאה ומתקרב.

געשריבן: מוצ"ש אפריל 01, 2017 11:02 pm
דורך ישלהוסיף
איז פארהאן נייע תורות אינעם הוצאה שניה פון דער הגדה של פסח לב אהרן?

געשריבן: מוצ"ש אפריל 01, 2017 11:45 pm
דורך ראש הקהל
ניין, אבער ס'איז א חוצפה אז זיי האבן יעצט צוגעלייגט דער מפתח, און יעצט דארף איך עס איבער קויפען, כ'האלט ס'איז נישט גערעכט.

און דער זעלבע גייט צום פרדס צדיקים פון רי"ח גרינוואלד, הגם זיי האבען עדוועטייזט אז ס'גייט זיין באזונדער דער מפתח צו באקומען, עכ"ז יעדער בר דעת וויל אלס האבען און איין באנד, און ווי אויך אדערווייל האט עס נישט קיין שום סטאר.

און אגב בין איך נייגעריג צו וויסען, דער ברך משה וועל איך נאכאמאל דארפן קויפען נעקסטע יאר פאר דו מפתח?
און ווי אויך גייט דער ברך משה זיין צו באקומען אן דו הגדה אזוי ווי אלע אנדערע בענדער על מועדים צו מעטשען דער סעט?

געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2017 2:14 am
דורך מצלמה
הגדה ברך משה עם מדור חדש ״בצל תומר״ מנהגים לפסח.
עבודה רבה ומדוייקת.

הגדה נר המאיר
מאת הרה״ג פה מפיק מרגליות רבי מאיר צוויבל שליט״א.
חידושים מבריקים (בליצן) / פרפראות וניצוצים. דבר השוה לכל נפש.

געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2017 10:27 am
דורך מי יודע
ראש הקהל האט געשריבן:ניין, אבער ס'איז א חוצפה אז זיי האבן יעצט צוגעלייגט דער מפתח, און יעצט דארף איך עס איבער קויפען, כ'האלט ס'איז נישט גערעכט.

און דער זעלבע גייט צום פרדס צדיקים פון רי"ח גרינוואלד, הגם זיי האבען עדוועטייזט אז ס'גייט זיין באזונדער דער מפתח צו באקומען, עכ"ז יעדער בר דעת וויל אלס האבען און איין באנד, און ווי אויך אדערווייל האט עס נישט קיין שום סטאר.

און אגב בין איך נייגעריג צו וויסען, דער ברך משה וועל איך נאכאמאל דארפן קויפען נעקסטע יאר פאר דו מפתח?
און ווי אויך גייט דער ברך משה זיין צו באקומען אן דו הגדה אזוי ווי אלע אנדערע בענדער על מועדים צו מעטשען דער סעט?

ברך משה האט א מפתח

געשריבן: דינסטאג אפריל 04, 2017 9:43 am
דורך אוהב ספרים
אסאך נייע הגדות דאס יאר ובתוכם

חלוקא דרבנן
החוזה מלובלין
של"ה עוז והדר
כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א חמשים שנים תורות
ברך משה עם קונטרס יפה של מנהגים
לב אהרן מהדורא חדשה
שבט הלוי
תורת חיים ואמונה קרעטשניף
אמרי חיים ויזניץ

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2018 9:38 pm
דורך שטעלפארטרעטר
והוא פלאי האט געשריבן:דער בעסטע הגדה דארף זיין ביי אייך אין קאפ, דאס הייסט קוקט אייך פאר רואיג פון יעצט, ביים סדר וואס מען קוקט איז כאפ לאפ, אני הצעיר והדל, קוק מיך פאר יעדעס יאר די הגדה במשך חודש ניסן מיט אן אנדערע מפורש אדער גאנג, בדרך כלל לפי תכונת נפשי בעומק הפשט, און ביים סדר זיץ איך מיט די הגדה הנהוג בבית אבותי, וכבבית אבותי זאג איך נישט קיין סאך, אבער איך שטעל מיך פאר אז אפי' איך זאל ווען זאגן, וואלט עס געווען פון געהעריג אדורך געטוהנע זאכן, נישט פון קיין בליק אויף דער מינוט

אפשר זאגסטו וועלעכע הגדות זענען בעומק הפשט ,איך האב שוין דורכגעלערנט הגדת המלבים איך דארף נאך

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 12:38 pm
דורך farshlufen
לא ידעתי אז די הגדה קען מען נאך באקומען.