בלאט 1 פון 2
הכל תלוי במזל; ספרים וועלכע זענען שוין נישט בנמצא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 30, 2008 5:15 pm
דורך farshlufen
הכל תלוי במזל אפילו ספר תורה שבהיכל, איבער די לאנגע יארן אין גלות זענען אונז פארלוירן געגאנגען גאר טייערע און חשוב'ע ספרים סיי מדרשים און סיי ספרים פון די יארן, טייל זענען קיינמאל געווארן געדרוקט און טייל זענען יא געדרוקט געווארן אבער עכ''ז זענען זיי היינט נישט בנמצא, פון די אנדערע זייט איז דא אזעלכע ספרים וואס זענען נתגלה געווארן און געדרוקט געווארן מיט זעלטענע סיעתא דשמיא און השגחה פרטית, אזוי ווי אין אונזער צייטן זענען באקאנט די ספרים וואס הרב ר' יעקב חיים רוטנער האט געטראפן אין די דאן קאמוניסטישע מונקאטש, און האט זיי נאך גרויס מיה און פלאג אפגעדרוקט דא אין אמעריקא .
מ'טרעפט אסאך מחברים זיך אפרעדן אויף דעם ענין אונז וועל מיר ברענגען נאר לדוגמא דעם בעל נחלת יעקב בהקדמת פירושו על פירש''י על התורה רעדט זיך אפ אויף דעם וואס רש''י הק' האט געהאט פאר זיך מדרשים וואס זענען נישט היינט בנמצא וז''ל:
''הלך [רש''י] בעקבות רז''ל ולקט דברי תנאים ואמוראים מכילתא ספרא ספרי תוספתא פסיקתא תנחומה ומדרש רבה, מי הי זה שמלאו לבו לגשת אליו להבין את כונתו עד תכליתו הלא הי' צריך שיהיה בקי בכל התלמוד ובכל המדרשים אשר היו לפניו ואין בידינו כלם ואף אותם בידינו הי' כבר נתחלפו הגירתאות ונחסרו הרבה בפרט מדרש תנחומא שבידינו היום לא ראי זה כראי זה בחילוף וחסר ויתר, ועוד ראי' לזה שהרב ז''ל כותב בשמו כמה דברים ולא נמצא בספרי תנחומא שלפנינו ולכן בכל הספר הזה לא כתבי דבר בשם התנחומא כי משבשתא היא.''
אויך אנהייב פרשת ויקרא רעדט ער זיך שטארק אפ אויף די פארלוירענע ספרים וז''ל:
אמר הכותב עדיין צריך אני למודעי חסרון לא יוכל להמנות כי נתוסף לי יגון עכשיו על אנחה שאנחתי כבר בהקדמת הספר שהוא מעוות לא יוכל לתקון שנשארנו ערומים מספרי המדרשים שהיו לפני הרב ובהגיעי לזה ספר ת''כ אלי חסר כתיב הם המה הפירושים שהיו ביד הרא''ם מהקדמונים כגון פירוש רבינו הלל [הגהת הכותב - מרומאניה] וגם התוספות מביאים דבריו וכן הי' ביד הרא''ם פירוש הראב''ד וגם רבינו ישעי' הראשון ורבי אברהם זוטא ורבי יצחק זוטר שהרא''ם מביא דברי אלו החכמים.''
זיין ווייטאג איז זייער פארשטענדליך ספעציעל אויפן פירוש רבינו הלל וואס צומאל קריגן זיך די מפרשים איבערן פשט אדער אויף זיינע ווערטער און אונז האב מיר קיין אהנונג וואס דער מדובר איז.
ע''כ וועל איך פרובירן פארצייכענען דאס וואס איך טרעף און דער עולם תלמידי חכמים דא וועלן אודאי צוהעלפן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 30, 2008 5:19 pm
דורך farshlufen
ובזה החלי, אין פרשת בראשית ברענגט דער מזרחי צו א ספר הבהיר, אני הקטן ווייסט נישט פון וואס ער רעדט, איז דאס עפעס וואס איז נאך פארהאנדן היינט אדער אפשר איז אראונד מט אן אנדערע נאמען?
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 01, 2008 10:24 pm
דורך scy4851
הרב פארשלאפען
ספר הבהיר להתנא רבי נחוני' בן הקנה.
והרמב"ן ז"ל בפירושי על התורה וגם בשער הגמול קורא לו בשם 'מדרש נחוני-ה בן הקנה'
איך האב אן ענגלישע איבערזעטצינג פונעם בהיר פון ר' ארי-ה קאפלאן ע"ה, דער איבערזעטצער פונעם ילקוט מעם לועז.
אויף היברובוקס איז דא א ספר הבהיר מיט א פירוש פון א תלמוד פונעם רשב"א און א פירוש פון ר' מרדכי יפה דער לבוש,
אויך מוט א ביאור פון ר' ראובן מרגליות דער מחבר פונעם ספר מרגליות הים אויף מסכת סנהדרין.
עס איז געדרוקט און שנת תשי"א דורך מוסד הרב קוק
דער לינק אויף היברובוקס איז
http://www.hebrewbooks.org/20641און דא איז דער ספר הבהיר אנליין.
דאס שטיקעל און בראשית איז אות ט' און אות י"ב
http://hebrew.grimoar.cz/anonym/sefer_ha-bahir.htmאגב,
און מיין מזרחי שטייט בשם דעם ספר הבהיר "מעיקרא תהו ואחר כך שב בהו"
און פונעם זהר ברענגט ער "ברא תוהו ושם מקומו ברע ברא בהו ושם מקומו בשלום "
עס איז א גרייז. עס מיז שטיין פארקערט. וואס עס ווערט געברענגט פונעם זהר שטייט און ספר הבהיר
און וואס עס ווערט געברענגט פונעם בהיר שטייט און זהר.
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 01, 2008 10:37 pm
דורך farshlufen
א דאנק, ר' שמחה.
אינטעראסאנט איך האב עס געזוכט אין היברו בוקס און נישט געפונען.
אין מיין מזרחי שטייט די זעלבע, מ'דארף ווען נאכקוקן אין די גאר אלטע דרוק עס געפינט זיך אין דערנעבנדיגן אוצר, אגב אויב איך גרייז נישט איז פון די איינציגסטע פלעצער ]אויב נישט די סאמע איינציגסטע] וואו דער מזרחי ברענגט דעם זוהר הקדוש.
אגב איך בין נישט ארויסגעקראכן קלאר מיט יענעם רש''י פון בהו, די מפרשים און אזוי אויך דער רד''ק זענען נישט זייער קלאר.
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 01, 2008 10:41 pm
דורך farshlufen
מענין לענין, די נייע אויסגאבעס פון מזרחי און גו''א זענען מלא טעותים סיי אינעם לשון און אזוי אויך די הגהות זענען צומאל גראבע עם הארצישע טעותים.
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 01, 2008 11:18 pm
דורך scy4851
הרב פארשלאפען,
כ'האב נאכגעקוקט.
אונעם אלטען דרוק איז אויך פארגרייזט אזוי וויא ביי אינז.
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 01, 2008 11:28 pm
דורך scy4851
והא לך הספר הבהיר
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2008 11:22 am
דורך farshlufen
נאך א ספר וואס כפי ידיעתי הקלושה איז פארלוירן געווארן איז דער ספר ''סמדר''
אין מזרחי אינעם י''א מפורשים חומש איז צוגעצייכענט אויף עטליכע פלעצער כך הגיה ''סמדר'',אין ערוגת הבושם [דקדוק] פרק כ''ו ווערט צוגעברענגט א מסורת המסורה פון ר' אליהו הבחור התשבי ווי ער ברענגט צו דעם ספר סמדר, ר' אליהו טענה'ט זיך מיט אים און דער ערוגת הבושם נעמט זיך אן פארן ''סמדר'', אזוי זענדיג דאס האט מיך געמאכט קלערן ווער ווען און אויף וואס איז דער ספר געדרוקט און געשטעלט געווארן?
איך האב אנגעפרעגט הרה''ח בקי בכל מכמני תורה ר' שמחה'ן, און דאס האט ער מיר געברענגט בשם א חשוב'ן ניק אין בחדרי חרדים ו''ניק''רא שמו ''הרשב''א'':
דאס איז די ערשטע תגובה פון
הניק החשוב ''הרשב''א
''
------------------------
בספר "אוצר הספרים" לבן יעקב בערך "סמדר" כתב ספר קדמון לר' לוי ב"ר יוסף הובא בספר "חבור הקונים", ובספר "מסורת המסורת" לר"א בחור ובספר "ערוגת הבושם" לר"ש ארקוואלטי, עכ"ל.
מה שחשוב בידיעה זו הוא שבערך "קונים" כתב (הבן יעקב) ספר "חבור הקונים" לר' שמשון הנקדן, חבור קדמון על המסורה ונקרא גם "ספר השמשוני" על שם מחברו, וכו' עי"ש מה שהאריך.
עכ"פ ר' שמשון הנקדן היה חכם צרפתי בזמן הראשונים (היה גם ר' ברכיה ב"ר נטרונאי הנקדן בעמ"ח "משלי שועלים", ויש לשער שר' שמשון ור' ברכיה היו מאותה תקופה באותו מקום, לפי זכרוני היה גם נקדן אחד בתקופת הראשונים מהעיר עזה, ואין בידי פנאי לחפש זאת כרגע).
ואם ר' שמשון הנקדן מצטט מהספר סמדר כלומר שכבר היה קדמון לו ויש לשער שגם היו מאותו אזור היינו צרפת.
און דאס איז די צוויטע תגובה פונעם ניק הרשב''א
--------------------------
בספר "אטלס עץ חיים" (ר. הלפרין) כרך ה' (ראשונים) עמוד 174 ערך 869 כתב ר' לוי בר יוסף מחכמי ספרד. מדקדק ופייטן בדור הר"י מיגאש. חיבר פיוטים וקונטרס דקדוק.
ומאחר ואינו כותב את מקורותיו לא נדע מהיכן הוציא מידע זה, וגם שקשה לסמוך על ספר זה שרבו בו הטעיות וההשערות.
וע"ע בספר "סדר הדורות" בחלק שמות הספרים בערך "תורה נביאים וכתובים" מש"כ בשם ספר "שברי לוחות" (לר"א הבחור) אכתוב קצת נקדנים וקוראים וחזנים הנרשמים בקצת גליונות החומשים וכו' ושם מונה ספר "השמשוני" הוא הנקרא ספר "חיבור הקונים" ומונה שאר הנקדנים ומבניהם רבי לוי הספרדי מסרקוסטא בעמ"ח ספר "המפתח" והוא אינו רק לוי דידן.
ופלא שלא מנה ר"א הבחור ר' לוי ב"ר יוסף.
אני בעניי וואונדער זיך, אויב דער סמדר האט געשריבן אן הג''ה אויפן מזרחי, מוז דאך זיין אז ער איז געווען אינעם דור צווישן דעם מזרחי און דעם ר' אליהו דעם בחור - תשבי, אדער א בן דורו פון ר' אליהו גאר, דאס קומט אויס סוף פון די ר' יארן לאלף הששי?
און ווער איז דער ר' שמשון הנקדן דער מחבר פונעם חיבור הקונים, איז דאס רבינו שמשון מקונין פון די ראשונים?
אויסער דעם, איז דא בנמצא היינט פיוטים פון דעם ר' שמשון?
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 22, 2008 8:11 pm
דורך farshlufen
אודה לה' בפי, וואס האט מיר צוגעפירט דערצו.
זוכענדיג פאר אן אנדערן ענין, האב איך באגעגנט געדרוקט דעם ''פירוש רבינו הלל'' וואס דער נחלת יעקב באוויינט אזוי שטארק, א איד מיטן נאמען ר' שכנא קולידיקצי ז''ל האט אריין געלייגט יארן מיט ארבעט אויף פיר באזינדערע כתבי ידות, און האט ארויסגעגעבן סיי דעם פירוש אויף ספרא און סיי דעם פירוש אויף ספרי, ער האט הסכמות פון ר' זעליג ראובן בענגיס, ר' איסר זלמן מעלצר און בריסקער רב, און די מסכימים ברענגען ארויס אז דורכן צוזאמענשטעלן די כתבי ידות מיט דאס וואס די ספרים ברענגען אראפ שטעלט זיך ארויס אז דאס איז טאקע דער פירוש פון רבינו הלל 100% זיכער, ער ברענגט א שטארקע ראי' פון ר' דוד פרדו ז''ל באקאנט אלס דער משכיל לדוד עפרש''י וואס קומט צו די זעלבע מסקנא אין זיין ספר ''ספרא דבי רב'' נאכדעם וואס עס איז געווען וואס האבן געוואלט בטעות מיחס זיין דעם פירוש צום ראב''ד.
רבינו הלל פון די בעלי התוספות איז געווען אין דורו של רבינו תם, ער ווערט געברענגט צוויי מאל אין תוספות אין מסכת סוטה, און האט געוואוינט ערגעץ אין גריכענלאנד געגנט און דאס איז דעמאלדס אין די ביזאנטישע צייטן [אידישיסט איז ערגעצוואו?] אנגערופן געווארן רומאניה [קרעדיט המו''ל הנ''ל].
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 24, 2008 5:02 pm
דורך זארעכפעפער
ר' פארשלאפן,
איך בין נישט זיכער צו דער 'חומש י"א מפרשים' מיינט טאקע דעם ספר הסמדר וואס די פריערדיגע ברענגען צו.
ס'דא נאך א חיבור אונטערן נאמען ספר הסמד"ר [ספר מפרש דברי רא"ם], פון א ספרדישן איד וועלכער האט געלעבט אין די ת"ר.
דער ספר איז ספעציעל געשטעלט לפרש דברי המזרחי. אולי מיינט דער חומש הנ"ל דעם ספר הסמדר?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 24, 2008 5:22 pm
דורך farshlufen
א גוטן אווענט הרה''ג ר' זרח
יהא בואך ברוך,
אזוי האב איך אויך געקלערט אז דאס איז א צווייטער, איך האב נאר נישט געוואוסט פון דעם ספר, איצט שטימט איין העלפט פון מיין פראגע, די צווייטע העלפט אבער בלייבט אפן, ווער און ווען איז געווען דער ר' לוי? וואו איז דער מקור אז ער איז געווען אזוי פרי ווי דורו של הר''י מיגאש רבו של הרמב''ם? און ווער איז געווען ר' שמשון הנקדן?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2008 4:29 pm
דורך קענסט מיך?
נאך א ספר וואס איז שוין ליידער נישט בנמצא:
~ מדרש אבכיר ~
חבל על דאבדין ולא משתכחין...
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2008 5:48 pm
דורך מיללער
צו, איך קען אייך?
איך קען אייך נישט, אבער מבין כותלי תגובתיך ניכר שבן תורה את, ברוך בואך לשלום.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 24, 2008 10:18 am
דורך farshlufen
דער מהרש''ל אין חכמת שלמה אין ברכות דף כ''ט ע''ב ברענגט: וספר ''אוצר הכבוד'' מפרשים אותו וכו' ווער אין וואס איז דער ספר און איז עס נאך בנמצא?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 24, 2008 10:42 am
דורך קענסט מיך?
יא! דער ספר איז נאך בנמצא, דער מחבר האט געהייסן רבי תודרוס בן יוסף הלוי אבולעפיה, און דאס וואס דער מהרש"ל ברענגט צו בשמו געפינט זיך אין זיין ספר אוצר הכבוד דף ט' עמוד א'. (בדרך אגב דער ספר האט פלאמעדיגע הסכמות פון הייליגן קאזניצער מגיד, ראפשיצער רב בשם ר' מענדעלע מרימנוב, החוזה מלובלין.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 7:01 am
דורך farshlufen
farshlufen האט געשריבן:נאך א ספר וואס כפי ידיעתי הקלושה איז פארלוירן געווארן איז דער ספר ''סמדר''
אין מזרחי אינעם י''א מפורשים חומש איז צוגעצייכענט אויף עטליכע פלעצער כך הגיה ''סמדר'',אין ערוגת הבושם [דקדוק] פרק כ''ו ווערט צוגעברענגט א מסורת המסורה פון ר' אליהו הבחור התשבי ווי ער ברענגט צו דעם ספר סמדר, ר' אליהו טענה'ט זיך מיט אים און דער ערוגת הבושם נעמט זיך אן פארן ''סמדר'', אזוי זענדיג דאס האט מיך געמאכט קלערן ווער ווען און אויף וואס איז דער ספר געדרוקט און געשטעלט געווארן?
איך האב אנגעפרעגט הרה''ח בקי בכל מכמני תורה ר' שמחה'ן, און דאס האט ער מיר געברענגט בשם א חשוב'ן ניק אין בחדרי חרדים ו''ניק''רא שמו ''הרשב''א'':
דאס איז די ערשטע תגובה פון
הניק החשוב ''הרשב''א
''
------------------------
בספר "אוצר הספרים" לבן יעקב בערך "סמדר" כתב ספר קדמון לר' לוי ב"ר יוסף הובא בספר "חבור הקונים", ובספר "מסורת המסורת" לר"א בחור ובספר "ערוגת הבושם" לר"ש ארקוואלטי, עכ"ל.
מה שחשוב בידיעה זו הוא שבערך "קונים" כתב (הבן יעקב) ספר "חבור הקונים" לר' שמשון הנקדן, חבור קדמון על המסורה ונקרא גם "ספר השמשוני" על שם מחברו, וכו' עי"ש מה שהאריך.
עכ"פ ר' שמשון הנקדן היה חכם צרפתי בזמן הראשונים (היה גם ר' ברכיה ב"ר נטרונאי הנקדן בעמ"ח "משלי שועלים", ויש לשער שר' שמשון ור' ברכיה היו מאותה תקופה באותו מקום, לפי זכרוני היה גם נקדן אחד בתקופת הראשונים מהעיר עזה, ואין בידי פנאי לחפש זאת כרגע).
ואם ר' שמשון הנקדן מצטט מהספר סמדר כלומר שכבר היה קדמון לו ויש לשער שגם היו מאותו אזור היינו צרפת.
און דאס איז די צוויטע תגובה פונעם ניק הרשב''א
--------------------------
בספר "אטלס עץ חיים" (ר. הלפרין) כרך ה' (ראשונים) עמוד 174 ערך 869 כתב ר' לוי בר יוסף מחכמי ספרד. מדקדק ופייטן בדור הר"י מיגאש. חיבר פיוטים וקונטרס דקדוק.
ומאחר ואינו כותב את מקורותיו לא נדע מהיכן הוציא מידע זה, וגם שקשה לסמוך על ספר זה שרבו בו הטעיות וההשערות.
וע"ע בספר "סדר הדורות" בחלק שמות הספרים בערך "תורה נביאים וכתובים" מש"כ בשם ספר "שברי לוחות" (לר"א הבחור) אכתוב קצת נקדנים וקוראים וחזנים הנרשמים בקצת גליונות החומשים וכו' ושם מונה ספר "השמשוני" הוא הנקרא ספר "חיבור הקונים" ומונה שאר הנקדנים ומבניהם רבי לוי הספרדי מסרקוסטא בעמ"ח ספר "המפתח" והוא אינו רק לוי דידן.
ופלא שלא מנה ר"א הבחור ר' לוי ב"ר יוסף.
אני בעניי וואונדער זיך, אויב דער סמדר האט געשריבן אן הג''ה אויפן מזרחי, מוז דאך זיין אז ער איז געווען אינעם דור צווישן דעם מזרחי און דעם ר' אליהו דעם בחור - תשבי, אדער א בן דורו פון ר' אליהו גאר, דאס קומט אויס סוף פון די ר' יארן לאלף הששי?
און ווער איז דער ר' שמשון הנקדן דער מחבר פונעם חיבור הקונים, איז דאס רבינו שמשון מקונין פון די ראשונים?
אויסער דעם, איז דא בנמצא היינט פיוטים פון דעם ר' שמשון?
זארעכפעפער האט געשריבן:ר' פארשלאפן,
איך בין נישט זיכער צו דער 'חומש י"א מפרשים' מיינט טאקע דעם ספר הסמדר וואס די פריערדיגע ברענגען צו.
ס'דא נאך א חיבור אונטערן נאמען ספר הסמד"ר [ספר מפרש דברי רא"ם], פון א ספרדישן איד וועלכער האט געלעבט אין די ת"ר.
דער ספר איז ספעציעל געשטעלט לפרש דברי המזרחי. אולי מיינט דער חומש הנ"ל דעם ספר הסמדר?
ר' זרח,
היברו בוקס האט איצט ארויפגעשטעלט דעם ספר, תשוח"ח לר' זרח ולהם.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 04, 2009 7:48 am
דורך בןהרחמן
איך זעה דארט אויפן שער בלאט דערמאנט יענער מחבר אויך אז עס איז שוין דא א פריערדיגע ספר סמדר מלא מכל גדותיו מחכמות נשגבות
ספר זכרון יעקב מהרב יעקב ליפשיץ ז"ל
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 8:35 am
דורך יוסלמאן
האט איינער א ידיעה צו מ'קען נאך היינט באקומען דעם שפר זכרון יעקב פון הרב יעקב ליפשיץ ז"ל, דער סעקרעטאר פון הגאון רבי יצחק אלחנן זצ"ל? אויף היברו-בוקס טרעף כ'עס נישט און אין ספרים סטאר ציט מען די פלייצע.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 8:50 am
דורך farshlufen
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 9:32 am
דורך שעפטיל
ספרי הגה"ק משימלויא הי"ד, בארימט מיט זיין שטארקן גאונות, האט אויך נישט דעם פארלאנגטן מזל. מען קען עס געפונען דא, דארט, אבער נישט מיט אן עפענטליכקייט. ולפלא אז די אייניקלעך ארבעטן נישט אויף זיינע ספרים וואס זענען מלא חריפות. צב"ש: תשובות לחם שלמה, לחם שלמה על הראב"ן, ועוד.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 9:37 am
דורך יוסלמאן
שעפטיל האט געשריבן:ספרי הגה"ק משימלויא הי"ד, בארימט מיט זיין שטארקן גאונות, האט אויך נישט דעם פארלאנגטן מזל. מען קען עס געפונען דא, דארט, אבער נישט מיט אן עפענטליכקייט. ולפלא אז די אייניקלעך ארבעטן נישט אויף זיינע ספרים וואס זענען מלא חריפות. צב"ש: תשובות לחם שלמה, לחם שלמה על הראב"ן, ועוד.
כ'האב לעצטנס גראדע גענומען אין די האנט אריין זיינע דרשות, ס'הייסט אפשר אבן שלמה? כ'בין נישט זיכער, אבער ס'איז געווען פון שימלויא'ר רב ארויסגעגעבן דורך זיין איידעם הרב כ"ץ, עס איז דא דארט הערליכע דרשות. טאקע א שאד א ס'איז נישט אזוי אויפגעכאפט. עפעס האבן אנאל זיינע אייניקלעך דער וויענער רב מיטן ברודער רבי חיים לייב ארויסגעגעבן ספרים אויף ימים טובים, אויך נישט געווארן צו אויפגעכאפט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 11:47 am
דורך יהיה כן
עס איז דא פון שימלויער רב עטליכע ספרים אויף דרשות, טייל זענען בנמצא און טייל נישט, דער ספר 'אבני המקום' וועלכער איז א הערליך ספר, פון זיינע שענסטע ספרים אויף אגדה איז בנמצא, (קענסט עס קויפן ביי אמרי שפר אין וומבס"ג), דער 'דרשות לחם שלמה' איז ארויסגעגעבן געווארן דורך האחים הרבנים כ"ץ נכדיו, עס האט זייער א שיינע הקדמה מיט זיינע תולדות, אבער מען האט עס נאר איינמאל געדרוקט
ווידער זיינע תשובות, איז טייל געדרוקט געווארן דורך אים אליינס נאך פארן קריג, און איז איבערגעדרוקט געווארן דא אין אמעריקא דורך נכדו הרב חיים צבי ב"ר יהושע עהרנרייך, אורח חיים און יורה דעה, שוין פון לאנג צוריק, מען קען עס שווער טרעפן, אויך האט ער געדרוקט דער 'טיול בפרדס ב' חלקים' פון אים.
נאכהער, איז דא אין ארץ ישראל א מכון 'קסת שלמה' דורך נכדיו בני בנו הג"ר שמעון זאב עהרנרייך, וואס גיבן ארויס כסדר נייע זאכן מכתי"ק, ווי אגרות לחם שלמה, שו"ת לחם שלמה החדש, ועל אבהע"ז, זיינע ספרים אבן שלמה עה"ת (פינף בענדער) וחיבור אבן שלמה על הראב"ן איז בנמצא אויף היברוי בוקס דאכצעך.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 19, 2009 8:20 am
דורך בןהרחמן
יוסלמאן האט געשריבן:האט איינער א ידיעה צו מ'קען נאך היינט באקומען דעם שפר זכרון יעקב פון הרב יעקב ליפשיץ ז"ל, דער סעקרעטאר פון הגאון רבי יצחק אלחנן זצ"ל? אויף היברו-בוקס טרעף כ'עס נישט און אין ספרים סטאר ציט מען די פלייצע.
אויף אוצר החכמה איז דא דריי חלקים פון זכרון יעקב מהנ"ל (היסטאריא מחיי היהודים ברוסיא ופולין)
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 10, 2010 10:31 am
דורך farshlufen
יישר כח מהר"ר היברו בוקס פארן שטעלן א פרישן סמד"ר, אזוי ארום האבן מיר זיך דערמאנט פון דעם אלטען שמועס.
viewtopic.php?p=245435#p245435
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 10, 2010 7:51 pm
דורך אויפריכטיג
איך מיין אז צום סוף וועט היברוי בוקס האבן אלע פארלוירענע ספרים.