בלאט 1 פון 1

ספרי ר' אליעזר פאפו זצ"ל ה'פלא יועץ'

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2009 11:28 am
דורך קרעמער
דער פלא יועץ שרייבט אסאך מאל אין זיין מוסר ספר אז ער האט מאריך געווען אין דעם ענין "בבית תפלתי". ווייסט איינער וועלכן ספר תפילה ר' אליעזר פאפו האט מסדר געווען? איז עס בנמצא?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2009 11:35 am
דורך מאיר
יא דער ספר הייסט בית תפלה, צו ס'איז בנמצא בפועל ווייס איך נישט, אבער אין די ספרים פראגרעמס איז עס דא.

דא האט איר די שער בלאט דערפון.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2009 12:14 pm
דורך מיללער
איך האב געזוכט לכבודו פונעם מייסד ביי אונזער באליבטער 'היברו-בוקס' והעליתי חרס בידי, דערווייל, פון די אנדערע זייט בין איך אבער געוואור געווארן אז דער באקאנטער פלא יועץ האט מחבר געווען עטליכע ספרים וועלכע זענען יא בנמצא ביי זיי, ווי פאלגענד;

אורות אלים,
אלף המגן,
דמשק אליעזר,
חסד לאלפים,
יעלזו חסידים,
פלא יועץ ב"ח

עס איז אינטערעסאנט אז אינדערצייט וואס דער חיבור 'פלא יועץ' איז באקאנט בכל תפוצות ישראל זענען די אנדערע חיבורים ווייט נישט אזוי מפורסם, עס וועט זיין אינטערעסאנט צו הערן פון חברים וועלכע האבן זוכה געווען טועם צו זיין מספרי דבי ר' אליעזר מער דעטאלן איבער די אנדערע חיבורים.

בייגעלייגט איז דער שער בלאט פונעם ספר 'יעלזו חסידים' להגאון בעל פלא יועץ ווי עס ווערט אויך דערמאנט דער ספר 'בית תפלה' וואס הרב קרעמער מייסדנו האט געזוכט.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2009 12:19 pm
דורך מאיר
בייגעלייגט איז די שער פון ספר אורות אלים

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2009 12:23 pm
דורך מאיר
די שער בלאט פון אלף המגן

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2009 12:27 pm
דורך מאיר
די שער בלאט פון דמשק אליעזר

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2009 12:30 pm
דורך מאיר
שער בלאט פון חסד לאלפים

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2009 4:46 pm
דורך קרעמער
יישר כח מיללער און אלע אנדערע.

איך גלייך זייער דעם לשון פון זיינע ספרים, און וואלט געגארט צו פארשאפן די אנדערע ספרים זיינע.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2009 9:32 pm
דורך מיללער
קרעמער האט געשריבן:יישר כח מיללער און אלע אנדערע.

איך גלייך זייער דעם לשון פון זיינע ספרים, און וואלט געגארט צו פארשאפן די אנדערע ספרים זיינע.


הרב קרעמער,
געווענליך א ספר וואס געפינט זיך אויף היברו-בוקס קען מען באשטעלן דורך זיי פאר א מינימאלען סכום, ווען איר גייט צו א ספר איז פארהאן אן אפציע "ORDER PRINT VERSION" ווי איר קריגט אן אפציע עס צו באשטעלן מיט א ווייעכען אדער הארטן דעקל, עיי"ש ותמצא נחת.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2009 12:30 am
דורך קרעמער
יישר כח

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2009 10:31 am
דורך מאיר
מיללער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:יישר כח מיללער און אלע אנדערע.

איך גלייך זייער דעם לשון פון זיינע ספרים, און וואלט געגארט צו פארשאפן די אנדערע ספרים זיינע.


הרב קרעמער,
געווענליך א ספר וואס געפינט זיך אויף היברו-בוקס קען מען באשטעלן דורך זיי פאר א מינימאלען סכום, ווען איר גייט צו א ספר איז פארהאן אן אפציע "ORDER PRINT VERSION" ווי איר קריגט אן אפציע עס צו באשטעלן מיט א ווייעכען אדער הארטן דעקל, עיי"ש ותמצא נחת.

ווי אויך קען מען עס באשטעלן ביי קאפי קארנער.