די ביבליאגראפיע פונעם 'הגדה של פסח'

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ארשיווא
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 23, 2008 11:17 pm

די ביבליאגראפיע פונעם 'הגדה של פסח'

תגובהדורך ארשיווא » מיטוואך אפריל 09, 2008 11:08 pm

כפי שאתם כותבים בשם הגה"ח רי"ח גרינוואלד שט' קבין פירושים נטלה הגש"פ מן כדאי היה להביא סקר כמה ההגדות יצאו לאור לעולם מאז שנות הש' עד ימינו כמדומה שראיתי מלפני ארבעים שנה ספר על זה ומאז עד עתה כמדומה נכפל המספר

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 10, 2008 9:35 am

ברןך הבא, ידידינו החשוב מתושבי ק"ק ארשיווא הי"ו

אדרבא, קריינא דאיגרתה איהי ליהוי כפרוונקא, ושאינו יודע לסקור את פתח לו, פותח את האשכול ההגדות ותשביע לכל גולש רצון, אם דמית שהמספר ההגדות רק נכפל במ' שנים האחרונים כמדומני שבל אגזום אם אומר שנכפל פי עשרה, במונסי ב'בית הספרים' לדוגמא, רביע אם לא יותר מכל הספרים בארגוזים הם כעת מלא מהגדש"פ, ליקוטים, פירושים, חסידיים, מוסריים, בריסקאים, ומה לא?

(אגב, אידיש איז אייך באקאנט?)

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג אפריל 10, 2008 9:46 am

ס'דא אן אויסגאבע דאכט זיך ס'הייסט "אוצר ההגדות", ארויסגעגעבן דורך דעם פרופעסער יודלוב, פון ספרי' לאומית אין דשזערוזאלעם (נו... נו... רח"ל...), דער זעלבער פערפאסער פון http://www.hebrew-bibliography.com/.

דער 'אוצר ההגדות' איז א ביבליאגראפיע פון "אלע" הגדות וואס זענען געדרוקט געווארן ביי אידן, מעת המצאת הדפוס העברי עד שנת תש"כ.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 10, 2008 9:47 am

זארעך,

עס איז דא צובאקומען עלעקטראניש?

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג אפריל 10, 2008 9:49 am

ווייס איך נישט איך האב דאס געזען פאר א יאר צוויי צוריק, ביי יעמאנדן.

ארשיווא
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 23, 2008 11:17 pm

תגובהדורך ארשיווא » זונטאג אפריל 13, 2008 1:14 pm

כבוד הרב מילער מאוד נעים לי הקבלת פנים שנתתי לי הסיבה שאני באתר כי אני רוצה ללמוד קצת דייטש - יודיש השפה שדיברה הסבתא מילידי ארשיווא מקום כהונתו של הרבנים בעל הדברי יואל - מגדלות מרקחים זצ"ל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אפריל 13, 2008 2:09 pm

ארשיווא האט געשריבן:כבוד הרב מילער מאוד נעים לי הקבלת פנים שנתתי לי הסיבה שאני באתר כי אני רוצה ללמוד קצת דייטש - יודיש השפה שדיברה הסבתא מילידי ארשיווא מקום כהונתו של הרבנים בעל הדברי יואל - מגדלות מרקחים זצ"ל


הרב מארשיווא,

באנגלית יש ווערטל LIVE AND LEARN שמשמעותו 'תחיה ותלמוד', בכל יום ויום שתעכב כאן בוודאי שתלמוד את היודיש שדברה הסבתא.

אגב, לא זכרתי שהצעהלים'ער רב בעל מגדלות מרקחים כיהן בארשיווא, האם יש מישהו שיודע לאשר את זה?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג אפריל 13, 2008 5:13 pm

הרב מיללער
קוקט אויפען שער בלאט פון דעם ספר
עס שטייט אוירשיווא
http://www.discountseforim.com/thumb_po ... ctid=89880
the SCY is the limit

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

איבער הגדות של פסח

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג מארטש 20, 2009 12:21 pm

יעדער ווייסט אז די מערסטע אויסגאבעס פון ספרים וואס איז פארהאנען איז פירושים אויף הגדה של פסח, יעדעס יאר קומען ארויס עטליכע נייע הגדות, און דערוילעם קויפט דאס, ווייל פסח איז א זמן וואס מ'קוקט אסאך אין די הגדות, (אין היברו בוקס איז אפי' דא א עקסטערע ווינקל בלויז פאר הגדות),

אבער, יעדער שפירט זיך באקוועם אין א אנדערע הגדה, איינער האט ליב אזא הגדה מיט גרויסע אותיות און איינער האט ליב אזא הגדה מיט א גוטן פירוש, וואלט אפשר כדאי געוועהן צו מאכן א ווינקל ווי מ'קען דעבאטירן אלע מיינונגען איבער הגדות, מעלות, חסרונות,
ס'איז דאך שוין סוף כל סוף שלושים יום קודם החג...

איך וועל אנהייבן, איך וועל זיין א דורש ומקיים (נאה ווייס איך נישט)

איך האב אין באזיץ מסתמא א 35 הגדות (מיט אזא משוגעת אז יעדעס יאר קויף איך א נייע)

הגדה ואגדתא = איז זייער גוט פאר א טאטע וואס פארציילט די סיפור יצי"מ אין די ווערטער פון די הגדה, ווייל ער האט אויפן פלאץ זייער אזאך שיינע מדרשים און עניני סיפור יצי"מ, פשוט מקיים צו זיין דעם וגדת לבנך.

ישמח ישראל = (די אלטע) איז א גוטע הגדה פאר איינער וואס וויל האבן א ברען בשעת דעם סדר, ווייל ער האט חסידישע שטיקלעך וואס צינדן אן דעם התלהבות,

כוס ישועות = (די סיגוט'ע הגדה) האט זייער שיינע גרויסע אותיות, אז ס'זאגט זיך א מחי', אויב מ'האט א קינד וואס האט ליב גרויסע אותיות מחמת זיין עברי, איז דאס זייער גוט,

כמצוא שלל רב = איז גוט פאר אגאנץ פסח, צו האבן גוטע תורות און שיינע כאפן,

איך הייב נאר אן, איך וועל נאך ממשיך זיין אי"ה,
.

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » פרייטאג מארטש 20, 2009 12:26 pm

הגדה של פסח בית אברהם בית אהרן (פון ר' אברהם אהרן פר"מ ז"ל הי"ד) איז זייער גוט פאר די וואס האבן ליב דרוש...
ווי אויך איז עס זייער גוט פאר די וואס האבן ליב חשבון.

הגש"פ שמחת הח"ג פון ר' חיים געלערענטער איז פאר די וואס ליגן אין שארפע געדרייטע דרושים אין פשטל'ך גג על גג.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג מארטש 20, 2009 1:05 pm

אמת דאס איז בעיקר געאייגנט פאר די טעג פון פאר פסח און חוה"מ, אדער פאר בחורים - חתנים וואס דארפן האבן אין באזיץ א שארפן דרוש,
.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מארטש 20, 2009 1:22 pm

איך האב אלס קינד באקומען א "נר יהושע" הגדה, און איך האב עס אזוי געגליכן אז איך פרוביר דאס צו נוצן ביי יעדע סדר עד היום הזה.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » זונטאג מארטש 22, 2009 1:19 am

ב''ה
הייתי מציע מי שרוצה לידע "פשט הראשונים על ההגדה "
הגדה שלימה
תורת חיים
רוקח-להרשלר
הגדה שיצאה לפני שנה ע''י מכון ירושלים .
והגדת המהר''ל שי''ל ע''י הרב גורמאן -לית טב מני' .

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 22, 2009 11:21 am

אויף http://www.hebrewbooks.org" onclick="window.open(this.href);return false; איז דא אן אוצר פון אלטע הגדות, איר דארפט נאר סוירטשן פאר "הגדה" און איר וועט שוין נישט אזוי שנעל ענדיגן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » זונטאג מארטש 22, 2009 5:38 pm

ציווישען די גרויסע שלל ההגדות וואס גייט זיך אי"ה ערשיינען לראשונה היי יאהר, וועט זיך אי"ה דארקענן באזונדער גאר א שיינעם הגדה וואס געבט ארויס הרב חיים בן צון פאלגער נ"י - מחשובי חוקרי המנהגים ויודעי העתים בחצר באבוב (48). אגב וועל איך דערמאנן אז דאס איז די צווייטע סארט הגדה לבית באבוב. די ערשטע איז ארויס נאך און שנת תשס"ב דארך דעם מערכת בית צדיקים פון באבוב (45).
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג מארטש 23, 2009 10:22 am

פאר קינדער איז טאקע דער נר ישועה א וואונדערבארע הגדה,
פאר אביסל קלענער קינדער איז דא א הגדה דורך אהרן בריסק מסקווירא, א העריכע ארבעט, שיינע מעשה'לעך און שיין געטייטשט די הגדה,
.

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דינסטאג מארטש 24, 2009 11:31 pm

עס איז דא א מעשה אז א איד איז אמאל געקימן און א שטאט פארקויפן א הגדה וואס ער האט געדריקט האט א איד ציגעגאנג און פרעגן עם עס איז שוין דא אזויסאך הגדה'ס וואס דארף מען נאך איינס מיט אייערע פרישים ענפערט ער מיט יענעמס הגדה קענען אינז נישט פסח מאכן וד"ל
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מארטש 25, 2009 10:02 am

ר' חוקר, גאר גוט!!
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » מיטוואך מארטש 25, 2009 10:30 am

די ביבליאגראפיע פון 'הגדה של פסח' טראגט אונטער זיך זייער, זייער אסאך אין אסאך הינזיכטן. עס איז פון די ערשטע אידישע ספרים וועלכע זענען בכלל געדרוקט געווארן; פון די ערשטע אידישע ספרים וועלכע זענען געדרוקט מיט בילדער; פון די איינציגסטע אידישע ספרים וועלכע זענען געדרוקט געווארן אין פארשידנארטיגע שפראכן און פון די איינציגסטע אידישע ספרים וואס דער דרוק פלייץ האט נאך נישט אפגעטרוקנט עד היום הזה.

די סיבות דערפאר זענען אנגעבליך צוליבן טראדיציאנאלן סימבאל וואס דער ליל התקדש החג טוט פארשטעלן מיט זיך. דער חיזוק און האפענונג וואס אידן האבן געשעפט פון אזא ליל הגאולה אין לויף פון די פארפלאגטע גלות יארן, האט לכאורה געברענגט צו דעם אז די הגדה זאל ווערן אזא פאפולערער ארטיקל, פיל מער ווי דער איינפאכער טעגליכער סידור. די ספעציעלע מצוה פון 'והגדת לבנך', קען אויך צוגעשטעלט ווערן אלס א סיבה דערפאר. דער גרויסער דגוש און די גרויסע אטענשאן וואס די תורה האט פארלאנגט צו געבן פאר די אינגווארג בליל התקדש החג, אריינצוברענגען אין זיי די אמונה און זיי אויסבויען אלס דער עתיד פונעם עם הנבחר, האט לכאורה אויך אסאך צוגעשטייערט צום פאפולערקייט.

א פונקטליכער דאטום ווען און וואו די ערשטע הגדה איז געדרוקט געווארן איז שווער צו זאגן. די ביבליאגרפן האבן צוזאמענגעשטעלט אז לויט די סימנים פונעם דרוק, די אותיות, די פאפיר וכו', דארף צו זיין די ערשטע הגדה א הגדה געדרוקט אין איטאליע אין די יארן פון ר"מ 1480. לויט זיי איז דאס דער סאמער ערשטער דרוק. און אינטערסאנט איז, אז דאס פארמאגט שוין בילדער. דאס טייטש, אז בילדער מיט הגדה גייט סינאנים פון דער ערשטער רגע.

די צווייטע באקאנטע הגדה איז דא צו באקומען אין די ספרי' לאומ', און עס ליגט אויף זייער דיגיטאלישן סיסטעם אויפן וועב-זייטל. עס איז געדרוקט אין וואדי אל חאגארי אין יאר רמ"ב. עס פארמאגט נישט קיין שער בלאט, עס קוקט אויס ווי א פאמפלעט...

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך מארטש 25, 2009 11:21 am

איך זאג יעהרליך די הגדה און עטליכע הגדה'ס. צו מאל האב איך אויפגעמושט צוויי און איך קוק אין ביידע צומאל טויש איך ארום.
בעיקר ניץ איך די "הגדה ברך משה" ווייל סאיז שיין קלאר אויפגעזעצט (ס'איז די זעלבע דרוק ווי די א.ד. הגדה כוס ישועות), איך קוק אפט אריין אין די הגדה מהר"י ט"ב ווייל ס'שטייט דארט פונטליך וואס מ'טוט, אזוי אויך האב איך אויפן טיש די בית אברהם בית אהרן (למשל בשעת אלע נעפיו'ס דארפן אפנעמען זייער עטענשן פון די 4 קשיות האב איך א שיינע ביסל צייט אריינצוקקן דערין, ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז א איד וואס אזוי נאנט געווען צו אונזער דור זאל אזוינס מחבר זיין). אזוי אויך די "כפתור ופרח" אידישע (פרויענישע) הגדה האט זייער שיינע זאכן, (אזוי ווי די פרויען שמועסען אסאך אפ ביי די הגדה בעט איך מיין ווייב זאל מיר בארגן איר הגדה).
און לאמיר נישט פארגעסן פון מיינע צעטליך פון די פארגעקוקטע תורה'לעך.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » זונטאג מארטש 29, 2009 5:26 pm

געזען בשם ראפשיצער רב זי"ע פארוואס דריקט מען יעדער יאר נייע הגדה'ס ווייל דער רשע פון לעצטע יאר איז שוין די צדיק פון דער יאר אזוי קיקט אויס דער ירידת הדורת
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » זונטאג מארטש 07, 2010 9:33 am

איך האף דער גבאי וועט מיר נישט ארויסווארפן פארן אים אויסכאפן, מיטן אויסרופן די עלי' פון הגדה של פסח
ס'די ערשטע מאל וואס איך זע דעם אשכול, און ס'האט מיר זייער געפאלן.
שוין ווייניגער ווי שלשים יום קודם החג, וועלן מיר אלע שרייען צוזאמען
יייעעעעעעעעעעלה!!!!!!!!!


איך פלעג נוצן אסאך הגדה כוס ישועות, לעצטע פאר יאר האב איך אנגעהויבן נוצן הגדה ברך משה, מיט זייער א פשוטן חשבון, דער כוס ישועות איז א ליקוט פון אלע סיגעטע תורות, דער ברך משה ברענגט זיי אלע (נישט אלע, אבער די גוטע שטיקלעך זיכער) אראפ, ובנוסף האב איך נאך מתוס' דבריו הקדושים. ובעיקר, הגדה ברך משה איז שיין מסודר מיט שיינע תורות נאכצוזאגן ביים טיש, וכמה מהם זכינו לשמוע מפ"ק, הן שיינע אגדה און הן שיינע חסידות.
אבער כמובן איז דאס די מעין הגדה, צו די זייט דארף מען האבן נאך א כאטש צוויי הגדות ווי לאנג דער טאטע/שווער הערט אויס די קינדער/אייניקלעך מיט די פיר קשיות אדער סתם שיינע תורה'לעך וואס יעדער האט זיך צוגעגרייט.
איז אזוי, הגדת החיד"א שמחת הרגל, איז א אוצר בלום, (א וואונדער מען האט עס נאך ביז היינט נישט איבערגעדרוקט), ס'איז דא שיינע קורצע טייטשן, און צומאל אביסל לענגערע, אבער הערליך ממש אונטערצושפרינגען, דאס איז אבער בעיקר פאר אוהבי דרוש ואגדה.
עטליכע יאר צוריק ווען מען האט איבערגעדרוקט די מונקאטשע הגדות (תפארת בנים, מנחת אלעזר) האב איך עס יענעם יאר גענוצט ביים סדר, וואס הגם ס'איז היבש ביסל פיל מיט קבלה ענינים, קען מען אבער טרעפן אסאך שיינע פערל ווערטער, הן אגדה און הן חסידות ללהב לב האדם. (איך געדענק נישט יעצט אויף די מינוט, אבער איך מיין אז אין תפארת בנים איז דא אסאך מער בדרך אגדה וואס איז שוה לכל נפש). איך האב נאר געהאט א פראבלעם אז ביים בענטשן בין איך סטאק געבליבן פאר יראו. (אין מונקאטש זאגט מען נישט יראו את ה' קדושיו).
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » מאנטאג מארטש 15, 2010 5:45 pm

געזען אז ס'איז ארויסגעקומען א נייע הגדה "רזא דאגדתא"

קאן איינער מחכמי הביהמ"ד איבערגעבן עפעס אינפארמאציע דערויף ביטע

אויסערליך קוקט עס אויס אינטערעסאנט, אויב האט איר עס שוין געזען ביטע מיטטיילן מה טיבו

יישר כח
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג מארטש 15, 2010 5:56 pm

פאר די רעקארד, שמחת הרגל איז געווען איבער געדרוקט עטליכע יאר צוריק, אבער דאכציך אז ס'איז שוין נישט בנמצא.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » מאנטאג מארטש 15, 2010 7:18 pm

וואס מיינסטו איבערגעדרוקט, פריש אויפגעזעצט, אדער קאפיס פון די תשי"ט דרוק?
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט