הירושלמי המזויף על סדר קדשים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

הירושלמי המזויף על סדר קדשים

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 11:20 am

הרבה קולמוסים נשתברו צו באשרייבן די היסטאריע פון איינע פון די גרעסטע זיופים בעולם התורה וספרי קודש, אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט האט זיך גיעאוועט א מאן-דהו אונטער פארשידענע נעמען (ניקס) צו פרובירען אפצופאפען כלל-ישראל אז ער האט זוכה געווען צו טרעפן דעם לאנג געזוכטען 'תלמוד ירושלמי' על סדר קדשים.

פון פארשידענע מקורות מוסמכים מספרי ראשונים איז שטענדיג געווען באקאנט אז זיי האבן געהאט נאך עטליכע מסכתות פון ירושלמי וואס מיר האבן נישט זוכה געווען דערצו בעוה"ר, ביז ווען דער שלמה יהודה פרידלענדער-אלגאזי איז געקומען מיט זיין שקר-גס אז דורך א וועג האט ער באקומען א כתב-יד פון ערגעץ אין אזיע וועלכע אנטהאלט די ירושלמי על סדר קדשים המקווה.

ער האט קודם מפרסם געווען זיין פירוש 'חשק שלמה' אויף ירושלמי מס' יבמות, דארט האט ער אריינגעלייגט שטיקלעך פון ירושלמי אויף קדשים, דערנאך האט ער מיט די הסכמה פון גאר גרויסע גדולי ישראל באוויזען צו דרוקען צוויי בענדער פון דעם געפעלשטן ירושלמי אויף קדשים, ביז ווען דורך די געניטשאפט פון עטליכע גרויסע חוקרים בראש פון הרב ריטער פון ראטערדאם זענען אפירגעקומען אויף דעם זיוף.

לעצטענס האט הרב ברוך אבערלאנדער פון בודאפעסט באוויזען צו דערגיין פארשידענע אינפארמאציע איבער דעם זיוף, וואס ער האט במשך פון עטליכע יאר געלאזט דרוקען אין די באקאנטע קובצים פון ירחון 'אור ישראל' (מיר וועלן שפעטער פרובירען צו בערנגען לינקס צו די באשרייבונגען).

בייגעלייגט איז א מודעה פון די 'ירושלמי' וועלכע איז ערשינען אין די באקאנטע צייטונג 'מחזיקי הדת' פון גאליציע, ווי אויך די שער-בלאט פונעם ערשטן באנד (דא קענט איר טרעפן די צוויי בענדער במילואם געסקענט) אזוי אויך עטליכע הסכמות פון גדולי ישראל, ווי זיי שרייבן אז מען זאל זיך נישט לאזן פארפירען פון די מבקרים.

המשך יבא בעזהשי"ת.
צוגעלייגטע
28867_8.jpg
Yerushalmi_Page_1.jpg
Yerushalmi_Page_2.jpg
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 5:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 11:30 am

פאלגענד איז א ליסטע פון די דערמאנטע מאמרים פון הרב אבערלאנדער אין אור ישראל (טייל פון די קובצים זענען עוועיליבל אנליין ביי 'היברו-בוקס').
חוברת ח (סיון תשנ"ז) עמודים קעח-קפג: מצבתו של ש"י פרידלנדר ושאלת זיופו של הירושלמי קדשים שלו,
חוברת יא (ניסן תשנ"ח) עמודים קמו-קסד: התחלת הדפסת הירושלמי לסדר קדשים,
חוברת יב (תמוז תשנ"ח) עמודים קנד-קסח: הדפסת הירושלמי לסדר קדשים,
חוברת יג (תשרי תשנ"ט) עמודים קלד-קנד: הוויכוח סביב הדפסת הירושלמי לסדר קדשים,
חוברת יד (טבת תשנ"ט) עמודים סב-פב: הוויכוח סביב הדפסת הירושלמי לסדר קדשים והמו"ל שלו,
חוברת טו (ניסן תשנ"ט) עמודים קע-קפב: הירושלמי לסדר קדשים והמו"ל שלו,
חוברת טז (תמוז תשנ"ט) עמודים קס-קעג: השלמות לתלמוד,
חוברת כד (תמוז תשס"א) עמודים רט-רכו: "הירושלמי לסדר קדשים" והמו"ל שלו,
חוברת מד (תמוז תשס"ו) עמודים קעו-קצד: מסמכים חדשים אודות ש"י פרידלנדר והירושלמי קדשים שלו (א),
חוברת מה (תשרי תשס"ז) עמודים קפז-רי: מסמכים חדשים אודות ש"י פרידלנדר והירושלמי קדשים שלו (ב),
חוברת מח (תמוז תשס"ז) עמודים קצב-ריב: דברי ימי חייו, משפחתו ומקומות מגוריו של ש"י פרידלנדר, מו"ל הירושלמי לקדשים

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20253
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 11:58 am

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 1:44 pm

איך זעה אז היברו-בוקס האט נישט עטליכע פון די אינטערעסאנטע באשרייבונגען, איך זוך דעם ערשטן מאמר ווי ער האט א בילד פון די מצבה (סיון תשנ"ז) ווער עס קען עס אריינסקענען וועט טוהן א חסד של אמת.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20253
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 4:53 pm

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 16, 2009 12:59 pm

איך לייען אינעם ספר 'תולדות וקורות חייו של החפץ חיים' וואס זיין זוהן ר' ארי' לייב שרייבט, זאגט ער אז דער חפץ חיים האט אויף דער עלטער אנגעהויבן לייגען תפילין דר"ת ווייל אין ירושלמי מס' מנחות זעהט מען אז דער סדר פון די פרשיות איז ווי דער ר"ת, למעשה האט זיך דאך ארויסגעשטעלט אז דעריורשלמי איז מזויף.

קוקט דא וואס דער זוהן שרייבט וועגן דעם זיוף און דער זייפן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 27, 2009 5:41 pm

יעצט האב איך געזעהן אז היברו-בוקס האט דעם חיבור ענה כסיל וואס אברהם ראזענבערג האט ארויסעגעבן קעגן דר. ריטטער צו הילף צו פרידלאנדער'ס זיוף.

איך מיין אז מאנכע טענה'ען אז דער ראזענבערג איז נישט קיין צווייטער ווי פרידלענדער זעלבסט אונטער אן אנדערען שלייער און נישט קיין תלמיד ווי ער גיט זיך אן.

דער שער בלאט
צוגעלייגטע
34460.jpg

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דינסטאג אפריל 28, 2009 2:45 pm

'דער בלאט' האט לעצטענס געהאט א באשרייבונג לכבוד די 100'סטע יוניווערסיטי פונעם ירושלמי.

עס ליגט מיר אין קאפ אז נאך ערגעץ האב איך געליינט א שיינע מאמר בהמשכים איבער'ן ירושלמי, כ'קען מיר נישט דערמאנען וואו.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דינסטאג אפריל 28, 2009 2:49 pm

דו מיינסט אפשר אין בנין אריאל?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אפריל 28, 2009 2:52 pm

אלעקסיי האט געשריבן:'דער בלאט' האט לעצטענס געהאט א באשרייבונג לכבוד די 100'סטע יוניווערסיטי פונעם ירושלמי.

עס ליגט מיר אין קאפ אז נאך ערגעץ האב איך געליינט א שיינע מאמר בהמשכים איבער'ן ירושלמי, כ'קען מיר נישט דערמאנען וואו.

אין גנת ורדים.

דוד משמש
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 12:29 am

תגובהדורך דוד משמש » מיטוואך אפריל 29, 2009 11:33 pm

הרב פריעדלענדער איז לכאורה געווען א גרויסער יודע ספר.. עס האט דאך פארט גענומען א לאנגע צייט צו מאכען אזא ירושלמי..
וואס ווי נישט ווי האט ער געמוזט דורך לערנען גאר א סאך ראשונים כדאי מעתיק צו זיין די לשון פון ירושלמי וואס זיי ברענגען אראפ..
ריכטיג ??

אויב אזוי ביטע ערקלערן פארוואס האט א מענטש אוועק געגעבן אזא לאנגע צייט צו מאכען א פאלטשע זאך ??

פון א פעכסילאגישע שטאנדפונקט ??

און בכלל ווי איז ער געבוירען איז ער געווען מתולדה א ספרדי ס"ט ??
איז ער געווען א רב ערגעץ ??
אביסעל מער וועגען זיין ביאגרעפי ביטע

אבער העיקר וויל איך פארשטיין פאר וואס האט ער נישט געקענט בלייבען מיט זיין געהעריגע חידושים און ווערק אויף ריכטיגע זאכען
און אוועק געגעבן יארען פאר א פאלטשע זאך ?
פליז ווער עס ווייסט זאל מסביר זייןן

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 30, 2009 9:56 am

דוד,
פאר די פולע ביאגראפיע לייען די דערמאנטע 'אור ישראל' עס איז לכאורה דאס מערסטע פארש-ארבייט מיט קאנקרעטע אינפארמאציע, עיי"ש ותמצא נחת.

בפשטות איז ער טאקע געווען א ת"ח ויודע ספר מיט א לשון לימודים, דו פרעגסט מה ראה לשטות זה אחרי שפיקח היה, עס איז שווער אריינצוגיין אינעם קאפ פון א זייפן, ער האט אוודאי נישט געגלייבט אז מ'וועט אים פאקן, שטעל דיך פאר ווען מיר האבן היינט דעם ירושלמי אויף קדשים וואס 'נתגלגלה זכות ע"י זכאי, הרה"ג וכו'... האט מגלה געווען" איך מיין דער איד וואלט דאך אראפ אין די היסטאריע אלס איינע פון די גרעסטע מזכי הרבים, און זיין דמיון האט ער דאס געזעהן, וואס איז שייך מסביר צו זיין.

די השגחה עליונה האט אזוי געפירט אז כלל ישראל זאל נישט ווערן פאר'נער'ט און מיט עטליכע טעותים וואס ער איז באגאנגען איז נתגלה קלונו געווארן ברבים און אנטשטאט דעם איז ער אריין אין די היסטאריע אלס דער גרעסטער זייפן וועלכער האט געוואלט איינפאפן גאנץ כלל ישראל מיט א שקר גס.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 15, 2009 12:25 pm

יעהופעץ האט געשריבן:ציד רמיה א ספר ביקורת אויפן ירושלמי המזויף (אויב איז דא אן אשכול איבער דעם קען מען דאס אהין פירן)


א גרויסען יישר-כח ר' יהופיץ, יה"ר שיפוצו מעינותיך חוצה ותזכה להפיץ בתוכינו מנועם ידיעותיך.

גאר אינטערעסאנט, דער מחבר איז ר' יעקב צבי יאנאווסקי, אין די הקדמה רייסט ער ארונטער דעם זייפן פרידלאנדער אלס איינער וועלכער האט בילדותו געדרוקט א ספר 'התקון' וואס איז "מלא דברי ניבול פה זמה ועגבים", און אלס אינער וואס האט מזייף געווען א קמיע פונעם רבי ר' יהונתן.

דערנאך רעכנט ער אויס זיינע זיופי שמות פון 'זוסיא ביעשקעוויץ' צו שלמה יהודה פרידלענדער, אדער דר. ווייס און דר. זוסמאן, פון א תושב אין 'מילהויזען' ביז קיין סאטמאר, פון א אשכנזי צו א אפשטאמיגער פון די ספרדישע אלגאזי משפחה.

דער יאנאווסקי זעלבסט האט פאר דעם געדרוקט א קעגן אים א חיבור 'מכת פרושים און איינס מיטן נאמען 'תחת השבט' קעגן פרידלענדערס פירושים חשק שלמה אויף תוספתא, דארט ווייזט דער מחבר אויף אז פרידלענדער איז א פאלנער גנב און אלע פירושים האט ער געגנבעט פון מפרשים אשר קדמוהו.

דער חיבור זעלבסט גייט דורך דף על דף אויפווייזענדיג די זיופים.

איינער ווייסט מער פרטים אויף דעם 'ספר התיקון' וואס יאנאווסקי דערמאנט, אדער מער פרטים איבער דעם מחבר זעלבסט?
צוגעלייגטע
38182.jpg

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20253
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 16, 2009 9:53 am

דער ר' יעקב צבי יאנאווסקי האט אסאך געשריבן אין די ירחונים, איך ווייס נישט צו וועלכן קרייז ער האט געהערט אבער א גוטן של ראש האט ער זיכער פארמאגט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יוני 21, 2011 4:17 pm

דער תלמוד ירושלמי על סדר קדשים המזויף עם פירוש חשק שלמה איז איצטער געווארן ארויף געשטעלט אויף היברו בוקס.

תלמוד ירושלמי המזויף - בכורות

תלמוד ירושלמי המזויף - זבחים, ערכין

תלמוד ירושלמי המזויף - חולין, בכורות
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דינסטאג יוני 21, 2011 6:24 pm

אז מען רעדט שוין, אין 'מעלות' איז פארגאנגענעם ווינטער געווען א לענגערער אפהאנדלונג דורך הרב י. הלוי, אין 3-4 פארזעצונגען.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מיטוואך יוני 22, 2011 4:15 pm

יואל ווייס האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, אין 'מעלות' איז פארגאנגענעם ווינטער געווען א לענגערער אפהאנדלונג דורך הרב י. הלוי, אין 3-4 פארזעצונגען.

צ"ל הרב ב. הלוי

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מיטוואך יוני 22, 2011 5:05 pm

גערעכט, אגב ריהטא לא דק.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג יוני 23, 2011 8:30 am

האט עס עפעס א זין צו ליינען דער מזוייפדיגע ירושלמי בכלל
און אויב נישט איז פארוואס האט מען עס ארויפגעלייגט אויף היברובוקס...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יוני 23, 2011 12:03 pm

אויף היברו-בוקס געפונען זיך פיל ערגערע זאכן

ווען איינער זאל דורכלערנען גאנץ היברו-בוקס, וועט ער זיין דער גרעסטער תלמוד חכם און דער גרעסטער כופר

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » דאנארשטאג יוני 23, 2011 10:11 pm

מיללער האט געשריבן:דו פרעגסט מה ראה לשטות זה אחרי שפיקח היה, עס איז שווער אריינצוגיין אינעם קאפ פון א זייפן, ער האט אוודאי נישט געגלייבט אז מ'וועט אים פאקן, שטעל דיך פאר ווען מיר האבן היינט דעם ירושלמי אויף קדשים וואס 'נתגלגלה זכות ע"י זכאי, הרה"ג וכו'... האט מגלה געווען" איך מיין דער איד וואלט דאך אראפ אין די היסטאריע אלס איינע פון די גרעסטע מזכי הרבים, און זיין דמיון האט ער דאס געזעהן, וואס איז שייך מסביר צו זיין.

די השגחה עליונה האט אזוי געפירט אז כלל ישראל זאל נישט ווערן פאר'נער'ט און מיט עטליכע טעותים וואס ער איז באגאנגען איז נתגלה קלונו געווארן ברבים און אנטשטאט דעם איז ער אריין אין די היסטאריע אלס דער גרעסטער זייפן וועלכער האט געוואלט איינפאפן גאנץ כלל ישראל מיט א שקר גס.

לא זכיתי להבין פארוואס מען דארף צוקומען צו דעם גאנצן פשט'ל. פארוואס קען מען נישט זאגן פשוט, אז ער האט עס געטוהן פאר פרנסה?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 24, 2011 10:17 am

פארשריבען,

דאס איז קיין פשט'ל, אויב קענסטו די מענטאליטעט פון אווואנטוריסטען און זייפנים, איז דאס א סאך א גרעסערע רייץ ווי פרנסה, אבער האסט א רעכט צו האבן א מיינונג אנדערש פון מיר, נאטינג ראנג.

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מיטוואך יולי 06, 2011 12:42 pm

א גאר שיינע מאמר פון דער גאנצע ארום
און ספר משיב דברים להגאון רבי בערל שווארץ שליט"א עיין שם ויונעם לך בלשונו הזהב

כ'שעם מיך
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2011 4:24 pm

תגובהדורך כ'שעם מיך » מאנטאג יולי 18, 2011 6:28 pm


אוועטאר
קרעפלקאפ
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 3:31 pm

תגובהדורך קרעפלקאפ » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 1:49 pm

דוד משמש האט געשריבן:אויב אזוי ביטע ערקלערן פארוואס האט א מענטש אוועק געגעבן אזא לאנגע צייט צו מאכען א פאלטשע זאך ??
פון א פעכסילאגישע שטאנדפונקט ??

און בכלל ווי איז ער געבוירען איז ער געווען מתולדה א ספרדי ס"ט ??
איז ער געווען א רב ערגעץ ??
אביסעל מער וועגען זיין ביאגרעפי ביטע

ער איז געווען א פאכמאן, אבער נישט קיין גאון. ככל הנראה האט ער געטון וואס יעדער שווינדלער פרובירט צו טון: עוסק זיין אין שווינדל. אפילו נאכן געכאפט ווערן, האט ער ווייטער געשפינט און פארשאפט נייע אנהענגער.

ער איז געבוירן אין רוסלאנד, און זיך אנגעגעבן אלס ספרדי ממשפחת אלגאזי החשובים.

מיללער האט געשריבן:יעצט האב איך געזעהן אז היברו-בוקס האט דעם חיבור ענה כסיל וואס אברהם ראזענבערג האט ארויסעגעבן קעגן דר. ריטטער צו הילף צו פרידלאנדער'ס זיוף.

איך מיין אז מאנכע טענה'ען אז דער ראזענבערג איז נישט קיין צווייטער ווי פרידלענדער זעלבסט אונטער אן אנדערען שלייער און נישט קיין תלמיד ווי ער גיט זיך אן.

איר זענט גערעכט. דער קאלאמבוסער הרב גרינוואלד אין זיין מאמר אין הפרדס שרייבט אזוי.

ער איז געווען א בחור אין ישיבה ווען דער (ספרדי) יאודה אלגאזי פריעדלאנדער איז אין תרס"ז געקומען צום ערוגת הבשם אין חוסט און געבעטן א הסכמה, און נאכן מעיין זיין א לענגערע וויילע האט ער אים געזאגט, חבל, הכת"י אינו הירושלמי על קדשים... הספרדי יצא בחרי אף ושב למלונו ואני אמרתי לבקר אותו, התשוקה היתה בי כל כך חזקה להכירו ולדבר אתו... ער האט אים נאכאמאל געטראפן אלול תרס"ז אין סיגוט, און דאן איז ער געווארן זיין ידיד נאמן "והייתי מלוחמי מלחמתו"...

תרס"ח האט גרינוואלד געלערנט ביים זכרון יהודה אין סאטמאר וואס דארט האט ער געשמועסט מיט פריעדלאנדער כמעט יעדן טאג. ער איז געווארן "איש סודו". ער ברענגט דארט עטליכע "דברים נוראים אשר חרדתי לשמוע אותם", ובתוכם "השם אברהם ראזענבערג שרגיל לחתום על המכתבים והמאמרים להגן על כבודו הם שם בדוי לא היה ולא נברא"...

דערנאך האט זיך גרינוואלד מיישב געווען אז די מתנגדים זענען גערעכט, און האט געוואלט זאגען פאר פריעדלאנדער אז "נתפרדה החבילה". אבער פריעדלאנדער "בכח פיו ובאמתלאות שונות" האט באוויזן אים איבערצורעדן "וכרתנו מחדש ברית אהבה".

במשך הימים האבן אלע ירחונים און קובצים זיך גענומען שיסן פולווער (אויסער די לעמבערגער "מחזיקי הדת") און מ'האט פארלאנגט אז פריעדלאנדער/אלגאזי זאל ארויסגעבן "בלויז די אדרעס" פון די צוויי ספרדים וואס פון זיי האט ער, דורך זיין (מכלומר'שטן) ברודער, געקויפט דעם כתב-יד פונעם ירושלמי. איינער האט גאר אנגעטראגען צו באצאלן צעהן טויזנט קראנען (כתרים) פאר דער וואס וועט אפירברענגען די אדרעסן פון די צוויי סוחרים.

און פלוצלינג האט גרינוואלד באקומען א ידיעה אז פריעדלאנדער זיצט שבעה. ער איז אים געגאנגען באזוכן, האט ער אים דערציילט אז זיין ברודער - מו"ה אליהו ס"ט - איז נפטר געווארן אין אזיע... ער האט געבעטן פון גרינוואלד צו שיקען בריוו אז זיין ברודער איז נפטר געווארן און ער קען נישט צושטעלן די אדרעסן.

דער אויבנדערמאנטער מאמר אין הפרדס איז ווערד א וויילע מעיין צו זיין דערין.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט